בלאט 1 פון 1

עקב - איך האב מורא...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 6:54 pm
דורך א שעפעלע
בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

משה רבינו איז ווייטער ממשיך מיט זיינע ווערטער פון הדרכה, התעוררות, און מוסר פאר זיין ליבע פאלק, איידער ער גייט זיך געזעגענען פון זיי אויף אייביג, איידער זיי גייען אריין קיין ארץ ישראל. צווישן אנדערע זאגט ער זיי: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל" הערטס מיר צו אידישע קינדער, אַתָּה עֹבֵר הַיּוֹם אֶת הַיַּרְדֵּן לָבֹא לָרֶשֶׁת גּוֹיִם גְּדֹלִים וַעֲצֻמִים מִמֶּךָּ עָרִים גְּדֹלֹת וּבְצֻרֹת בַּשָּׁמָיִם, דו גייסט שוין באלד אדרוך דעם ירדן אריינצוגיין קיין ארץ ישראל, און דארט גייסטו ירש'ענען די גרויסע און שטארקע פעלקער מיט זייערע גרויסע און באפעסטיגטע שטעט וואס דערגרייכן ביז'ן הימל (חז"ל זאגן אז ס'איז א לשון גוזמא, ווי איינער וויל ארויסברענגן אז זיי זענען באמת גאר גרויסע און ריזיגע שטעט, און ס'זעהט אויס ווי עס רירט כמעט אָן דעם הימל).

און משה רבינו באגנוגט זיך נישט מיט דעם, נאר ער לייגט נאך צו, עַם גָּדוֹל וָרָם, דאס איז א גרויסע און הויכע פאלק, בְּנֵי עֲנָקִים, זיי זענען ריזן, אֲשֶׁר אַתָּה יָדַעְתָּ וְאַתָּה שָׁמַעְתָּ, דו ווייסט און דו האסט שוין געהערט דערפון, מִי יִתְיַצֵּב לִפְנֵי בְּנֵי עֲנָק, ווער קען זיך דען שטעלן מלחמה האלטן מיט אזעלכע גרויסע און שטארקע מענטשן.

אבער דו אידעלע שרעק זיך נישט דערפון, וְיָדַעְתָּ הַיּוֹם כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ הוּא הָעֹבֵר לְפָנֶיךָ אֵשׁ אֹכְלָה הוּא יַשְׁמִידֵם וְהוּא יַכְנִיעֵם לְפָנֶיךָ וְהוֹרַשְׁתָּם וְהַאֲבַדְתָּם מַהֵר, דו ווייסט דאָך יא אז דער אייבישטער איז דער
וואס גייט אריבער פאר דיר, דער הייליגע באשעפער וואס ער איז א אֵשׁ אֹכְלָה, א פלאם פייער וואס פארברענט און פארלענדט, ער וועט מלחמה האלטן מיט אט די גיבורים און די ריזן, און ער וועט זיין אויסמעקן און מכניע זיין אינאנצן.

שטעלט זיך די קושיא, משה רבינו וויל דא מוטיגן און שטארקן די אידן אז זיי זאלן נישט מורא האבן ווען עס קומט אריינצוגיין אין ארץ ישראל, אויב אזוי פארוואס הייבט ער אָן מיט'ן זאגן דעם גאנצן אמת אין פנים אריין און אראפלייגן דעם פראבלעם און אויס'משל'ן באריכות די אלע שרעקעדיגע זאכן וואס געפונען זיך דארט; אדרבה, ער וואלט עס געדארפט מאכן מער בא'טַעמ'ט און זיס פאר אונז, אז מיר זאלן יא וועלן גיין קיין ארץ ישראל.

און נאך מער, ער לייגט צו "אֲשֶׁר אַתָּה יָדַעְתָּ וְאַתָּה שָׁמַעְתָּ" דאס איז אלעס זאכן וואס איר ווייסט שוין און איר האט שוין געהערט דערוועגן, און אמת טאקע, ווען האבן מיר געהערט דערוועגן? געווען איז דאס אין פרשת שלח ווען די מרגלים האבן זיך צוריקגעקערט פון זייער באזוך אין ארץ כנען, און זיי האבן צוריק געברענגט פון דארט ממש די ווערטער, זיי האבן געשילדערט מיט שרעק די גרויסע און שטארקע שטעט און די פעסט געבויטע ריזן וואס וואוינען דארט. כלל ישראל איז טאקע אריינגעפאלן אין א פאניק, די אידן האבן אנגעהויבן צו וויינען און נישט געוואלט אריינגיין קיין ארץ ישראל, א זאך וואס האט געברענגט אויף זיי א חרון אף פון השי"ת, און עס האט גורם געווען א בכיה לדורות, א געוויין וואס מיר וויינען נאך ביז היינט אויף יענעם חטא, און דא קומט משה רבינו און ער זאגט גאר איבער די זעלבע זאכן (און ער לייגט נאך אפילו צו מער), פארוואס וואלט אונזער געטרייע רבי געוואלט אויפברענגן אזעלכע שווערע זכרונות און שטורמישע געפילן וואס האבן דאס לעצטע מאל נישט געברענגט קיין גוטס.

