בלאט 1 פון 5

ווער איז גרעסער?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 7:02 pm
דורך באהעלפער
ס'קוקט מיר אויס אז אונז האמיר דא א געמישטע עולם פון סאטמאר בעלז ווישניץ און שאר ירקות...
און מ'זאגט אלץ, איך בין נישט אין הימל, און כ'ווייס נישט וועמענס רבי איז גרעסער.

לכבוד די צוויי יארצייטן וואס זענען אין די טעג.
וואס האלטסטו פאר דיר, צווישן דער בעלזער רב ר' אהרן, און סאטמארע רב ר' יואל - ווער איז גרעסער אין איכות.

כ'רעדט קודם בלויז די צוויי, ווער פון זיי, איז לפי ערך אונזער קוק ווינקל, גרעסער אין ''איכות''.

ביטע שרייבן קאנס און פלאס [מיט רואיגקייט...]

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 7:16 pm
דורך me smart
וויפול די סאטמארע פראבירן נאר צו פראפאגאנדירן אז סאטמאר רב איז "נישט קלענער געווען" פונעם בעלזער רב, מיין איך אז יעדע בר דעת פארשטייט אז מען קען בכלל נישט פארגלייכן די צוויי.
בעלזא רב איז געווען א צדיק פונעם פריערדיגע דור וואס האט זיך געדרייט מער דארטן ווי דא, ווי קומט דאס צום סאטמאר רב? וויאזוי קען מען צוזאמשטעלן די צוויי?
און פאר די וואס ווילן נישט "מעסטן קיין צדיקים" וועל איך נאר פרעגן איין שאלה..
ווער איז גרעסער די יניקא פון סדיגורא אדער כ"ק מרן האדמו"ר מאמשינאב?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:05 pm
דורך berlbalaguleh
שעמט אייך. די אלע מעסטערס. ס'הייסט?. איין צדיק איז, לאמיר זאגן א
נאמבער..3,000. דער צווייטער צדיק. איז...
3,754
.אונז זעמיר דען אין א מצב צו פארשטיין דעם חילוק.פון אונז זענען זיי זיכער גרעסער...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:09 pm
דורך מר. קלונימוס
me smart האט געשריבן:וויפול די סאטמארע פראבירן נאר צו פראפאגאנדירן אז סאטמאר רב איז "נישט קלענער געווען" פונעם בעלזער רב
Nice try...
אבער אין סאטמאר הערט מען דאס קיינמאל נישט.. אויב עפעס איז עס אז בעלזא רב איז נישט קלענער געווען, נישט פארקערט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:13 pm
דורך בעל דרשן
ביידע זענען געווען גאר גרויס, העכער אונזערע קליינע השגות, אבער דאך פארשטייט יעדער אז צו די קדוש ישראל די בעלזא רב קען מען קיין איין צדיק נישט פארגלייכן
ער איז געווען א מלאך, צדיקים האבן געזאגט אויף אים די גרעסטע הפלגות, חסידים האבן אלץ געוויסט אז ווען מ'זאגט "בעלזא רב" כאפט א ציטער אין אלע ביינער. ער איז געווען א יחיד בדור!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:21 pm
דורך באהעלפער
צו ווייסט עטץ, אז אין גענוג 'היימישע' קהילות בישראל, ווען מ'זאגט סאטמארער רב, געבט מען זיך א שמייכל, ווי איינער זאגט, מהיכי תיתי, אביסל מער געלונגען ווי צעלימער און פאפא רב.
און ביים זאגן בעלזער רב, כאפט א טרייסל פון העכערקייט?

דאס איז אומגעשאצט. דאס איז וואס איך הער ביים זיך דרייען אין עטליכע היימישע בתי מדרשים.
איז די פראגע, פארוואס איז א פראגע אויב בעלזער רב איז געווען דער שפיץ פונעם שארית הפליטה, ווען מ'פרעגט אזא פראגע?
מיין ענטפער איז, ס'איז טאקע אינטערעסאנט צו הערן ווי ס'דא אזעלכע וואס ווילן נישט הערן פון א צווייטן, און זיי וועלן זיך אויך פאפען, אבי נישט צו פארשטיין, אז ס'קען גאר זיין אז דער רוב הכלל האלט אנדערש. און אויך ביי אנדערע פארגלייכן ווי - לאמיר זאגן - צווישן דער ינוקא און דער אמשינובער איז גאר דער ינוקא מער באיכות.

