בלאט 1 פון 2
FBI פאלט איבער טראמפ’ס רעזידענס אין מאר-א-לאגא פלארידא
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 8:17 pm
דורך Nanach
עס קומט אריין די נייעס אז די FBI איז היינט איבערגעפאלן מארילאגא. קומט אריין מיט אייער מיינונגען און אפדעיטס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 8:48 pm
דורך חתימת זקן
״פאַלט איבּער״ איז נישט די פּאַסיגע אויסדרוק, מען פאַלט כּורעים, אָדער צוליבּ אַ שטרויכלונג (מלשון וַתִּפֹּל מֵעַל הַגָּמָל, וְהָמָן נֹפֵל עַל הַמִּטָּה, וכּדומה), אָבּלאָווע איז מער ריכטיג (אָדער: איבּערפאַל, אָנפאַל).
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 9:59 pm
דורך מתבודד
נעקסטע סיעזן אין די פאליטיקל witch-hunt series וואס שפילט זיך אפ לייוו פארנט פון אונזערע אויגן.
או לאותה בושה
Re: FBI פאלט איבער טראמפ’ס רעזידענס אין מאר-א-לאגא פלארידא
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 10:18 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
Cuba 2.0
Venezuela 2.0
China 2.0
Russia 2.0
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:12 pm
דורך קורקלענד
פארוואס זאל דאס איינעם מער צו שאקלען אדער אויפטרייסלן ווי וואס מ'טוהט מיט די חברה בנוגע יאנואר די זעקסטע. נאכמער, מילא זיי לאקערן אויף טראמפ האט עס נישט אזויפיל מיט מיר און דאך מאכן זיך איטליכע שישקעס עטוואס א געשריי, אבער פאר די יאנואר די זעקסטע חברה אין פוצה פה......
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:16 pm
דורך כלבאשבוע
ווי סשיינט האט די רעיד צוטון מיט קלאסיפייד דאקומענטן וואס טראמפ מעג נישט געזעצליך האבן אין זיין פריוואטן באזיץ
דאס איז א געפערליכע חטא, והא ראי׳ ווייל טראמפ האט דאך אויף ווייניגער ווי דעם געשריגן אז מדארף איינשפארן הילערי
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:21 pm
דורך מתבודד
כלבאשבוע האט געשריבן:ווי סשיינט האט די רעיד צוטון מיט קלאסיפייד דאקומענטן וואס טראמפ מעג נישט געזעצליך האבן אין זיין פריוואטן באזיץ
דאס איז א געפערליכע חטא, והא ראי׳ ווייל טראמפ האט דאך אויף ווייניגער ווי דעם געשריגן אז מדארף איינשפארן הילערי
אהה כ’האב געווארט אויף
@שבת אחים, אבער ב”ה לא אלמן ישראל...
כ’מיין נישט גארנישט...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:53 pm
דורך כלבאשבוע
לאל
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:01 am
דורך כלבאשבוע
נאך א גוטס
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:37 am
דורך חדשים
מוסר השכל: הייב דיר נישט אן מיט די וואס זענען שטערקער פון דיר...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 3:32 am
דורך מרדכי מרדכי
כ'האב פארשטאנען אז טראמפ האט טענות אז זיי האבן נישט מודיע געווען פארדעם.
איז דאס נישט די גאנצע פאוינט פון א רעיד אז יענער זאל נישט וויסן פארדעם?!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 8:21 am
דורך חב''ד הויזן
מרדכי מרדכי האט געשריבן:כ'האב פארשטאנען אז טראמפ האט טענות אז זיי האבן נישט מודיע געווען פארדעם.
איז דאס נישט די גאנצע פאוינט פון א רעיד אז יענער זאל נישט וויסן פארדעם?!
האסט גאר שלעכט פארשטאנען.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 9:07 am
דורך מרדכי מרדכי
חב''ד הויזן האט געשריבן:מרדכי מרדכי האט געשריבן:כ'האב פארשטאנען אז טראמפ האט טענות אז זיי האבן נישט מודיע געווען פארדעם.
איז דאס נישט די גאנצע פאוינט פון א רעיד אז יענער זאל נישט וויסן פארדעם?!