און צום לעצט איז אינטערסאנט צו באמערקן די הקדמה וואס ער מאכט, "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל - הערטס מיך צו כלל ישראל", וואס דאס זענען ווערטער וואס מיר געפונען נישט צופיל מאל אין די תורה; וואס באדייט דווקא דא די ווארימע הקדמה, און וואס וויל ער זאגן דערמיט עפעס ספעציעל מער ווי אין אנדערע פרשיות אין די תורה. וואס אז מיר וועלן זיך פארטיפן דערין, וועלן מיר זיכער קענען ארויסנעמען און דערהערן פון דעם א געוואלדיגע לימוד און א מוסר השכל לדורות, וואס אונזער רבי רעדט צו אונז שטענדיג, ביז'ן היינטיגן טאג און ער זאגט אונז "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל" הערטס זיך גוט צו צום גרויסן יסוד וואס איך לערן אייך דא.

איז איידער מיר טרעטן צו צו אונזער לימוד, איז כדאי מקדים צו זיין א הערליכע שמועס וואס עס איז מיר אמאל אויסגעקומען צו האבן מיט א בעל הבית, א יונגערמאן א שיינע בעל פרנסה און א איש מצליח, און זיינע ווערטער האבן ממש באלאכטן מיינע אויגן. די מעשה גייט ווי פאלגנד:

געווען איז אמאל ווען איינס פון מיינע חברים, לאמיר איהם רופן ראובן, האט געהאט א קלער אריינצוגיין אין א געוויסע ביזנעס, עס איז איהם אונטערגעקומען א געלעגנהייט, און ער האט געהאלטן אז ער וועט קענען פארדינען פון דעם, ער האט אבער געהאט פארשידענע ספיקות און שאלות בנוגע געוויסע פרטים, און ער האט געזוכט איינער מיט עקספיריענס, איינער וואס טוט אין דעם פעלד, זאל איהם העלפן און מייעץ זיין אין דעם נושא.

איך האב איהם אנגעבאטן מיין הילף, וויבאלד איך האב גוט געקענט א צווייטע ידיד, שמעון, וואס האט ממש אזא סארט ביזנעס, און ער איז ב"ה שיין מצליח דערפון, און ער וועט געוויס קענען אויסקלארן אלע פאקטן און דעטאלן וואס ראובן וויל וויסן. אומר ועושה, איך בין אריבערגעגאנגען צו שמעון און איך הייב איהם אָן פרעגן אויף למעשה וואס ער האלט בנוגע אזא סארט ביזנעס, וויפיל געלט מ'דארף אינוועסטירן, וואס מ'דארף טוהן, און נאך עטליכע פראגעס. אבער צו מיין גרויס ערשטוינונג, קוקט ער מיר אזוי אָן און ער אנטשולדיגט זיך אזוי ליבליך, "איך וואלט דיר זייער געוואלט העלפן, אבער איך בין נישט די ריכטיגע אדרעס דערצו, ווייל איך האב נישט קיין אהנונג אין די ענינים"... איך עפן אויף אפאר אויגן מיט וואונדער, וואס הייסט אז דו ביסט נישט די ריכטיגע אדרעס, אויב נישט דו שמעון וואס האט אזויפיל הצלחה ממש אין דעם אינדאסטרי, איז וועמען דען זאל מען פרעגן. שמעון האט מיך אבער נישט געלאזט צו לאנג נייגעריג, און ער ערקלערט זיינע ווערטער, איך וועל דיר פארציילן אביסל די היסטאריע פון מיין ביזנעס:

אזויווי דו ווייסט, בין איך בעצם געווען אין א אנדערע 'ליין' אינגאנצן; די געשעפט איבער וואס דו פרעגסט, איז בכלל נישט געווען מיין ליין, עס איז געווען פרעמד צו מיר און איך האב קיינמאל גארנישט געהאט דערמיט. איך האב זיך געהאט אויפגעבויעט א אייגענע קאמפעני, געארבעט שווער, געמאכט אביסל פרנסה, און ס'איז געווען עולם כמנהגו נוהג.

ויהי היום, עס קומט אריבער צו מיר א איד א בעל חסד, א גרויסער עסקן, און ער דערציילט מיר אז ער מיט נאך געוויסע עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט ארויסצוהעלפן א איד, לוי, וועלכער האט געפירט א ברייט פארצווייגטע ביזנעס, אבער דאס מזל האט איהם נישט געשיינט און ער איז געווארן א ריזיגע בעל חוב, און ער האט געהאלטן כמעט ביים אנזעצן גאר גרויסע געלטער, און ס'איז געווען ממש א מצוה פון פדיון שבויים איהם אויסצולייזן פון זיין שווערע מצב. הכלל, די עסקנים האבן געהאלטן אז אויב וועט לוי פארקויפן א געוויסע טייל פון זיין ביזנעס, וועט ער מיט דאס געלט זיך קענען קאנצעטרירן אויף די אנדערע האלב וואס וועט בלייבן ביי איהם, און אזוי ארום זיך צוריק שטעלן אויף די פיס. "נו, וואס האט דאס מיט מיר?" האב איך געפרעגט פונעם גוט-הארציגן עסקן, און יענער האט מיר געגעבן צו פארשטיין אז ער איז געקומען צו מיר ווייל ער וויל אז איך זאל זיין דער קונה וואס וועט אפקויפן דעם ביזנעס פון לוי.