און מ'האט דערווייל בלויז גענומען צוויי זוגות, בעלז מיט סאטמאר, און דער ינוקא פון סאדיגער און אמשינאוו.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:23 pm
דורך me smart
מר. קלונימוס האט געשריבן:
me smart האט געשריבן:וויפול די סאטמארע פראבירן נאר צו פראפאגאנדירן אז סאטמאר רב איז "נישט קלענער געווען" פונעם בעלזער רב
Nice try...
אבער אין סאטמאר הערט מען דאס קיינמאל נישט.. אויב עפעס איז עס אז בעלזא רב איז נישט קלענער געווען, נישט פארקערט.
:lol: :lol: :lol:
אזוי פארקויפט די פראפאגאנדע מאשין אין סאטמאר? איך האב נישט געוויסט אז זיי גייען שוין אזוי ווייט... אפאר יאר צירוק האבן זיי נאך געזינגען דעם ניגון אז סאטמאר רב איז "נישט קלענער געווען" זעט אויס אז היינט קען מען שוין זאגן אז בעלזא רב איז נישט קלענער געווען...
Lol...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:25 pm
דורך me smart
נוח האט געשריבן:צדקות און העכערקייט און הימלישקייט קען איך נישט שאצן. אבער מנהיגות, גאונות, עסקנות, קען איך יא שאצן. מיין שטימע גייט פאר דעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל.
אויב מען קוקט אויף די פרינציפן, דאן פאקט איין די ליבאוויטשער רבי דעם סאטמאר רב אפאר מאל..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:29 pm
דורך באהעלפער
berlbalaguleh האט געשריבן:שעמט אייך. די אלע מעסטערס. ס'הייסט?. איין צדיק איז, לאמיר זאגן א
נאמבער..3,000. דער צווייטער צדיק. איז...
3,754
.אונז זעמיר דען אין א מצב צו פארשטיין דעם חילוק.פון אונז זענען זיי זיכער גרעסער...!
יו בי סורפרייזט, אז ווען דו וועסט צונייגען א אויער צום סערוועי וואס כלל ישראל האלט, אויסער סאטמאר, וועסטו הערן אז ס'דא א ריזן קאנטראסט צווישן ביידע, און אז צווישן זיי זענען נאך דא עטליכע אינצווישן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:32 pm
דורך באהעלפער
me smart האט געשריבן:
נוח האט געשריבן:צדקות און העכערקייט און הימלישקייט קען איך נישט שאצן. אבער מנהיגות, גאונות, עסקנות, קען איך יא שאצן. מיין שטימע גייט פאר דעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל.
אויב מען קוקט אויף די פרינציפן, דאן פאקט איין די ליבאוויטשער רבי דעם סאטמאר רב אפאר מאל..
סוף כל סוף, איז עפעס ליובאוויטשער חסידות נישט פאר'רעכענט צווישן די ''חרדישע''. ממילא גייט נישט די פארמעסט צווישן זיי, ווען מ'רעדט פון 'היימישע'. אבער לגבי בכללות, זאגסטו א דערהער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 9:03 pm
דורך me smart
באהעלפער האט געשריבן:
me smart האט געשריבן:
נוח האט געשריבן:צדקות און העכערקייט און הימלישקייט קען איך נישט שאצן. אבער מנהיגות, גאונות, עסקנות, קען איך יא שאצן. מיין שטימע גייט פאר דעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל.
אויב מען קוקט אויף די פרינציפן, דאן פאקט איין די ליבאוויטשער רבי דעם סאטמאר רב אפאר מאל..
סוף כל סוף, איז עפעס ליובאוויטשער חסידות נישט פאר'רעכענט צווישן די ''חרדישע''. ממילא גייט נישט די פארמעסט צווישן זיי, ווען מ'רעדט פון 'היימישע'. אבער לגבי בכללות, זאגסטו א דערהער.
השתא דאתית להכי וועט דער סאטמארער זאגן אז נאר די סאטמארע עולם איז ריכטיג "חרדיש"
קען מען אויב אזוי שוין נישט מדמה זיין סאטמאר רב צום בעלזא רב, אמער ער האט דאך גע'חתמ'עט פארן בחירות.. היש לך אינו חרדי יותר מזה...?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 9:11 pm
דורך berlbalaguleh
באהעלפער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שעמט אייך. די אלע מעסטערס. ס'הייסט?. איין צדיק איז, לאמיר זאגן א
נאמבער..3,000. דער צווייטער צדיק. איז...
3,754
.אונז זעמיר דען אין א מצב צו פארשטיין דעם חילוק.פון אונז זענען זיי זיכער גרעסער...!
יו בי סורפרייזט, אז ווען דו וועסט צונייגען א אויער צום סערוועי וואס כלל ישראל האלט, אויסער סאטמאר, וועסטו הערן אז ס'דא א ריזן קאנטראסט צווישן ביידע, און אז צווישן זיי זענען נאך דא עטליכע אינצווישן.
באהעלפער: איך מיין אז דו האסט (האפנטליך שלא בכונה) פארפאסט מיין נקודה.סך הכול וואס איך האב געזאגט איז אז אונז קענמיר נישט מעסטן. ביידע צדיקים זענען געווען צדיקי אמת. כל אחד בדרך שלו. נקודה. איך גיי נישט ווייטער פון דעם...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 9:16 pm
דורך באהעלפער
אזוי זאגסטו, און היבש גרויסע האבן געזאגט אנדערש, ספעציעל נאך וואס ער האט גערעדט קעגן דעם בעלזער רב, און דעם קלויזנבורגער רב, האבן עטליכע רביים - ובתוכם דער באיאנער רבי זצוק''ל - זיך אויסגעדרוקט ווערטער וואס אפילו קאווע שטיבל איז צו חשוב עס איבערצוזאגען. [עכ''פ ברבים, אפשר אין אישי]

