בלאט 1 פון 1
Text to speech
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 4:33 am
דורך צקון לחש
איך בין נייגעריג אויב איינער האט עקספיריענס מיט עפעס א גוטע עפפ וואס ליינט פאר טעקסט.
גוגל טראגט מיך אהן דער speechify עפפ, וואס קאסט געלט, וויל איך וויסן צו ס'לוינט און צו ס'איז דא עפעס ענליך צו דעם פאר בחינם?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 7:48 am
דורך היסטאריע
אויף דער קאמפיוטער אדער דער פאן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 10:45 am
דורך צקון לחש
היסטאריע האט געשריבן:אויף דער קאמפיוטער אדער דער פאן
פאון.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 11:23 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווייס נאר אז אין מיין קאר האביך טעקסט-טו-ספיעטש. און ווען ס'קומט אריין א טעקסט פון א ביהמ"ד, קהילה אדער חסידות ליינט זיך עס אזוי שטארק פאני אז מ'ווארפט זיך פאר געלעכטער. וואס איך האלט אז מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע. ספעציעל מיט עי. איי. (ארטיפישעל אינטעלידזשענס) וואלט מען דאס געקענט פאררעכטן.
א קליינע משל פון די פאני ווערטער וואס זיי זאגן ארויס. ראשי תיבות פון ביהמ"ד ליינען זיי ככתבם וכלשונם. בי.העיטש.עם.די. פאר מנחה זאגן זיי מינטשא. שלום זכר איז שאלעם זוטשער. זמן שב"ק איז ביי זיין זמעןשבק.
אדער אפילו פון אאן עפפ פאר באסדרייווערס. צו זוכן א סאב. קומען ביי זיי ארויס די אידישע נעמען אזוי שטארק פאני אז מ'קען קוילערן פאר געלעכטער....!