אין אנהייב האב איך זיך פראבירט ארויסצודרייען דערפון, עסקנות איז קיינמאל נישט געווען מיין פעלד, און בכלל איך בין נישט דער גרויסער עושר צו קענען אפקויפן אזעלכע סארט געשעפטן וואס מען דארף ווארטן לאנגע יארן צו זעהן די רווחים, און אט דער ביזנעס וואס לוי דארף מיר פארקויפן, איז א זאך וואס וועט נעמען קרוב צו צעהן יאר איידער מ'נעמט ארויס שיינע סכומים, בקיצור, איך האב קלאר געוואוסט אז ס'איז נישט פאר מיר. אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט, די שתדלנים האבן געמוטשעט און געלייגט דרוק, און איך ווייס אליינס נישט פארוואס און וויאזוי, איך האב נישט געקענט אפזאגן, און למעשה האב איך צוגעשטימט צום מקח, איך האב אפגעקויפט דער ביזנעס וואס לוי האט פארקויפט.

אלע מיינע ארומיגע האבן געלאכט פון מיר, מיין שותף האט געהאט טענות צו מיר, מענטשן האבן געהאלטן אז איך בין באגאנגען א נארישקייט מיט דעם וואס איך האב אינוועסטירט מיין גאנצע געלט אין א ביזנעס וואס מוז בכלל נישט זיין אז איך וועל אמאל עפעס ארויסנעמען דערפון. אבער וואס זאל איך דיר זאגן, פון די מינוט וואס עס איז אנגעקומען אין מיינע הענט, איז אריינגעקומען דארט די ברכה כמעט חוץ לדרך הטבע, וואו איך האב נאר געלייגט א האנט, האט דער רבונו של עולם געעפנט א קוואל פון ברכה, יעדע ריר אין די ביזנעס האט ב"ה אויסטערליש מצליח געווען. געוויסע געזעצן האבן זיך געטוישט ממש אין יענע תקופה, און עס פשוט געווען א געוואלדיגע טובה פאר די ביזנעס, און בכלל פארשידענע מצבים האבן געמאכט אז די סחורה זאל האבן א שטארקע פארלאנג, בקיצור איך האב געשפירט ווי פון הימל פירט מען מיר אויף א וועג וואס כ'האב זיך בכלל נישט געראכטן, און די ברכה איז אריינגעקומען אין יעדע ווינקל. און היינט צו טאגס איז דאס מיין הויפט ביזנעס, דא מאך איך אסאך מער געלט ווי אין אלע מיינע אנדערע ביזנעסער וואו איך האב משקיע געווען אסאך מער כוחות און ענערגיע, פון יענע זאכן איז נישט געווארן א פערטל פון וואס איך האב זוכה געווען דא ממש ווי א מציאה מן השמים, וואס איז געקומען בהיסח הדעת.

און דערפאר האב איך דיר געזאגט אז איך בין נישט די ריכטיגע אדרעס צו קענען העלפן און געבן עצות וויאזוי צו פירן מיין ביזנעס, ווייל איך ווייס און איך פיל מיט א זיכערקייט אז איך האב באמת נישט קיין אהנונג וואס איך טוה דא, אויב זאכן וואלטן זיך געוואנדן אין מיין חכמה און אין מיינע החלטות, וואלט איך מסתמא נישט געהאלטן אין ערגעץ, ס'איז פשוט ווי דער אייבישטער פירט מיר פון אויבן, ער מאכט און ער טוט, און אלעס וואס דו זעהסט און דו הערסט פון מיין הצלחה האט גארנישט מיט מיר פערזענליך, עס איז בלויז חסד השם. און דעריבער ווער זאגט אז וואס עס איז גוט פאר מיר וועט זיין גוט פאר יענעם, ביי מיר איז עס ב"ה געלונגען ווייל אזוי האט הקב"ה געוואלט, און אז דער אייבישטער וועט וועלן וועט יענער אויך מצליח זיין אין דעם.