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 12:30 am
דורך דערהויבענע איד
נוח האט געשריבן:צדקות און העכערקייט און הימלישקייט קען איך נישט שאצן. אבער מנהיגות, גאונות, עסקנות, קען איך יא שאצן. מיין שטימע גייט פאר דעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל.
איך האלט נישט פון בארעדן 2 אידן וואס זענען שוין נישט מיט אונז, אבער די פותח אשכול האט נישט געמיינט צו פרעגן ווער איז מער געלונגען אדער אנדערע זאכן וואס דו רעכנסט אויס.....

אז מ'דארף שוין וואויטן פאר אנדערע זאכן ווואלט איך גענומען איינשטיין פאר גאונות, נתניהו פאר מנהיגות,....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 12:36 am
דורך דערהויבענע איד
דאס איז אויך א אישו פארוואס אסאך סאטמערע און בעלזע פארשטייען זיך נישט, ווען מ'רעדט פון אזא נושא הייבט די סאטמערער אן צו רעדן ווי קלוג די ווערטלעך פון רבי זי''ע זענען געווען אדער ווי סאך חסד ער מיט'ן רעבעצין האט געטון, דעיס איז בכלל נישט וואס די אלגעמיינע וועלט וועט רעכענען פאר א זאך פאר זייערע רבי'ס.
שטעל דיך פאר ווען תולדות אהרן וועט אנהייבן רעדן ווי א גוטע בעל דרשן די רבי איז געווען, אדער ביים ריבניצע ציון וועט מען דערציילן ווי קלוג ער האט פארשטאנען אן עסק, דעיס איז בכלל נישט קיין נושא ביי רוב חסידות'ער.

דיסקלעימער: איך מיין נישט אוועקצומאכן אדער בארעדן קיין איינעם און איך שעץ סאטמער, מיט זייער רבי'ן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 12:40 am
דורך וואלווי
Wow יעצט פארשטיי איך פארוואס פאולס קענען ניטאמאל פרעדיקטן די פרעזידענטאל עלעקשאנס..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 12:50 am
דורך מיליאנער
איין זאך זע איך. די סאטמארע דא פילן מער ווייניגער ניטאמאל פאר וויכטיג צו קאמענטירן אויף דעי פראגע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:04 am
דורך באהעלפער
כ'ווייס נישט צו בעלזע צו סאטמארע מעגן אפילו אריינרעדן מטעם זייער רבי'ן, ווייל דא רעדט מען נוטראל.
אבער אגב, וואלט איך געשטעלט אויפ'ן פארמעסט, לאמיר זאגן, דער וויענער רב רבי יונתן שטייף זצוק''ל, אלץ קבלה'ליסט און אויך נגלה, האלט איינער דא אז דער דברי יואל איז 'אסאך' העכער געווען פון עהם?
פאר'ן זאגן א מיינונג, מאך אביסל מחקר אויף ר' יונתן, אז מ'רעדט דא פון א זעלטענער פיגור

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:04 am
דורך היסטאריע
ווען בעלזער רבי וואלט געוועהן רבי אין סאטמאר און סאטמארע רבי רבי אין בעלזא, וואלט מען אין ביידע פלעצער געהאלטען פארקערט וואס זיי האלטען יעצט. ממילא איז אלע תשובות נישט עכט.

דער איינציגסטער וואס קען ענטפערען אהן נגיעות איז א ליטוואק.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:06 am
דורך באהעלפער
היסטאריע האט געשריבן:ווען בעלזער רבי וואלט געוועהן רבי אין סאטמאר און סאטמארע רבי רבי אין בעלזא, וואלט מען אין ביידע פלעצער געהאלטען פארקערט וואס זיי האלטען יעצט. ממילא איז אלע תשובות נישט עכט.

