בלאט 1 פון 1

א מוסר השכל פאר די פשוטי עם

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 9:46 am
דורך רביה''ק זי''ע
שיקט מיר יעצט איינער אזא מעשה, ווייסט איינער פון וואו דאס קומט?
I recently heard a story attributed to the Beis Ephraim (Rabbi Ephraim Zalman Margulies) who also had a business selling certain goods. He also was known to preach the Mishna in Brachos 9:3 "One recites a blessing for the bad that befalls him just as he does for the good." and that one should if anything dance when making such a Bracha.

One day a ship carrying a significant amount of his goods sunk and his Talmidim were tasked with breaking the bad news to him. They asked him, "Rebbi, didn't you teach us something about blessing something that's bad? He responded with quoting the above Mishna. His Talmidim pressed him further, "tell us the full meaning," and he responded that one should dance in that situation. They responded, "so dance! Your ship just sunk." He fainted.
איך בין נישט אינטערעסירט דן צו זיין אינעם מוסר השכל כשלעצמו, דאס וועל איך לאזן פאר די הויעכגעשעצטע פילאזאפן אנצופילן בלעטער און ציען פאראלעלן צו די קרישעווסקי קעיס א.א.וו., וואס אינטערעסירט מיר יא איז צו נאך איינער האט שוין געהערט/געזעהן דעם סיפור ערגעץ און האט מער אינפארמאציע דערוועגן, ש'כח.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 10:49 am
דורך טאמבל סאס
Oh welcome back [emoji120]

Re: א מוסר השכל פאר די פשוטי עם

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:08 am
דורך קל וחומר
בפשטות האט ער גע'חלש'ט מרוב שמחה, ווי איינער וואס געווינט א לאטערי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:19 am
דורך כלבאשבוע
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:ר' יצחק זילבערשטיין דערציילט אין עלינו לשבח אז דער חזון איש האט געלייקענט די מעשה זאגענדיג אז ס'קען נישט זיין, און אז דער בית אפרים האט אוודאי נישט ארויסגעלאזט אפילו א קרעכץ.
יא, דארט גייט די מעשה אז ער האט ארויסגעלאזט א אנחה קלה

הרב יצחק זילברשטיין: והחזו"א אמר "לא יתכן שרבי אפרים זאב פלט מפיו ולו אנחה קלה"
https://www.hidabroot.org/article/211499

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:42 am
דורך חדשים
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:ר' יצחק זילבערשטיין דערציילט אין עלינו לשבח אז דער חזון איש האט געלייקענט די מעשה זאגענדיג אז ס'קען נישט זיין, און אז דער בית אפרים האט אוודאי נישט ארויסגעלאזט אפילו א קרעכץ.
צו דאס האט דאך @רביה”ק זי”ע געוואלט צוקומען. ורביה”ק לשיטתו. אז דער חזון איש איז דער וואס מאכט אפ וועלכע מעשה איז אמת און וועלכע קען נישט זיין... וזהו כוחן של חכמים...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב די גאנצע מעשה קומט לכתחילה מיט א הכחשה פונעם חזון איש דארף מען שוין אריינגיין אין א גאנצע פילפול צו מ'זאגט פלגינן דיבוריה צו הפה שאסר היא הפה שהתיר, צו מ'זאגט חזון איש לשטותיה און ס'קען נישט זיין אז דער חזון איש האט געזאגט אז ס'קען נישט זיין, צו קאמפליצירט פאר מיר, איז דאס טאקע דער איינציגסטער מקור אדער ס'שטייט שוין פון פריער?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 1:49 pm
דורך היסטאריע
איך האב עס אסאך מאל געהערט אויף דער תפארת שלמה.

רא"ז האט נישט עוסק געווען אין מסחר, זיין ווייב האט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 3:12 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
סאיז א משכיל׳ישע מעשה, מיט דעם איז תם ונשלם די גאנצע דיון.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 4:33 pm
דורך me smart
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:סאיז א משכיל׳ישע מעשה, מיט דעם איז תם ונשלם די גאנצע דיון.
WOW!!! ממש א וואונדער אז פון צעווישן די אלע לימודי זכות וואס די עולם האט געהאט אויף קרישבסקי, איז פאר קיינעם נישט איינגעפאלן דיין תריץ, אז עס איז בלויז געווען א משכיל'ישע מעשה...