בלאט 1 פון 2
אפשטאם פין אידען - אשכנז
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 9:06 am
דורך היסטאריע
שבת אחים שרייבט ערגעץ אנדרעש
אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.
ווי שטייט דאס?
איך געדענק אויך זעהן (אין ספר חמדה גנוזה) אז אסאך אידן פין פוילן זענען אפשטאמיגע פין אנוסים פין שפאניע. זעהט אויס זיי האבן נישט געהאלטען זייערע ספרדישע מנהגים. אולי משום כך האבן חסידים געהאט א ערוועקונג צוריק צו גיין צו נוסח ספרד.
טאמער איינער ווייסט נאך מעשיות און מקורות אויף יהדות אשכנז איז עס גאר אינטערעסאנט צו ברענגן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 9:28 am
דורך טאמבל סאס
דאכצעך מיר דאס איז שוין אן אויסגעדראשענער טאפיק דא אין קאווע שטיבל אבער איך וויל גלייבן אז מיר זענען בעיקר קאַזאַרן (טערקן?) און א קליין ביסל בבלישע, איראנער און פאלעסטינע אידן. די שפאנישע אידן זענען דאך זעלבסט אהינגעקומען פון די מיטל מזרח, ניין?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 9:45 am
דורך קאצקע ציקער
אפשר וועגן דעם זענען די אונגארישע יודן אזוי תמימיתדיג און רבי מענטשן אזוי ווי ספרדים ווייל אונדז זעמיר עכט ספרדים
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:05 am
דורך וואלווי
קאצקע ציקער האט געשריבן:אפשר וועגן דעם זענען די אונגארישע יודן אזוי תמימיתדיג און רבי מענטשן אזוי ווי ספרדים ווייל אונדז זעמיר עכט ספרדים
אונגארין איז נישט די איינציגסטע מדינה און אירופא, ווי אויך ביז די בעש"ט איז דאך נישט געווען חסידות/ספרדישקייט בכלל מער ווי סיי ווי.
לכאורה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 11:17 am
דורך חדשים
דא האסטו פון שלמה זנד וואס האט ארויס געגעבן א בוך אויף די נושא.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 11:26 am
דורך מרדכי מרדכי
איך האב אמאל גענומען א די. ענ. עי. טעסט און עס איז ארויסגעקומען אז איך בין 99.2% אשכנזי איד
און 0.6% מצריש
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 11:44 am
דורך שאלתיאל
חדשים האט געשריבן:דא האסטו פון שלמה זנד וואס האט ארויס געגעבן א בוך אויף די נושא.
זנד'ס בוך '
מתי ואיך הומצא העם היהודי' האט פאראורזאכט א גרויסע שטורם און געצויגן אסאך אינטערעסע און קריטיק. ער טענה'ט אז די היינטיגע פאלעסטינער זיי זענען גאר די ריכטיגע צאצאים פון די יודן וועלכע זענען בכלל נישט געגאנגען אין גלות. ער טענה'ט אז די היינטיגע יודן זענען בעיקר צאצאים פון גרי כוזר, א האלב קאנספיראטיווע טענה וועלכע ווערט אנגערופן 'המיתוס הכוזרי' און די אנטיסעמיטן האבן זיך אסאך באנוצט דערמיט אין לויף פון היסטאריע.
זעה דא
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%AA%D7 ... 7%99%D7%9D
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 11:48 am
דורך קאצקע ציקער
וואלווי האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:אפשר וועגן דעם זענען די אונגארישע יודן אזוי תמימיתדיג און רבי מענטשן אזוי ווי ספרדים ווייל אונדז זעמיר עכט ספרדים
אונגארין איז נישט די איינציגסטע מדינה און אירופא, ווי אויך ביז די בעש"ט איז דאך נישט געווען חסידות/ספרדישקייט בכלל מער ווי סיי ווי.
לכאורה
אשר על כן? וואס פונקטליך זאגסטו? איך האב געזאגט אז אונגארן איז די אייינצוגסטע מדינה אין אייראפא?