דער איינציגסטער וואס קען ענטפערען אהן נגיעות איז א ליטוואק.
ביסטו זיך טועה ווער איז רוב כלל ישראל, ס'דא אויסער סאטמאר און בעלז א ריזן רוב

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:09 am
דורך שמעון וואלף
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די אישו ווייל איך האב זיי ביידע נישט געקענט.
אויף סאטמאר רב ז"ל האט איך געהערט אז ער איז געווען א געלונגענע ארגענאזירער און געשטאנען בראש פון אסאך פראיעקטן אויפצובויען די אינפראסטרוקטר פון יהדות החרדית נאכ'ן קריג. אויך איז ער געווען א שיינע בעל מחדש און א תלמיד חכם. וואס נאך? אה, ער האט זיך ארויסגעשטעלט מלחמה האלטן מיט די וועלט בנוגע ציונות כאטש ס'געווען זייער אומפאפולער, ווייל לשוטתו איז דאס געווען די רצון השם.

יעצט בין איך מכבד ווער ס'קען שרייבן די גדלות פון בעלזע רב ז"ל. נאר ביטע שרייבט נישט אז ער איז געווען א מלאך אלוקים וכדומה, ווערטער וואס מ'פארשטייט נישט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:19 am
דורך חב''ד הויזן
me smart האט געשריבן:
מר. קלונימוס האט געשריבן:
me smart האט געשריבן:וויפול די סאטמארע פראבירן נאר צו פראפאגאנדירן אז סאטמאר רב איז "נישט קלענער געווען" פונעם בעלזער רב
Nice try...
אבער אין סאטמאר הערט מען דאס קיינמאל נישט.. אויב עפעס איז עס אז בעלזא רב איז נישט קלענער געווען, נישט פארקערט.
:lol: :lol: :lol:
אזוי פארקויפט די פראפאגאנדע מאשין אין סאטמאר? איך האב נישט געוויסט אז זיי גייען שוין אזוי ווייט... אפאר יאר צירוק האבן זיי נאך געזינגען דעם ניגון אז סאטמאר רב איז "נישט קלענער געווען" זעט אויס אז היינט קען מען שוין זאגן אז בעלזא רב איז נישט קלענער געווען...
Lol...
יאפ, שושן פורים תשע''ד האט זיך געטוישט די ניגון :lol:

כ'האב הנאה פון דיין ספינעריי :lol: (איך נעם נישט קיין צד)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:22 am
דורך באהעלפער
שמעון וואלף האט געשריבן:איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די אישו ווייל איך האב זיי ביידע נישט געקענט.
אויף סאטמאר רב ז"ל האט איך געהערט אז ער איז געווען א געלונגענע ארגענאזירער און געשטאנען בראש פון אסאך פראיעקטן אויפצובויען די אינפראסטרוקטר פון יהדות החרדית נאכ'ן קריג. אויך איז ער געווען א שיינע בעל מחדש און א תלמיד חכם. וואס נאך? אה, ער האט זיך ארויסגעשטעלט מלחמה האלטן מיט די וועלט בנוגע ציונות כאטש ס'געווען זייער אומפאפולער, ווייל לשוטתו איז דאס געווען די רצון השם.

יעצט בין איך מכבד ווער ס'קען שרייבן די גדלות פון בעלזע רב ז"ל. נאר ביטע שרייבט נישט אז ער איז געווען א מלאך אלוקים וכדומה, ווערטער וואס מ'פארשטייט נישט.
בעלזער רב האט געמאכט א תאמעוואטע פנים כאילו ער זעט נישט און הערט נישט, און האט געוואוסט, אבער געוואוסט אלעס ארום זעך. ער האט געצויגען ווי א מאגנעט אנע דרשות, בלויז מיט אהבת ישראל תמימה. [וואס שאץ אפ וויפיל קומען היינט צו זיין ציון כ''א אב, און וויפיל כוא''ב, און זאג מיר דעמאלטס ווער איז דער רשכבה''ג.]
ער האט מיט די אויגען אראפ, געפירט טויזענטע יודענס פריוואטע הצלחה אין פרנסה, שידוכים, שלום בית, חינוך, אנע רעדן אסאך.
א עכטע מנהיג וואס א וואונק, א אויסדרוק, שאקעלט וועלטן אז יעדער וויל הערן האט דער רב געזאגט יא, צו עה... צו בלויז געשאקעלט...
בעלזע לומדים בכמות ובאיכות טרעפט מען ווייט נישט אין ראדני. במחילת כבוד בעלי בתים עם ידים על העליונה...
איך האב נאר אנגעהויבן, און כ'לאז א צווייטן ציען די ליסטע.