"איך וועל דיר זאגן נאך מער" לייגט צו מיין ידיד ר' שמעון, "ביז יעצט, ווילאנג איך בין געווען מער פארנומען מיט מיינע 'אייגענע' געשעפטן וואס איך האב געהאט אויפגעבויעט, ווען מענטשן פלעגן מיר קומען פרעגן עצות און הדרכות, בין איך געווען א גאנצע 'מַאן דאמר' איך האב געטיילט דיעות און געזאגט מיינונגען, ווייל איך האב זיך באמת איינגערעדט אז איך ווייס וואס איך טוה, אבער זייט איך האב זוכה געווען אז מיינע אויגן האבן זיך געעפנט, און איך ווייס קלאר אז מיין הצלחה האט גארנישט מיט מיר צו טוהן, בין איך שטיל, איך זאג שוין גארנישט, ווייל איך האב זיך איבערצייגט אויף אן אמת אז איך ווייס טאקע נישט, צומאל קען א מענטש טוהן און מאכן השתדלות אויף טויזנט אופנים און עס וועט גארנישט ברענגן, און אמאל גיבט מען קוים א ריר מיט'ן פינגער, אבער פון הימל וויל מען געבן הצלחה, און דעמאלטס איז מען מצליח. און דעריבער האב איך שוין טאקע נישט קיין עצות אין קיין שום פעלד, ווייל דאס וואס איך האב זיך געהאט איינגערעדט אמאל אז איך ווייס און איך פארשטיי, זעה איך דאך היינט אז ס'איז גארנישט מיט נישט"...

איך בין געבליבן זיצן פארטראכט דארט א לענגערע צייט, די ריינע און לעכטיגע דיבורים פון א בעל הבית, א ביזנעסמאן, וואס האט זוכה געווען צוצוקמען צו די טיפע הכרה און אנערקענונג אז ער ווייסט גארנישט, ממש די "תכלית הידיעה שנדע אשר לא נדע" ער ווייסט אז ער ווייסט גארנישט, און ער איז זוכה צו פארשטיין אז א מענטש טוט גארנישט אליינס, און נישט זיין כוח און זיין פארשטאנד איז דאס וואס ברענגט איהם פרנסה.

וואס באמת ווערט דער נושא ברייט אויסגעשמועסט אין אונזער פרשה עטליכע מאל. אבער לאמיר קודם כאפן א בליק מער צום סוף פון אונזער סדרה, ביי שישי (י"א י'), וואו משה רבינו זאגט פאר כלל ישראל "כִּי הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַתָּה בָא שָׁמָּה לְרִשְׁתָּהּ לֹא כְאֶרֶץ מִצְרַיִם הִוא... אֲשֶׁר תִּזְרַע אֶת זַרְעֲךָ וְהִשְׁקִיתָ בְרַגְלְךָ", און ווי רש"י טייטשט דעם פסוק, משה רבינו וויל אונז דא לאזן הערן אז ארץ ישראל איז גאנץ אנדערש פון מצרים, מצרים איז פלאץ וואו עס רעגנט נישט פון הימל, די מענטשן דארט דארפן אליינס אנטרינקן זייערע פעלדער פונעם נילוס, מען לעבט מיט דאגות, מ'פארלירט שלאף, מ'איז פארנומען צו גראבן און שלעפן, מען זוכט אלע סארטן עצות וויאזוי מ'קען ברענגן וואסער צו די פעלדער. ווער רעדט נאך אויב איינער האט א פעלד אויף א הויכע פלאץ וואו וואסער קומט נישט אָן דארט גרינגערהייט, האט ער געדארפט ארבעטן דאפלט שווער צו ברענגן וואסער צו זיין שטח ווי רש"י זאגט, "ארץ מצרים היתה צריכה להביא מים מנילוס ברגלך ולהשקותה, וצריך אתה לנדד משנתך ולעמול, והנמוך שותה ולא הגבוה, ואתה מעלה המים מן הנמוך לגבוה" בקיצור מ'איז פארנומען צו קומען און לויפן און טראגן און ברענגן א גאנצן טאג, וְהִשְׁקִיתָ בְרַגְלְךָ, מען דארף אנטרינקן דורך אליינס גיין און קומען מיט די פיס.

אבער ארץ ישראל, דארט איז גאנץ אנדערש, און ווי משה רבינו זאגט אונז "אֶרֶץ הָרִים וּבְקָעֹת לִמְטַר הַשָּׁמַיִם תִּשְׁתֶּה מָיִם", דארט איז טאקע דא בערג און טאָלן, ס'איז דא אלע סארטן פלעצער, אבער דער מענטש דארף זיך גארנישט זארגן, דער אייבישטער שיקט רעגן פון הימל וואס דעקט אלעס, ווי רש"י שרייבט, "אתה ישן על מטתך, והקב"ה משקה נמוך וגבוה, גלוי ושאינו גלוי, כאחת" דו קענסט ליגן אין בעט, און דער אייבישטער שיקט שוין, ער קען אנטרינקן הויכע פלעצער און נידריגע פעצער, אפענע פלעצער און פארמאכטע פלעצער, דער אייבישטער כביכול גיבט זיך גרינגערהייט א עצה מיט די אלע פראבלעמען, דו דארפסט זיך גארנישט זארגן.