איך טראכט שוין לאנג פארוואס די ספרדים זענען געגאנגען אזוי ווייט ווי איראן מיט טערקיי ווען זיי וואלטן געקענט פונקט אזוי גיין אין איירעפעיאישע מדינות די תירוץ איז אז זיי זענען טאקע געגאנגען נאר זיי האבן זיך אויסגעמישט מיטן המון עם דערפאר זעהט מען געוויסע ספרדישע שטריכן ביי די אונגארישע יודן פון פארן קריג...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2022 3:08 pm
דורך היסטאריע
חדשים האט געשריבן:דא האסטו פון שלמה זנד וואס האט ארויס געגעבן א בוך אויף די נושא.
דער שרייבט דאך אזעלכע אנגעפרעגטע שטותים.
אין דער אכצענטע הונדערט איז מען אויפגעקומען מיט דער רעיון אז אידן דארפען צוריקקומען צו ארץ ישראל. פליז מיט אזעלכע נארישקייטן דארף מען זיך אפילו נישט דינגען.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2022 4:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
היסטאריע האט געשריבן:שבת אחים שרייבט ערגעץ אנדרעש
אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.
ווי שטייט דאס?
אויב איז מען גורס ארץ ישראל אנשטאט בבל דאן איז עס א בפירוש'ע וויקיפעדיע
https://en.wikipedia.org/wiki/Ashkenazi ... _in_Europe
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 10:13 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:אפשר וועגן דעם זענען די אונגארישע יודן אזוי תמימיתדיג און רבי מענטשן אזוי ווי ספרדים ווייל אונדז זעמיר עכט ספרדים
קאצקע ציקער: דו זאגסט עס פאר א ווערטל. נאר איך האלט אז ס'איז דא א שטיקל אמת אין דעם. איך האב שוין באגעגנט לכה"פ 3 פארשידענע מענטשן וואס האבן גערעדט און געדאוונט (א ביסל) מיט אן אונגארישן אקצענט/הברה. עכט זענען זיי געווען ספרדים. ועוד. ס'איז באוואוסט אז אין די היסטאריע (בערך 200 יאר צוריק) איז געווען א גרויסע ספר'דישע קהילה אין אונגארין. ספעציעל אין די שטאט מישקאלץ. ווי די ערליכע, חסיד'ישע אידן האבן זיך גערופן קהל ספרדים. מכח איזו סיבה שהוא. ואכמ"ל.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 10:17 pm
דורך berlbalaguleh
מרדכי מרדכי האט געשריבן:איך האב אמאל גענומען א די. ענ. עי. טעסט און עס איז ארויסגעקומען אז איך בין 99.2% אשכנזי איד
און 0.6% מצריש
מרדכי מרדכי: דו דארפסט צו שרייבן...המכונה...איסמאעיל אל פארוק...!
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 10:25 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:שבת אחים שרייבט ערגעץ אנדרעש
אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.
ווי שטייט דאס?
איך געדענק אויך זעהן (אין ספר חמדה גנוזה) אז אסאך אידן פין פוילן זענען אפשטאמיגע פין אנוסים פין שפאניע. זעהט אויס זיי האבן נישט געהאלטען זייערע ספרדישע מנהגים. אולי משום כך האבן חסידים געהאט א ערוועקונג צוריק צו גיין צו נוסח ספרד.
טאמער איינער ווייסט נאך מעשיות און מקורות אויף יהדות אשכנז איז עס גאר אינטערעסאנט צו ברענגן.
היסטאריע: די באוואוסטע עפשטיין משפחה פון בעל ערוך השולחן שטאמען אויך פון די אנוסי ספרד אדער פארטוגאל. זיי האבן געהייסן בנבנישטי. (נישט באנבאנישטי. נאר...Benveniste...! ערגעץ מיט א צוויי הונדערט יאר צוריק האבן זיי עס געטוישט צו עפשטיין. ר' ברוך עפשטיין, וועלכער האט בכלל נישט געהאט א צורה פון א רב (געגאנגען געשעיווט) ברענגט עס אראפ אין זיין ספר ..."מקור ברוך"...וואו ער ברענגט אויך א סאך שטותים...!
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 10:29 pm
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:שבת אחים שרייבט ערגעץ אנדרעש
אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.
ווי שטייט דאס?