האסט גאר שלעכט פארשטאנען.
אז עס פעלט און הבנה פעלט און הסברה
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 10:18 am
דורך וואלווי
מרדכי מרדכי האט געשריבן:כ'האב פארשטאנען אז טראמפ האט טענות אז זיי האבן נישט מודיע געווען פארדעם.
איז דאס נישט די גאנצע פאוינט פון א רעיד אז יענער זאל נישט וויסן פארדעם?!
ווען ס'נישט א רעיד האט ער נישט טענות?
קיינער איז קיינמאל נישט גערעכט ביי עם.
לאמיר זעהן, ווער ס'לאכט לעצט....
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 11:23 am
דורך חדשים
מוסר השכל: עס איז נישטא קיין קלארע געזעצן אויף אלעס. איך קען מטהר זיין א שרץ בק”נ טעמים און דו דארפסט זיין א קדש עצמך במותר לך. עס ווענט זיך אין פאוער און אויף וועלכע זייט דו ביזט.
וויאזוי עס גוי’שט זיך, אזוי אידיש’ט זיך.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:00 pm
דורך yesiknow
וואלווי האט געשריבן:מרדכי מרדכי האט געשריבן:כ'האב פארשטאנען אז טראמפ האט טענות אז זיי האבן נישט מודיע געווען פארדעם.
איז דאס נישט די גאנצע פאוינט פון א רעיד אז יענער זאל נישט וויסן פארדעם?!
ווען ס'נישט א רעיד האט ער נישט טענות?
קיינער איז קיינמאל נישט גערעכט ביי עם.
לאמיר זעהן, ווער ס'לאכט לעצט....
ער לאכט שוין יעצט טראמפ אפילו סי ען ען איז מודה, זיי האלטען אז דאס האט כריסטאפער רעי געטהון אין שליחות פון זיין אויבערהאר טראמפ ... טראמפ טו 0 טו פאר!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:03 pm
דורך yesiknow
חדשים האט געשריבן:מוסר השכל: עס איז נישטא קיין קלארע געזעצן אויף אלעס. איך קען מטהר זיין א שרץ בק”נ טעמים און דו דארפסט זיין א קדש עצמך במותר לך. עס ווענט זיך אין פאוער און אויף וועלכע זייט דו ביזט.
וויאזוי עס גוי’שט זיך, אזוי אידיש’ט זיך.
אין יודישקייט איז דא גאט וואס צדק ומשפט מכון כסאך אפשר מיינסטו אזויגערופענע בתי דינים?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:28 pm
דורך היסטאריע
ווארשיינליך א טעות פין די דעמאקראטען. אסאך רעפאבליקאנער האבן שוין גענוג געהאט פין טראמפ, יעצט מאכן זיי אים פאר א רחמנות דער אנדערדאג, און טאמער זיי האבן מורא אז ער גייט געווינען, מאכען זיי עס נאר ערגער פאר זיך.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 9:13 pm
דורך [NAMELESS]
נישט ממש טראמפ פרעזענליך, אבער זיינע מוסדות זענען געפונען געווארען שולדיג אויף עטליכע קלאגעס פון 15 יאר שטייער פארלעצונגען.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 9:35 pm
דורך שמעקעדיג
האט דאס עפעס שייכות מיט די לעצטיגע פסק אז ער מוז איבערגעבן זיינע טעקס ריטורנס פאר קאנגרעס?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 9:51 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 9:52 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:האט דאס עפעס שייכות מיט די לעצטיגע פסק אז ער מוז איבערגעבן זיינע טעקס ריטורנס פאר קאנגרעס?
שווער צו האלטען חשבון אויף אלע טראמפ אנקלאגעס און אויספארשונג'ן, אבער בפשטות איז די לעצטיגע פסק געווען נאר לגבי קאנגרעס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 11:50 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:האט דאס עפעס שייכות מיט די לעצטיגע פסק אז ער מוז איבערגעבן זיינע טעקס ריטורנס פאר קאנגרעס?
די נייע פסק איז פון די ניו יארק אטערני דשענערעל וועגן די טראמפ ארגענעזאציע טעקס שווינדלערייען, די פסק פון וואס די רעדסט איז עפעס אנדערש