שטייט אין ספרים הקדושים, אז דא ליגט באמת נאך אסאך א טיפערע נקודה. מיר ווייסן אז מצרים איז געווען די קליפה פון גאוה און "אני ואפסי", אין מצרים האט מען געלעבט מיט די איינרעדעניש פון כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי, אלעס איז מיך, עס איז מיין געלט, מיין כוח, מיינע עצות, און דאס מיינט "וְהִשְׁקִיתָ בְרַגְלְךָ" רגלך איז מרמז אויף געלט, ווי חז"ל זאגן "ממונו של אדם שמעמידו על רגלו" אז די געלט פון א מענטש שטעלט איהם אויף זיינע פיס. און דאס איז די גאנצע קולטור און די גאנצע מהות פון מצרים, א פלאץ וואו מ'דינט דאס געלט, מ'איז משועבד און מ'לויפט נאך דאס געלט, און דער מענטש רעדט זיך איין אז ער איז דער וואס שאפט און טוט אלעס אליינס, ער איז דער וואס קומט און גייט מיט זיינע אייגענע פיס, ער טראגט די דאגות און איז נושא בעול פון זיין פארמעגן, און אלעס האט צו טוהן נאר מיט איהם אליינס, אני ואפסי אֵין עוד.

און דאס איז יעצט געווען די עבודה פון כלל ישראל, נאכן זיין אזוי לאנג אין מצרים, נאכן זיין פארזונקן אין די מ"ט שערי טומאה, נאכדעם וואס עס האט זיך אפגעריבן אויף אונז די עבודה זרה פון מצרים, די שעבוד און די איינרעדעניש אז מיר האבן א אייגענעם כוח און מיר זענען אומשטאנד אליינס צו פארמערן אונזער פארמעגן און אונזער רייכטום, זאגט אונז משה רבינו אז ניין, ארץ ישראל איז א אנדערע געשעפט אינגאנצן, אין ארץ ישראל ביסטו אידעלע גארנישט ביי די מאכט, דו ביסט נישט ווער עס טוט און ברענגט, דא איז א העכערע הנהגה, לִמְטַר "הַשָׁמַיִם" תִּשְׁתֶּה מָיִם, דא טיילט מען שפע פון הימל, דא ווייסט דער איד און אנערקענט אז ער איז נישט דער בעל הבית, ער איז נישט דער וואס טראגט די דאגות, עס וועט סייווי נישט העלפן דיין הארעוואניע, נישט קיין חילוק וויפיל השצדלות דו וועסט מאכן, און נישט קיין חילוק וויפיל ענערגיע דו וועסט אריינלייגן, דער בורא עולם איז אין קאנטראל, ער וועט דיר געבן, "אתה ישן על מטתך, והקדוש ברוך הוא משקה" דו קענסט שלאפן, ליגן אין בעט, עס האט גארנישט מיט דיין ארבעט, דער אייבישטער איז דער וואס טוט און מאכט, און ביי איהם איז טאקע נישט קיין נפקא מינה אויב ס'איז נידריג אדער הויעך, שווער אדער גרינג, ברייט אדער שמאָל, ביים רבונו של עולם איז אלעס די זעלבע און ער קען העלפן אין יעדע מצב אייניג.

אה, ווי לעכטיג ווערן יעצט די פסוקים און די סדר הדברים אין אונזער פרשה! לאמיר קוקן מיט א בליק אויף צוריק, די אידן זענען ווי געזאגט ארויסגעקומען פון מצרים, פון די מ"ט שערי טומאה, זיי זענען געווען אונטער די איינפלוס פון כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי, מיינענדיג אז 'זיי' זענען די וואס טוען און אלעס ווענדט זיך אין זיי. טאקע פאר דעם ווען דער אייבישטער האט זיי געזאגט אז מ'גייט אריין קיין ארץ ישראל, האבן די אידן געוואלט שיקן מרגלים, א זאך וואס השי"ת האט נישט באפוילן, עס איז געווען זייער אייגענע רצון און א אייגענע החלטה. דאס אלעס האט געשטאמט פון זייער טעות מיינענדיג אז אלעס ליגט אין זייערע הענט, אלעס דארף קלאפן בדרך הטבע, און טאקע דערפאר דארף מען דאָך שיקן מרגלים פון פאָראויס כדי אויסצושפיאנירן דאס פלאץ, ווייל עס איז דאָך נישט מער ווי פשוט'ע שכל אז ווען א מענטש וויל זיך אונטערנעמען א אונטערנעמונג, און בפרט אין א מלחמה וואו מ'גייט מלחמה האלטן און אייננעמען א פלאץ, דארף מען דאָך אוודאי וויסן מיט וועמען מען האט צו טוהן, ווי גרויס און ווי שטארק איז דער שונא. און דערפאר האבן די אידן דעמאלטס 'גענומען די זאך אין די הענט אריין' און געשיקט מברר זיין דעם מצב אין לאנד כנען. פארשטייט זיך אז זיי זענען געווארן אינגאנצן צובראכן און ערשיטערט ווען זיי האבן געהערט די מצב, אז עס געפונען זיך דארט ריזן און שטארקע מענטשן, ווייל וויאזוי וועלן 'אונז' קענען מלחמה האלטן מיט אזא גרויסע און שטארקע שונא?.

