בלאט 1 פון 5
ווער איז גרעסער געווען
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2022 6:23 pm
דורך מר. קלונימוס
טאהשע רבי זצ''ל vs רבי הערשילע ספינקא זצ''ל
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2022 7:12 pm
דורך וואלווי
טאהשער רבי "7'5 רבי הערשעלע "9'5
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 5:07 am
דורך יעקב פאטאש
מר. קלונימוס האט געשריבן:טאהשע רבי זצ''ל vs רבי הערשילע ספינקא זצ''ל
וואס מיינט גרעסער? אין וויאזוי מעסט מען דאס?
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 5:23 am
דורך וואלווי
גדול יהי' כבוד הבית וגו', דרש'נט די גמ' במנין ובבנין. גאנץ פשוט, אסאך חסידים און אסאך בילדינגס...
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:15 am
דורך באהעלפער
אפשר זאל מען מאכן א אנקעטע
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:11 pm
דורך berlbalaguleh
ניין: ווייל דאס איז א צוועקלאזע און ניצלאזע ידיעה. ס'זענען דא א סאך וויכטיגערע ידיעות אין לעבן וואס מ'דארף צו וויסן...!
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 4:01 pm
דורך באהעלפער
כ'ווייס נישט וועגן דיר, וואס ס'קוקט אויס ס'אינטערעסירט דיר נישט. אבער איך וואלט יא געוואלט וויסן קלארער, ווער איז א רב מיט סמיכה און א שלשלת, און ווער האט ארויסגעוואקסן פלוצלינג און מצליח געווען איינצוקויפן די מאסן.
א שטייגער דער ריבניצער האט במקור געדארפט צוזיין כאילו ממשיך פונעם שטעפענישטער זצוק''ל, אבער צו האט עס טאקע זיך אויסגעשטעלט אזוי? בערך ווי דער היינטיגער בעלז מאכניווקער איז ממשיך זיין עלטער פעטער פון מאכניווקא...
ר' הערשעלע ספינקער האט ממשיך געווען, דער טאשער רבי האט ממשיך געווען, דער בעלזער רב האט ממשיך געווען, אבער דער סאטמארער רב האט - לפי ההיסטאריע - נישט ממשיך געווען נאר געמאכט שבת פאר זיך. און מצליח געווען אנצוזאמלען שטיצער בלי מספר. און לויט מיין שכל איז ער א צווייטע סארט בכלל, און נישט אינעם קאטעגאריע פון 'רביים' נאר רבנים.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 5:23 pm
דורך berlbalaguleh
א דו רעדסט פון ר' הערשעלע זעה איך אז דו ווייסט נישט די יסודות פון היסטאריע. ר' הערשעלע איז נישט געווען קיין לעגאלער ממשיך. דאס איז געווען זיין קאזין און שוואגער (בזיווג שני) ר' יאנקעלע ווייס (דער עכטער) אדמו"ר מספינקא. בן אחר בן פון אמרי יוסף. נאר די פארסמ'טע פאליטיק און מחלוקת האט גורם געווען אז געוויסע גרופס האבן איהם באזייטיגט און מבטל געווען. לאידך גיסא. ר' הערשעלע איז געווען אויף דעם ריכטיגן פלאץ . ער האטציך געדרייט אין סאטמאר. אבער דער עכטער ממשיך השושלת איז געווען ר' יאנקעלע און זיינע קינדער און אייניקלעך.
ס'פונקט אזוי ווי דער (הייליגער) מאכניווקער רופט זיך (ביי סאטמאר) דער ממשיך השושלת פון בעלזא. וואס ס'איז פעיק, פאוני און פראוד.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 5:54 pm
דורך באהעלפער
berlbalaguleh האט געשריבן:א דו רעדסט פון ר' הערשעלע זעה איך אז דו ווייסט נישט די יסודות פון היסטאריע. ר' הערשעלע איז נישט געווען קיין לעגאלער ממשיך. דאס איז געווען זיין קאזין און שוואגער (בזיווג שני) ר' יאנקעלע ווייס (דער עכטער) אדמו"ר מספינקא. בן אחר בן פון אמרי יוסף. נאר די פארסמ'טע פאליטיק און מחלוקת האט גורם געווען אז געוויסע גרופס האבן איהם באזייטיגט און מבטל געווען. לאידך גיסא. ר' הערשעלע איז געווען אויף דעם ריכטיגן פלאץ . ער האטציך געדרייט אין סאטמאר. אבער דער עכטער ממשיך השושלת איז געווען ר' יאנקעלע און זיינע קינדער און אייניקלעך.
