בלאט 1 פון 1
מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:10 am
דורך זייגערל
רבותי כ׳וויל פרעגן א קשיא פין די קליגע לייט דא אויפן שטיבל כ׳האב לעצטענס געכאפט אן אינטעלענגענטן שמועס מיט א תושב דא אין קאווע שטיבל אין בתוך הדברים האב איך איהם אויפגעדעקט אז כ׳בין גאר א 15 יעריגען בחור אין ישיבה וואס טריפט ארום מיט איהם אין מאכט איהם צונאר אוי האט ער זיך גענימען שעלטען שרייבענדיג מיט גאר שארפע לשונות אז איך זאל שוין אוועקלייגען מיין טעלעפאון אין זיך צירוקזעצן אין ישיבה ווייל כ׳בין נאך א קליינע בעיבי וואס נאר טאטי אין מאמי מעיגען מאכען דעסידשינס פאר איהם איז מיין קשיא דא צי די קליגע תושבי השטיבל איז טאקע משוגה אז א 15 יעריגע בחור זיצט אין ליינט קאוע שטיבל אדער איז עס גאר א גוטע זאך אז אזוי אינג קען איך אנזעהן די טופשות פין אינזער פאקראכטען סיסטעם אין זעהן וואס כ׳כקען נאך טוהן אז מיין לעיבען זאל נישט ציגרינד גיין?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:14 am
דורך רביה''ק זי''ע
יא דו מעגסט.
Re: מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:16 am
דורך זייגערל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא דו מעגסט.
שכח כ׳ווייס נישט וואס כ׳וואלט געטוהן אהן דיך
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:17 am
דורך מתבודד
איך וואלט געזאגט זאלסט שוין עפענען א נייע ניק אדער ארויסגיין.
ווייל אדער ביסטו 15 יאר, אדער זאגסטו אז ביסט 15, און ביסט נישט. ודי בזה.
העמיר זען וואס די אנדערע חברים האבן צו זאגן...
Re: מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:31 am
דורך הבל וריק
האלאו פארקויף נישט דיין נשמה צום שטן. שרייב עס אראפ אויף די וואנט דארט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:42 am
דורך היסטאריע
שמא גרים, זייגערל ווייל דו זייגסט נאך. ווי דער אלטער בדחן האט געזאגט, זייגערמאכער, אדער זייגט ער אדער מאכט ער.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 10:43 am
דורך מתבודד
דורך זייגערל
איך בין א אינגערמאן ארגענעיל פין סקווירא געווארן אביסל אויפגעקלערט איך די עלטער כ'ליין שוין קאווע שטיבל א שיינע פאר חדשים סא פארוואס נישט קענען רעפלייען ווען כ'האב א געדאנק
Re: מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 10:53 am
דורך פרנס החודש
א פינפצען יעריג בחור איז נישט קיין אינגערמאן? עס איז נישט ממש קיין ליגענט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 1:46 pm
דורך באהעלפער
מ'קען ממילא נישט וויסן ווער איז וויפיל יאר, און וועלכע סארט.
אבער טאמער ווייסט מען אז דאס איז א יונגע צוציק, וואס דו וואלסט עהם נישט צוגעלאזט צו דיין שמועס אין שול, און דאס גלייכן. באלאנגט ער דא אויך נישט.
Re: מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 2:02 pm
דורך כולל אינגערמאן
צו זייגער מאכער איז 15 יאר אלט צו נישט, ווייס איך נישט!
אבער אויב עס איז ראנג פאר א 15 יעריגער בחור, וואס איז אנדערש א 25 יעריגער? ווייל ער האט א ווייב? אין אויב ער איז א 25 יעריגער בחור?
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
Re: מעג א 15 יעריגע בחור זיצען אויפן קאווע שטיבל???
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 2:40 pm
דורך החוקר
@כולל אינגערמאן די עצם זאך פון adulthood פארשטייסט יא? לויט דיר איז א 15 יעריגער מענטש אייניג צו א 25 יעריגער?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 3:39 pm
דורך דערהויבענע איד
החוקר האט געשריבן:@כולל אינגערמאן די עצם זאך פון adulthood פארשטייסט יא? לויט דיר איז א 15 יעריגער מענטש אייניג צו א 25 יעריגער?
adulthood הייבט זיך נישט אן ביי 25, און כו"ע מודה, עכ''פ אויף ק''ש, אז די חיליק איז נישט אזוי גרויס ווי מ'ממאכט עס ביי אונזער סאסייעטי.
(און עקשעלי ביי אונזער סאסייעטי זענען עדאלטס אויך נישט קיין מענטשן, און אוודאי זענען פרויען אויך נישט ערצויגן.)
נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2022 6:44 pm
דורך תוכו כברו
עס איז נישט ערלויבט צו שפעקולירן וועגן אנדערע ניקס.
מנהל.
נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2022 6:55 pm
דורך מרדכי מרדכי
אויב א minor ליינט דורך קאווע שטיבל קען עם קיינער נישט אפהאלטן.
איך האלט אז אויב אזא איינער האט א ניק און קיינער קען עם נישט עכט אפהאלטן פון שרייבן דא ווילאנג ער שרייבט מיט ריספעקט.
אבער בטלה דעתי לדעת המנהל הנכבד
נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2022 8:15 pm
דורך באהעלפער
אויב געבט ער אכטונג מ'זאל נישט כאפן אז ער איז א מיינער, דאן לגדול יחשב. אבער וויאזוי וועט מען וויסן אז ער איז א קטן. בלויז אויב נכשל בלשונו
נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2022 9:52 pm
דורך berlbalaguleh
הבל וריק האט געשריבן:האלאו פארקויף נישט דיין נשמה צום שטן. שרייב עס אראפ אויף די וואנט דארט.
אדער אויפ'ן הארן פון אן אקס...!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 5:36 pm
דורך באהעלפער
וואס קען באמת שטערן איינעם דא. איז אז ער קען זיך טענה'ן מיט א צווייטן פאר א משך זמן, און גארנישט וויסן, אז דער צווייטער איז גאר א ראציגער יונגער בחור'ל, וואס איז הערשט נישט לאנג געבוירן, און פירט וויכוחים כזקן ורגיל - והנה הוא גולם
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2022 9:39 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ער איז זיכער נישט קיין פופצן יעריגער בחור, ס'איז מיר ברור כשמש בלי שום צל של ספק!
און ער האט זיך מיט קיינעם נישט ג'טענה'ט און קיינער האט עם נישט אנגעשאלטן. ער איז מן הסתם א אלטער ניק א טראלער, וואס האט זיכער שוין געטראלט אינטער אנדערע ניקס.
ברוך המנהל שזרקו!
ניקס וואס טראללן האבן זיכער נישט קיין פלאץ דא. אפגעזען וואספארא יארגאנג מ'איז. דא איז נישט קיין חדר לאנטש רום.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 1:38 am
דורך באהעלפער
אויב איך זאג אנדערש ווי דיר, בין איך א טראללללל?