בלאט 1 פון 1

זיי/Be

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:30 am
דורך אמת45
גארנישט דארף זיין,
אויסער דיך,
און וואס דו ביסט - איז,
וואס עקזיסטירט - מוז,
און דאס בין איך און וויל,

גאט באשאפט זינד,
טונקעלקייט,
ליידיגע טעג,
און ליידיגקייט,
גארנישט מוז זיין,

וואס איז יא איז אויך גארנישט,
וואס איז נישט איז יא,
ציונים בויען א דריטע הויז,
צדיקים פארברענען די צווייטע,

"מ'דארף זיין ערליך"
ווען מ'איז ערליך,
און ווען מען זינדיגט,
איז זינד ווערד,

"כ'וויל שפּירן",
דאן שפּיר,
אז דו ווילסט,
"כ'וויל לערנען"
איז גענוג,
ווען דו לערנסט,
ווילסטו נישט,

וואס וויל איך יעצט?
פאלן און שטייגן,
פרייליך זיין,
דערהויבן בלייבן,
דאס בין איך,