ס'פונקט אזוי ווי דער (הייליגער) מאכניווקער רופט זיך (ביי סאטמאר) דער ממשיך השושלת פון בעלזא. וואס ס'איז פעיק, פאוני און פראוד.
נו זעסטו שוין אז ס'יא אינטערעסאנט צו וויסן...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 1:41 pm
דורך היסטאריע
berlbalaguleh האט געשריבן:א דו רעדסט פון ר' הערשעלע זעה איך אז דו ווייסט נישט די יסודות פון היסטאריע. ר' הערשעלע איז נישט געווען קיין לעגאלער ממשיך. דאס איז געווען זיין קאזין און שוואגער (בזיווג שני) ר' יאנקעלע ווייס (דער עכטער) אדמו"ר מספינקא. בן אחר בן פון אמרי יוסף. נאר די פארסמ'טע פאליטיק און מחלוקת האט גורם געווען אז געוויסע גרופס האבן איהם באזייטיגט און מבטל געווען. לאידך גיסא. ר' הערשעלע איז געווען אויף דעם ריכטיגן פלאץ . ער האטציך געדרייט אין סאטמאר. אבער דער עכטער ממשיך השושלת איז געווען ר' יאנקעלע און זיינע קינדער און אייניקלעך.
ס'פונקט אזוי ווי דער (הייליגער) מאכניווקער רופט זיך (ביי סאטמאר) דער ממשיך השושלת פון בעלזא. וואס ס'איז פעיק, פאוני און פראוד.
שמע מינה אז ר' הערשעלע איז געוועהן גרעסער.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:08 pm
דורך באהעלפער
ס'דא היינט גרויסע שטראמען ביים יהדות החרדית וואס האבן נישט קיין סאך מיט די 'עדה החרדית'... און התאחדות בכלל נישט.
ממילא די אלע רביס וואס זענען בשעתם געווען אונטער די ראדני נעגל, וועלן דאך אוודאי אלע סאטמורים זאגן זיי זענען צדיקים ווייל זיי האבן זיך מכניע געווען פאר'ן רשכבה''ג.
נו אז כ'וועל ארויסשטעלן א פולישער רבי, מיט א ספינקא קיעפ סטריט רבי, וועט עס דען ארויסקומען א יושר'דיגע שאצונג?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:59 pm
דורך Nanach
באהעלפער האט געשריבן:כ'ווייס נישט וועגן דיר, וואס ס'קוקט אויס ס'אינטערעסירט דיר נישט. אבער איך וואלט יא געוואלט וויסן קלארער, ווער איז א רב מיט סמיכה און א שלשלת, און ווער האט ארויסגעוואקסן פלוצלינג און מצליח געווען איינצוקויפן די מאסן.
א שטייגער דער ריבניצער האט במקור געדארפט צוזיין כאילו ממשיך פונעם שטעפענישטער זצוק''ל, אבער צו האט עס טאקע זיך אויסגעשטעלט אזוי? בערך ווי דער היינטיגער בעלז מאכניווקער איז ממשיך זיין עלטער פעטער פון מאכניווקא...
ר' הערשעלע ספינקער האט ממשיך געווען, דער טאשער רבי האט ממשיך געווען, דער בעלזער רב האט ממשיך געווען, אבער דער סאטמארער רב האט - לפי ההיסטאריע - נישט ממשיך געווען נאר געמאכט שבת פאר זיך. און מצליח געווען אנצוזאמלען שטיצער בלי מספר. און לויט מיין שכל איז ער א צווייטע סארט בכלל, און נישט אינעם קאטעגאריע פון 'רביים' נאר רבנים.