דאס איז אלעס אבער נאר נוגע אויב 'מיר' דארפן פירן די מלחמה, און עס ליגט אין אונזער כוח און אין אונזער רשות. אויב אבער מיר ווייסן אז השי"ת איז דער וואס פירט אונז און טראגט אונז און ברענגט אונז, דאן איז נישט דא קיין שום סיבה צו וויינען, עס איז נישט דא קיין שום סיבה מורא צו האבן, מיר קענען שלאפן רואיג ביינאכט, ווייל דער אייבישטער איז דער וואס וועט אלעס טוהן פאר אונז, און ער איז דער כל יכול, ער האט נישט קיין פראבלעמען מיט קיין ריזן אדער מיט שטארקע שטעט.

דעמאלטס איז טאקע נגזר געווארן אויף כלל ישראל צו פארבלייבן פערציג יאר אין מדבר, דער אייבישטער האט געזעהן אז כלל ישראל איז נאכנישט גרייט, זיי דארפן וויסן און דערהערן אז נישט דער מענטש איז אין קאנטראל, עס איז נישט זייער דאגה און זייער מעגליכקייט צו פירן די מלחמות. דאס האט אונז דער אייבישטער געלערנט במשך די קומענדיגע פערציג יאר אין מדבר, ווען די אידן האבן געלעבט אויף מָן, עס איז געפאלן ברויט פון הימל, דאס וואסער איז געקומען פון א שטיין, די וואלקענעס פון הימל האט זיי באשיצט פון אלע פראבלעמען אין מדבר, און ווען די שלענג האבן זיי געביסן האבן זיי געדארפט אויפהייבן די אויגן צום טאטן אין הימל און דערמיט זענען זיי געווארן אויסגעהיילט. הכלל, עס זענען אריבערגעגאנגען פערציג יאר אין וועלכע די אידן האבן גארנישט געטוהן אליינס, אדרבה, זיי האבן געהאלטן אין איין זעהן און לערנען מער און מער אז נישט דער מענטש איז דער וואס טוט, נישט זיין כוח איז דאס וואס העלפט, נאר מיר זענען אלעמאל אנגעוואנדן אין השי"ת אין יעדן איינציגסטן פרט פון אונזער לעבן, און ער איז דער וואס טוט אלעס פאר אונז.

און ווי משה רבינו זאגט אונז טאקע אין די פסוקים (ח' ב' און ווייטער) וְזָכַרְתָּ אֶת כָּל הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר הֹלִיכֲךָ ה' אֱלֹקֶיךָ זֶה אַרְבָּעִים שָׁנָה בַּמִּדְבָּר... וַיְעַנְּךָ וַיַּרְעִבֶךָ וַיַּאֲכִלְךָ אֶת הַמָּן... לְמַעַן הוֹדִעֲךָ כִּי לֹא עַל הַלֶּחֶם לְבַדּוֹ יִחְיֶה הָאָדָם כִּי עַל כָּל מוֹצָא פִי ה' יִחְיֶה הָאָדָם, דו זאלסט געדענקן דעם וועג אין וואס השי"ת האט דיר געפירט אין מדבר און דיר געגעבן צו עסן מָן פון הימל... הִשָּׁמֶר לְךָ פֶּן תִּשְׁכַּח אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ לְבִלְתִּי שְׁמֹר מִצְוֹתָיו וּמִשְׁפָּטָיו וְחֻקֹּתָיו אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם. פֶּן תֹּאכַל וְשָׂבָעְתָּ... וְרָם לְבָבֶךָ וְשָׁכַחְתָּ אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ הַמּוֹצִיאֲךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם מִבֵּית עֲבָדִים, ווייל עס קען אמאל פאסירן אז ווען א מענטש האט צופיל גוטס, ער האט רייכטום און שפע, קען ער חלילה דורכדעם פארגעסן פון השי"ת, דעריבער זאלסטו געדענקן אלעס וואס דער אייבישטער האט געטון פאר דיר, הַמּוֹלִיכֲךָ בַּמִּדְבָּר הַגָּדֹל וְהַנּוֹרָא נָחָשׁ שָׂרָף וְעַקְרָב וְצִמָּאוֹן אֲשֶׁר אֵין מָיִם, ער האט דיך געפירט דורך דעם גרויס שרעקעדיגן מדבר וואס האט אין זיך געהאט אזויפיל שווערע מצבים בגשמיות וברוחניות, אזויפיל נסיונות און פראבלעמען, אבער דער אייבישטער האט אונז קיינמאל נישט פארלאזט, נאר אין די שווערטסע אומשטענדן איז ער אלעמאל געווען מיט אונז און אונז אדורכגעפירט מיט ליבשאפט. הַמּוֹצִיא לְךָ מַיִם מִצּוּר הַחַלָּמִישׁ, הַמַּאֲכִלְךָ מָן בַּמִּדְבָּר, דער אייבישטער האט אונז ארויסגעברענגט וואסער פון א שטיין און אונז געגעבן מן פון הימל.

