בלאט 1 פון 1

ברוך דיין האמת אליוויע נוטאן דזאן אוועק אין עלטער פון 73 יאר

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 1:25 am
דורך דוד שריפטליך
גייענדיג צום דריק קומט אריין די ביטערע נייעס אז דו וועלט בארימטע אויסטראלישע קאנטרי זינגערן אליוויע נוטאן דזשאן וואס האט געליטן די לעצטע עטליכע יאר פון בריסט קענסער אוועק אין עלטער פון 73 יאר

Re: ברוך דיין האמת אליוויע נוטאן דזאן אוועק אין עלטער פון 73

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 4:02 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
זי איז געווען א אידישע, איר טאטע א גוי, אבער איר מאמע א איד

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 1:42 am
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: דאס איז ליידער דער פאל מיט א סאך סעלעבריטיס. בארימטע זינגער און אקטיארן פון האליוואוד. וועלכע זענען האלבע אידן. ( מיט א אידישן טאטן און א גוי'אישע מאמע. אדער פארקערט.).

איך שפעקוליר אויב דער בארימטער זינגער ברוס ספרינגסטיען האט נישט אמאל געהייסן ברוך שפרינגשטיין. אפילו דער בארימטער קארדינאל פון ניו יארק א'קאננאר איז אויכעט געווען א האלבער איד (אפ"י הלכה זיכער.) ווייל זיין מאמע איז געווען א אידישע. א טאכטער פון א שוחט וועלכער האט אימיגרירט קיין אמעריקע. און זי האט (ליידער) חתונה געהאט צו אן איירישן גוי.

אין ניו יארק זענען ליידער דא א סאך פארלוירענע נשמות. קינדער פון געמישטע עלטערן. ספעציעל אין ברוקלין און אין בראנקס. וואו אידן און איטאליענער האבן געוואוינט בשכינות. און די קינדער האבן חתונה געהאט מיט גויים.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 2:39 am
דורך דוד שריפטליך
גאלדענע אדלער עס איז מיר געווען אינטרעסאנט אז זי איז א אידענע געווען מן הסתם וועגן דעם האב איך געהאט א געפיל צו איר מוזיק

נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 2:48 am
דורך berlbalaguleh
דויד שריפטליך: אה. ס'איז אויך מעגליך אז דער בארימטער, פארשטארבענער קאנטרי מיוזיק זינגער, דזשאן דענווער איז אפשר אויך געווען א איד. ווייל איך האב א שטארקע ציאונג צו זיינע סאנגס. ספעציעל צו דעם ניגון/שיר..."קאנטרי ראודס"...וואס , דרך אגב, איך האב געטענה'ט אז מ'דארף פאר-אידישן. ווייל, סוכ"ס וואספארא בענקעניש האט א איד צו די קאנטרי ראודס פון וועסט ווירדזשיניע. אבער צו ירושלים עיה"ק, האט ער יא א בענקעניש...!