די ריבניצער (וואס האט זיך געמוטשעט מיט מנין) איז א ממשיך, טאהשע רבי (וואס האט געהאט פונקט מנין אין מאנטריאל, פארן עפענען א שטעטל און שוויצן דערויף) איז א ממשיך
אבער סאטמאר רב וואס האט געהאט חסידים וואס האבן אים ארויס גענומען בשעת'ן קריג, און געהאט א רבנות אין איראפע וואס די יחוס האט אים זיכער נישט געשטערט, ער האט געבויעט מיט די צען פינגער.
נישט דא ווער ס’זאל לאכן.
(איך מיין נישט צו מאכן קיינעם קלענער אדער גרעסער, נאר דיין סטעיטמענט איז נישט ריכטיג)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 4:49 pm
דורך באהעלפער
Nanach האט געשריבן:באהעלפער האט געשריבן:כ'ווייס נישט וועגן דיר, וואס ס'קוקט אויס ס'אינטערעסירט דיר נישט. אבער איך וואלט יא געוואלט וויסן קלארער, ווער איז א רב מיט סמיכה און א שלשלת, און ווער האט ארויסגעוואקסן פלוצלינג און מצליח געווען איינצוקויפן די מאסן.
א שטייגער דער ריבניצער האט במקור געדארפט צוזיין כאילו ממשיך פונעם שטעפענישטער זצוק''ל, אבער צו האט עס טאקע זיך אויסגעשטעלט אזוי? בערך ווי דער היינטיגער בעלז מאכניווקער איז ממשיך זיין עלטער פעטער פון מאכניווקא...
ר' הערשעלע ספינקער האט ממשיך געווען, דער טאשער רבי האט ממשיך געווען, דער בעלזער רב האט ממשיך געווען, אבער דער סאטמארער רב האט - לפי ההיסטאריע - נישט ממשיך געווען נאר געמאכט שבת פאר זיך. און מצליח געווען אנצוזאמלען שטיצער בלי מספר. און לויט מיין שכל איז ער א צווייטע סארט בכלל, און נישט אינעם קאטעגאריע פון 'רביים' נאר רבנים.
די ריבניצער (וואס האט זיך געמוטשעט מיט מנין) איז א ממשיך, טאהשע רבי (וואס האט געהאט פונקט מנין אין מאנטריאל, פארן עפענען א שטעטל און שוויצן דערויף) איז א ממשיך
אבער סאטמאר רב וואס האט געהאט חסידים וואס האבן אים ארויס גענומען בשעת'ן קריג, און געהאט א רבנות אין איראפע וואס די יחוס האט אים זיכער נישט געשטערט, ער האט געבויעט מיט די צען פינגער.
נישט דא ווער ס’זאל לאכן.
(איך מיין נישט צו מאכן קיינעם קלענער אדער גרעסער, נאר דיין סטעיטמענט איז נישט ריכטיג)
יעדער ווייסט אז רבינו הקדוש והטהור איז געווען דער גרעסטער בדורו, און דער רבן של כל בני הגולה, בכללם ירושלימער רב און נאך רב אינדערהיים.
ס'איז קיין שום ספק נישט, אז ער איז געווען 'כלל ישראל', און ווען נישט עהם, וואלט געווען א חורבן פון גאט'ס פאלק, ווי באוואוסט!
איך קען מיך נישט פארשטעלן וויאזוי כלל ישראל וואלט אויסגעזען אן רבינו יואל בן חנניה יום טוב ליפא זיעועכי''א זצוקללה''ה, נבג''מ אין עוד מלבדו!!
- ס'איז שרעקליך צו טראכטן אפילו אויב חלילה די קאסטנער באן זאל ווען חלילה נישט ארויספארן פונעם גיהנום, וואספארא פנים די שארית הפליטה וואלט געהאט. איך זע שוין אין מיינע קאשמארן דעם קלויזענבורגער רב שפילן כדור רגל מיט'ן בעלזער רב ר' אהרן - בעצם יום השבת. און דער אלטער סקווערער רבי רייכערט יום כיפור מיט קורצע הויזן ביים ים צוזאמען מיט'ן בית ישראל פון גער.
ליובאוויטשער רבי זיצט אין א טרעקטער ביים מערת המכפלה און גראבט אויף קברים, און ר' אהרן קאטלער און דער חזון איש צוזאמען מיט ר' עובדיה יוסף און באבא סאלי זיצן אין א באר און געמבלען.