זאגט אונזער הייליגע רבי ווייטער, וְאָמַרְתָּ בִּלְבָבֶךָ, א איד קען אמאל מיינען "כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי עָשָׂה לִי אֶת הַחַיִל הַזֶּה", איר הערט? אפילו נאכן אריבערגיין פערציג יאר פון מדבר, אפילו נאכן אריבערגיין אזויפיל נסיונות און שוועריגקייטן נָחָשׁ, שָׂרָף, עַקְרָב, וְצִמָּאוֹן, נאכן ליידן פון הונגער און דארשט פון וואס השי"ת האט אונז געראטעוועט און געהאלפן חוץ לדרך הטבע, קען נאך א איד צוקומען צו א טעות און זיך איינרעדן אז כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי עָשָׂה לִי אֶת הַחַיִל הַזֶּה, איך האב מיך געשאפט מיין פארמעגן, איך בין ביכולת צו טוהן, איך בין דער בעל הבית. יא, ווייל אויב מ'לעבט אָן התבוננות און אָן קיין חשבון הנפש, קען מען זוכה זיין צו זעהן אפענע נסים און ישועות פאר די אויגן, אבער זיך נאך אלס איינרעדן אז עס איז כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי.

וויפיל מאל הערט מען א איד רעדן מיט א זאפטיגע שפראך ווי שטארק ער האט מצליח געווען, ער לייגט אראפ זיין געלונגענקייט און זיין געריבנקייט, אז נאר א דאנק זיין השתדלות איז די זאך געלונגען, פארשטייט זיך אז ער ווארפט אריין אינמיטן אז ס'איז אויך געווען 'השגחה פרטית' אבער ער זאגט עס אזוי שנעל כאילו ס'וואלט געווען עפעס א לַחַש אדער א סגולה וואס מ'מוז דערמאנען, אבער תיכף ומיד איז ער ווייטער ממשיך אז למעשה האט ער געהאט די קאפ אויפן פלאץ און די שכל צו טוהן אזוי און אזוי, און עס פאלט איהם נישט ביי אפילו פאר איין מינוט צו קלערן, רבי איד דו קענסט גארנישט אליינס! אלעס וואס דו רעדסט זיך איין אז נאך א מזל אז דו האסט געטראכט און דו האסט געזאגט און דו האסט געטוהן, דאס אלעס קומט אויך פון השי"ת, און אָן זיין כוח קענסטו גארנישט. ווייל אז מ'וויל נישט דעהערן דעמאלטס הערט מען טאקע נישט, און אפילו נאכן זיך דרייען פערציג יאר אין מדבר און האבן די זכיה צו זעהן נסים גלויים יעדן איינציגסטן טאג, זאגט אונז משה רבינו אז ס'קען נאך אלס צוקומען אז מ'זאל זאגן כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי עָשָׂה לִי אֶת הַחַיִל הַזֶּה...

און אט דעם טעות וויל משה רבינו פאררעכטן, און אונז אויסלערנען וויאזוי זיך צו האלטן צו די קלארע ידיעה און אמונה א מיר טוען גארנישט, און אלעס קומט נאר פונעם אייבישטער. און דעריבער הייבט ער אָן זיינע קומענדיגע ווערטער ווי פאלגענד: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל" הערטס מיר צו אידישע קינדער, און ווי מיר האבן דערמאנט פאריגע וואך בעזהשי"ת, אז אין די כוח פון שמיעה איז אויך נכלל ווען א איד 'דערהערט' א זאך טיף, עס ווערט איהם קלאר א ענין אינעווייניג, א שכליות'דיגע ידיעה וואס ער איז משיג אינעווייניג אין זיין נפש, נישט סתם עפעס וואס ער האט געזעהן מיט זיינע אויגן אדער געהערט מיט זיינע אויערן, נאר א טיפע פארשטאנד, א השגה וואס ער האט דערהערט אדורך און אדורך. און משה רבינו זאגט זיי, דערהערט גוט! איר גייט יעצט אריין קיין ארץ ישראל, און עס גייט נישט זיין גרינג! לאמיר זיך נישט פארהוילן פון די מציאות אז עס זענען דא דארט ריזן און גיבורים, שרעקעדיגע מענטשן און פאַרפּאַנצערטע שטעט ביז צום הימל! ווייל סתם אוועקמאכן די מציאות און לייקענען א פאַקט האט נישט קיין פשט, אַתָּה יָדַעְתָּ וְאַתָּה שָׁמַעְתָּ, דו האסט דאָך שוין געהערט דערפון און דו ווייסט עס אויך, און עס איז באמת פיל מיט פחד און מורא.