איך געדענק אויך זעהן (אין ספר חמדה גנוזה) אז אסאך אידן פין פוילן זענען אפשטאמיגע פין אנוסים פין שפאניע. זעהט אויס זיי האבן נישט געהאלטען זייערע ספרדישע מנהגים. אולי משום כך האבן חסידים געהאט א ערוועקונג צוריק צו גיין צו נוסח ספרד.
טאמער איינער ווייסט נאך מעשיות און מקורות אויף יהדות אשכנז איז עס גאר אינטערעסאנט צו ברענגן.
היסטאריע: די באוואוסטע עפשטיין משפחה פון בעל ערוך השולחן שטאמען אויך פון די אנוסי ספרד אדער פארטוגאל. זיי האבן געהייסן בנבנישטי. (נישט באנבאנישטי. נאר...Benveniste...! ערגעץ מיט א צוויי הונדערט יאר צוריק האבן זיי עס געטוישט צו עפשטיין. ר' ברוך עפשטיין, וועלכער האט בכלל נישט געהאט א צורה פון א רב (געגאנגען געשעיווט) ברענגט עס אראפ אין זיין ספר ..."מקור ברוך"...וואו ער ברענגט אויך א סאך שטותים...!
נוו די תורה תמימה האט ער געמאכט
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:18 am
דורך מונטסורי
טאמבל סאס האט געשריבן:דאכצעך מיר דאס איז שוין אן אויסגעדראשענער טאפיק דא אין קאווע שטיבל אבער איך וויל גלייבן אז מיר זענען בעיקר קאַזאַרן (טערקן?) און א קליין ביסל בבלישע, איראנער און פאלעסטינע אידן. די שפאנישע אידן זענען דאך זעלבסט אהינגעקומען פון די מיטל מזרח, ניין?
כ׳ווייס נישט אויב ממש אויסגעדראשען, אבער א אשכול דערוועגען איז שוין דא:
viewtopic.php?f=24&t=2278
אויך קומט אריין די שמועס ווען מ׳פרובירט צו פארשטיין די קלוגשאפט פון אשכנזי׳שע אידן
דא און
דא
אויך
דא ווערט עס אנגערירט טאקע דורך
@שבת אחים
—————
לעצם הענין וואלט איך טאקע זייער געוואלט ליינען א קאמפריהענסיוו באשרייבונג איבער די נושא, אזוינס וואס זאל דעקן די origins פון די אשכנזים פון אלע זייטן, הן מצד זייער DNA הן מצד די שפראך, ווי אויך היסטארישע דאטא און היסטארישע סאציאלאגיע. אויב איינער קען רעקאמענדירן א בוך אדער אן אקאדעמישע פאפיר אויף די נושא וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:01 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:שבת אחים שרייבט ערגעץ אנדרעש
אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.
ווי שטייט דאס?
איך געדענק אויך זעהן (אין ספר חמדה גנוזה) אז אסאך אידן פין פוילן זענען אפשטאמיגע פין אנוסים פין שפאניע. זעהט אויס זיי האבן נישט געהאלטען זייערע ספרדישע מנהגים. אולי משום כך האבן חסידים געהאט א ערוועקונג צוריק צו גיין צו נוסח ספרד.
טאמער איינער ווייסט נאך מעשיות און מקורות אויף יהדות אשכנז איז עס גאר אינטערעסאנט צו ברענגן.
היסטאריע: די באוואוסטע עפשטיין משפחה פון בעל ערוך השולחן שטאמען אויך פון די אנוסי ספרד אדער פארטוגאל. זיי האבן געהייסן בנבנישטי. (נישט באנבאנישטי. נאר...Benveniste...! ערגעץ מיט א צוויי הונדערט יאר צוריק האבן זיי עס געטוישט צו עפשטיין. ר' ברוך עפשטיין, וועלכער האט בכלל נישט געהאט א צורה פון א רב (געגאנגען געשעיווט) ברענגט עס אראפ אין זיין ספר ..."מקור ברוך"...וואו ער ברענגט אויך א סאך שטותים...!