אוי ברוך השם שלא השבית גואל, על הגאולה ועל התמורה, חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 3:02 am
דורך berlbalaguleh
באהעלפער: דו האסט א גוטע אימעדזשינעישן. וואס איז צו שארף אפילו פאר פורים נאך די טרונק סעודה. דו האסט מיר געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. ווארט נאר ביז דער מנהל/עדיטאר וועט זיך נעמען צו דיינע ביינער, ער וועט שוין טרעפן געניג א גוטן תירוץ דיר צו מעקן. און סטראשען. אדער אינגאנצן אויסצושפארן. נו, נו...!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 am
דורך Chasidishmashpia
מר. קלונימוס האט געשריבן:טאהשע רבי זצ''ל vs רבי הערשילע ספינקא זצ''ל
חכם שלום כהן vs רבי יצחק טובי
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 6:14 pm
דורך באהעלפער
Chasidishmashpia האט געשריבן:מר. קלונימוס האט געשריבן:טאהשע רבי זצ''ל vs רבי הערשילע ספינקא זצ''ל
חכם שלום כהן vs רבי יצחק טובי
דא איז א אונטערשייד, ווייל דער טאשער איז געווען פאר'ן כלל, און ר' הערשעלע איז געווען פאר זיין עולם.
ווידער חכם שלום און ר' טובי' האבן טאקע די זעלבע פראצענטיש געטון לאקאל פאר זייער נאנטע, דעריבער איז פראצענטיש ביידע גלייך.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:03 pm
דורך Chasidishmashpia
באהעלפער האט געשריבן:Chasidishmashpia האט געשריבן:מר. קלונימוס האט געשריבן:טאהשע רבי זצ''ל vs רבי הערשילע ספינקא זצ''ל
חכם שלום כהן vs רבי יצחק טובי
דא איז א אונטערשייד, ווייל דער טאשער איז געווען פאר'ן כלל, און ר' הערשעלע איז געווען פאר זיין עולם.
ווידער חכם שלום און ר' טובי' האבן טאקע די זעלבע פראצענטיש געטון לאקאל פאר זייער נאנטע, דעריבער איז פראצענטיש ביידע גלייך.
אויב מען מעסט גרויסקייט לפי אויפטוען ביסטו אולי גערעכט הגם אז יש לומר אז חכם כהן האט געהאט מער נאנטע ווי ר טובי' ויש לעיין בזה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:49 pm
דורך דולה ומשקה
מיין פייף סענטס...
ווען דער סאטמאר רבי האט געכאפט דעם סטראוק בשנת ת"ש כ"ח בעוונותינו הרבים, האבן ארויסגעשפראצט דריי רבי'ס, הגם מ'האט געוויסט פון זיי צו זאגן וכו' וכיוצ"ב, אבער דאך אין יענער תקופה איז געווען פאר די דריי בבחינת 'נתגלה העטרה'...
די דריי זענען געווען: ספינקא רבי, טאהש רבי, און ר' יאנקעלע פשעווארסקער
יעדער סאטמאר חסיד איז א אנהענגער פון דריי רביים,
1) זייערע אפציעלע רבי (דהיינו ר' אהרן, ר' ליפא, ר' זלמן לייב, ר' שלום אליעזר, ר' מנחם מענדך, ר' חיים הערש, וכו' וכו')
2) זייערע אייגענען אויסדערוועלטע אומ-אפציעלע רבי, (כגון בשעתם טאהש, ספינקא, פשעווארסק, (ובשנים קדמוניות, קוויאשד, לאנצוט וכו')
3) זייערע דריטע איז א מקובל (לדוגמת אפגין, פינטאו וכו')
א דגוט ווארט-זאגער האט צוגעלייגט א נומער פיר
4) א אונטערהאלטער, (למשל: ר' אייזל ספינקא, ווערעצקי, סקולען לעיקוואד (לאפוקי סקולען מאנסי)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 11:40 pm
דורך באהעלפער
דולה ומשקה האט געשריבן:מיין פייף סענטס...