אבער, כלל ישראל, "וְיָדַעְתָּ הַיּוֹם" היינט צוטאגס ווייסט איר שוין מיט א קלארקייט אז למעשה איז נישט דא וואס מורא צו האבן, כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ הוּא הָעֹבֵר לְפָנֶיךָ אֵשׁ אֹכְלָה הוּא יַשְׁמִידֵם וְהוּא יַכְנִיעֵם לְפָנֶיךָ, דער אייבישטער איז מיט דיר און ער גייט מלחמה האלטן מיט זיי. אמת טאקע אז מיט יארן צוריק ביי די מעשה פון די מרגלים האט איר געציטערט פון אט די זעלבע ידיעה, ווייל דעמאלטס האט איר נאך געלעבט אים יענעם טעות און דמיון אז עס האט עפעס מיט ענק צו טוהן, עס איז אייער פראבלעם און אייער דאגה, און דעמאלטס דארף מען טאקע מורא האבן. אבער הַיּוֹם, היינט צו טאגס, נאכן זיין אזויפיל יאר אין מדבר און זעהן די חסדי ה' און די נסים אויף טריט און שריט, קען איך אייך איבערזאגן די זעלבע ווערטער און די זעלבע מציאות, אבער איר האט שוין היינט א הייליגע און טיפע ידיעה און א פארשטאנד אז השי"ת איז מיט אייך און ער וועט ענק נישט פארלאזן, און ממילא נישט קיין חילוק ווי גרויס דער פראבלעם איז, איז אייער ישועה פארזיכערט.

און דאס וויל אונזער רבי משה רבינו אז מיר זאלן דערהערן, מיר זאלן עס אריין נעמען און אריין אָטעמען טיף אין זיך. וויפיל מאל מאכט זיך אין אונזער לעבן פארשידענע פחדים און זארגן איבער געוויסע אומשטענדן וויאזוי וועלן מיר עס קענען אריבערגיין. אמאל איז עס קליינע דאגות פון א קינד וואס גייט ארויף פון כיתה ג' צו כיתה ד' און ער זארגט זיך אויפן צוקונפט, אמאל איז עס די דאגות פון א בחור אדער א מיידל אין די יארן בנוגע א ישיבה, א ארבעט, א שידוך, און אסאך מאל איז עס די זארג און אנגסט פון עלטערן איבער א טויש אין פרנסה, א שידוך פאר די קינדער, א ענין פון געזונט, נחת, און נאך אסאך אסאך זאכן וואס פילן אָן אונזער קאפ מיט שרעק און זארג ווען מ'ווייסט נישט וואס דער מארגן וועט ברענגן.

איז די נארישע וועג צו דערשטיקן די דאגות און פחד, איז ווען מ'זאגט נעה, ס'איז גארנישט, וועסט זעהן עס וועט אריבערגיין, אלעס וועט זיין אין ארדענונג... אבער מיר אלע ווייסן אז דאס איז ווייט פון א בארואיגונגס מיטל, אוועקמאכן פחד מאכט עס נישט אוועקגיין באמת. נאר אנשטאט דעם דארף זיך א מענטש מתבונן זיין און אומקוקן אויף צוריק, גיב א קוק פון וואו איך קום, אזויפיל יארן ביז אהער, השי"ת האט מיך געטראגן אין יעדן מצב, ער האט מיך קיינמאל נישט פארלאזט, ביז היינט איז אויך אלעס געווען בלויז רחמים וחסדים. און ווען מיר געדענקן אריינצונעמען דעם רבונו של עולם אין 'אונזער' בילד (ווייל ער איז סייווי דארט, 'מיר' דארפן עס נאר דערהערן און אנערקענען), דעמאלטס ווערט עס א גאנץ אנדערע מציאות, פלוצלינג איז באמת נישט דא קיין סיבה צו זארגן, עס איז נישט דא וואס מורא צו האבן, אפילו ווען דער פראבלעם איז באמת ביז'ן הימל! ווייל דער מענטש פארשטייט מיט א קלארע הכרה, אז אויב עס וואלט זיך טאקע געוואנדן אין 'מיר' און אין מיינע באגרעניצטע כוחות, וואלט איך באמת געווען אויף צרות, ווייל דער מצב איז ביטער און שרעקעדיג און איך קען נישט העלפן קיין סאך. אבער אין די מינוט וואס איך ווייס אז עס האט גארנישט מיט מיר, עס איז נישט כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי, און אדרבה, עס האט גארנישט מיט מיר, עס האט בלויז מיט אבינו שבשמים, מיין גרויסע זיסע טאטע און הימל ער האט מיך געהאלפן ביז היינט, און מיט זיין כוח וועל איך בעזר ה' אריבערשפאצירן אויך דעם יעצטיגן שווערן בריק, דעמאלטס ווערן אלע פראבלעמען בטל ומבוטל, כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ הוּא הָעֹבֵר לְפָנֶיךָ אֵשׁ אֹכְלָה הוּא יַשְׁמִידֵם וְהוּא יַכְנִיעֵם לְפָנֶיךָ, דער אייבישטער קען אלעס באווייזן, און מיט זיין כוח קען מען אנקומען איבעראל, מיר דארפן עס נאר דערהערן טיף אין אונזער נפש, מיר דארפן דאס משיג זיין און פארשטיין, און בשם ה' נעשה ונצליח.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 6:54 pm
דורך א שעפעלע