נוו די תורה תמימה האט ער געמאכט
די תורה תמימה איז טאקע זייער א ניצליכער ספר. זיכער אט ער געקענט לערנען. נאר ווען דו זעהסט א פיקטשער פון איהם וואלסטו געווארן געשאקט. בדוו? זיין אזוי גערופן ספר ..."מקור ברוך".. איז פול מיט שטותים והבלים...! ליין עס וועסטו זיך אליין איבערצייגן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:08 pm
דורך וואלווי
בערל, די זאגסט דאס שוין צום דריטען מאל אין די לעצטע שטיקל צייט. וואס באדערט דיך באמת די תורה תמימה?
זיינע זאכען זענען סאליד. וואס קרענקט דיך, אז ער איז געווען אויף געקלערט? זיין בארד? וואס איז די פראבלעם דא, געב עס ארויס, מאך דיך באקוועם, זאג עס ארויס, וועסט פילען בעסער נאכדעם...
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:22 pm
דורך קאצקע ציקער
וואלווי האט געשריבן:בערל, די זאגסט דאס שוין צום דריטען מאל אין די לעצטע שטיקל צייט. וואס באדערט דיך באמת די תורה תמימה?
זיינע זאכען זענען סאליד. וואס קרענקט דיך, אז ער איז געווען אויף געקלערט? זיין בארד? וואס איז די פראבלעם דא, געב עס ארויס, מאך דיך באקוועם, זאג עס ארויס, וועסט פילען בעסער נאכדעם...
און שיק אריין דאס בילד
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:07 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:בערל, די זאגסט דאס שוין צום דריטען מאל אין די לעצטע שטיקל צייט. וואס באדערט דיך באמת די תורה תמימה?
זיינע זאכען זענען סאליד. וואס קרענקט דיך, אז ער איז געווען אויף געקלערט? זיין בארד? וואס איז די פראבלעם דא, געב עס ארויס, מאך דיך באקוועם, זאג עס ארויס, וועסט פילען בעסער נאכדעם...
וואלווי: דו האסט נישט גוט אפגעליינט מיינע ווערטער. איך האב נישט געזאגט קיין איין ווארט קריטיק אויפ'ן פירוש תורה תמימה. ס'איז זייער א ניצליכער חיבור. נאר אויפ'ן מחבר. ער האט געהאט א פערזענליכקייט וואס האט נישט געפאסט פאר א זון פונ'ם בעל ערוך השולחן. אמת. ער האט געקענט גוט לערנען. נאר ער איז אויך געווען נישט א קליינער בעל גאווה. אויסער דעם האט ער פיינט געהאט חסידים שנאת מוות. ער ברענגט זייער געמיינע בריוון און אנדערע מאמרים איבער חסידים . זאכן וואס דו וואלסט נישט געשריבן אויף דיין גרעסטן שונא.
איך האב געהאט אן אימידזש פון איהם אלס א ליטווישער רב מיט א לאנגע, שפיציגע בארד. ווען איך האב געזעהן זיין מגושמ'דיגע צורה פון דעם גלאט געשעיווטן פנים. מיט די ברייטע באקן ביניך געווארן געשאקט.
Re: אפשטאם פין אידען - אשכנז
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:42 pm
דורך כרם זית
אגב, תורה תמימה איז טאקע א מוראדיגער ספר, אבער ער איז געווען א גרויסער פאליגראףַ.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:48 pm
דורך קאצקע ציקער
ר'בערל איר מיזט זיך באריהיגן ער איז געהעריג געגאנגען מיט א בארד!...
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:19 pm
דורך היסטאריע
כרם זית האט געשריבן:אגב, תורה תמימה איז טאקע א מוראדיגער ספר, אבער ער איז געווען א גרויסער פאליגראףַ.
אינטערעסאנט. א ספר וואס ברענגט אלע גמרות וואס רעדן וועגן דער פסוק, און ער פאלעגירער? פין וועמען? פין די גמרא?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:33 am
דורך berlbalaguleh
כרם זית האט געשריבן:אגב, תורה תמימה איז טאקע א מוראדיגער ספר, אבער ער איז געווען א גרויסער פאליגראףַ.
כרם זית: באיזה מובן אתה מתאר אותו כ'פוליגרף. מה פירוש? פוליגרף היום זה מכונת אמת.!