ווען דער סאטמאר רבי האט געכאפט דעם סטראוק בשנת ת"ש כ"ח בעוונותינו הרבים, האבן ארויסגעשפראצט דריי רבי'ס, הגם מ'האט געוויסט פון זיי צו זאגן וכו' וכיוצ"ב, אבער דאך אין יענער תקופה איז געווען פאר די דריי בבחינת 'נתגלה העטרה'...
די דריי זענען געווען: ספינקא רבי, טאהש רבי, און ר' יאנקעלע פשעווארסקער
יעדער סאטמאר חסיד איז א אנהענגער פון דריי רביים,
1) זייערע אפציעלע רבי (דהיינו ר' אהרן, ר' ליפא, ר' זלמן לייב, ר' שלום אליעזר, ר' מנחם מענדך, ר' חיים הערש, וכו' וכו')
2) זייערע אייגענען אויסדערוועלטע אומ-אפציעלע רבי, (כגון בשעתם טאהש, ספינקא, פשעווארסק, (ובשנים קדמוניות, קוויאשד, לאנצוט וכו')
3) זייערע דריטע איז א מקובל (לדוגמת אפגין, פינטאו וכו')
א דגוט ווארט-זאגער האט צוגעלייגט א נומער פיר
4) א אונטערהאלטער, (למשל: ר' אייזל ספינקא, ווערעצקי, סקולען לעיקוואד (לאפוקי סקולען מאנסי)
מיר קוקט אויס אז דו ביסט נאך אינעם באבעל פון סאטמאר תשכ יארן.
אויסער ווילי האט כלל ישראל געהאט גרויסע פירער אין די וועלט. און אין ווילי איז געווען בבחינת סאדאם כוסעין בימיו, וואס ווער ס'האט געהויבן די קאפ האט מען עס אפגעשניטן.
יא, נאכן סטראוק בעוונותיו העצמאי, האבן זיך אלע נרדפים 'דארט' אויפגעאטעמט און אנגעהויבן לעבן פאר גאט און נישט פאר רבינו.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:52 am
דורך א גוט שבת
מר. קלונימוס האט געשריבן:טאהשע רבי זצ''ל vs רבי הערשילע ספינקא זצ''ל
מען גלייכט נישט צו קיין צדיקים
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:32 am
דורך הרב שיף
ביידע די זעלבע.
איך מיין צו זאגען זייער דרך איז געווען אויף די זלבע וועג.
ביידע געדינט דעם אייבירשטען מיט אלע זייערע כוחות. ביידע איז זייער ציל און לעבן געווען צו העלפען א איד. ביידע האבן געוויינט מיט א איד וואס איז בצער, ביידע האבען געמאכט א שטעטל, מיט בערך די זעלבע ציל. די טאשע רבי האט געהאט התנגדות אויף בויען די שטעטל פון גוים און פרייע אידען האט ער מצליח געווען, ספינקע רבי האט געהאט התנגדות פון די פרומע (אזויגערופנע) אידען (קאמעניסטן) האט ער נישט מצליח געווען.
ביידע האבן געהאט א ישיבה און פראבירט צו העלפן בחורים שטייגן און לערנען עבודה און מידות. ביידע האבן געפירט ווארימע טישן און געזאגט תורה אויף זייער שטייגער. ביי ביידע האבען אידען געזעהן ישועות, אפשר און טאהש מער.
ביידע האבען קינדער רבי'ס וואס קומען נישט צו נאנט צו זייערע עלטערן.
די איינציגסטע חילוק וואס איך זע צווישען די צוויי איז די ספינקא רבי איז נפטר געווארן ביים קלארן דעת געזאגט תורה ביז יציאת נשמה, טאשע רבי האט געליטען אויף שוואכקייט און די עלטער, און כמעט נישט גערעדט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 4:40 pm
דורך מחצה''ק
Chasidishmashpia האט געשריבן:מר. קלונימוס האט געשריבן:טאהשע רבי זצ''ל vs רבי הערשילע ספינקא זצ''ל
חכם שלום כהן vs רבי יצחק טובי
ראכמעסטריווקא vs סקולען
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:59 pm
דורך טראלל
ווער איז גרעסער, אילן מאסק אדער דשעף בעזאס? כ'מיין ח"ו נישט צו מעסטן ח"ו, מ'רעדט דאך.