בלאט 1 פון 6

פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:03 am
דורך מאנרא יונגערמאן
א שוידערלעכע מעשה קומט פאר אין קרית יואל ווי הרב יואל ראטה האט א כלה געמאכט א אומשילדיג תמימותדיג מיידעל אן די רשות פון די עלטערן מיין עפיניען איז אז מברויך דעם איד אפשטעלן ווי פריער פאר ער וועט פארוואנדלען זיין חסידות ווי א צווייטע לב טהור

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:35 am
דורך טאמבל סאס
מען שרייבט וואו*

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:51 am
דורך פרנס החודש
בארוהיג זיך אביסל, ווען ער קען ווען אהערשטעלן א קולט וואלט ער עס שוין לאנג געטון, נאר עס גייט עם נעבעך נישט ווייל זיין עולם וויל דאך אביסל פריוואטקייט, און אויך ווילן זיי ארבייטן ווי נארמאלע מענטשן ב"ה.

און יעצט קום אריין קלאר מיט די גאנצע מעשה, ווי אלט איז די מיידל וכו' וכו'ַ

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:07 am
דורך מאנרא יונגערמאן
די מיידל איז א 15 יעריגע פרומע מיידל פון א פשוטע ערליכע נארמאלע משפחה מיט נארמאלע עלטערן. זי לערנט אין די ארוינישע סקול. איך האב געהערט אז האדמו"ר ר' אהרן גייט זיך אויפרייסן אויף ר' יואלי ראטה כ"ו אב, וואס אויב יא וועט עס גארנישט אויפטוען ווייל עס וועט ווערן א סאטמארער פאליטיק. דעס איז זיכער אז יואלי ראטה מוז מען אפשטעלן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:09 am
דורך מאנרא יונגערמאן
די משפחה איז נישט ברסלב. די מיידעל האט אויסגעהערט זיין האט ליין אין זי איז געווארן נאנט מיט אים, און ער האט איר א כלה געמאכט אן די עלטערן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:17 am
דורך [NAMELESS]
א "תמימות'דיגע" מיידל קומט נישט אן צו ר' יואל ראטה אין פירסט פלעיס, און דער ראש ישיבה איז ווייט פון א בהמה זיך אנצופאנגען מיט סאטמאר. מן הסתם האט ער דעקונג וואס עס איז נישט באקאנט פאר די עלטערן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:12 am
דורך באהעלפער
געב א קוק ווי זיין רבי פון יבניאל איז אנגעקומען, ס'נישטא קיין ממשיך דארט און ס'איז כולו רחמנות

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:15 am
דורך בת קול
עמעזאן האט געשריבן:א "תמימות'דיגע" מיידל קומט נישט אן צו ר' יואל ראטה אין פירסט פלעיס, און דער ראש ישיבה איז ווייט פון א בהמה זיך אנצופאנגען מיט סאטמאר. מן הסתם האט ער דעקונג וואס עס איז נישט באקאנט פאר די עלטערן.
און פונקטלעך ווי אזוי בארעכטיגט דאס זיין שריט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:17 am
דורך באהעלפער
די איינציגסטע פראבלעם איז אז ס'נישט איינגעפירט, ממילא איז די מיידל אנדערש. אבער אויב ס'ווערט מער און מער, איז אויס פראבלעם

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:58 am
דורך ברסלבער
טאקע א שוידעליכע מעשה, נאר איין פראבלעם אז ס'איז פשוט נישט אמת, די מעשה איז געווען 'אביסל' אנדערש.
אבער יעצט גיי פארענטפער דיך... יעצט ביסטו שוין דער נאר... דער רשע... און מ'דארף אים עמערזשענסי אפשטעלן...

קודם ס'איז נישט קיין פרישע מעשה, די שידוך איז שוין געווען אפאר חדשים צוריק. די כלה איז טאקע אן אומשולדיגע תמימות'דיגע מיידל, נישט ממש 15 יאר אלט, נאר עטליכע יאר עלטער, און זי האט געהערט די דרשות פון ר' יואל ראטה אויף זיין האטליין און עס איז איר זייער געפאלן די וועג ווי אזוי ער רעדט, זי האט געהאט אסאך חיזוק פון זיינע דרשות, און זי האט געטראכט אז זי וואלט געוואלט האבן א בחור פון זיין ישיבה וואס הערט אויך די זעלבע זאכן און גייט אויך אויף דעם וועג, האט זי דאס געזאגט פאר אירע עלטערן, האבן זיי זיך פארבינדען מיט א שדכנטע פון קרית יואל און יענע האט זיך נאכגעפרעגט און געוואויר געווארן פון א וואוילער אומשולדיגער תמימות'דיגער בחור אויך פון קרית יואל וואס איז צוגעפאסט פאר די מיידל, און ער לערנט אין די ישיבה, און באלאנגט אויך צו די זעלבע קהלה אין קרית יואל, און זי האט אנגעטראגן דעם שידוך.
די עלטערן פון ביידע צדדים האבן זיך גוט נאכגעפרעגט אויף די אנדערע זייט, אויפ'ן בחור און אויפ'ן מיידל, און ווען די זאך איז זיי געפאלן האבן זיי געמאכט א בעשוי, אזוי ווי ס'איז איינגעפירט ביי אונז אידן, דער בחור און מיידל זענען ביידע געווען צופרידן, און מ'האט געמאכט לחיים.
דערנאך איז פארגעקומען די תנאים אין הויז פון האדמו"ר מסאטמאר קר"י שליט"א, אזוי ווי עס איז איינגעפירט דארט ביי זיי אין די קהלה, וואו דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מחותנים און חתן כלה און די גאנצע משפחה.
ביז אהער איז א מילתא דעבידא לגלוי', און איז געווען באריכטעט אין די טעגליכע שמחה צעטלעך.

דערנאך איז געווען א געוויסער מנהל אין בית רחל קרית יואל וואס עס טוט אים זייער וויי פארוואס מיידלעך הערן אויס די האטליין פון הרב ראטה, ווי עס שיינט שטערט אים אז עס זעט אויס ווי די מיידלעך נישט גענוג צופרידן מיט די סדר הלימודים וואס ער שטעלט צו פאר די מיידלעך, און זיי זוכן צו הערן אויך זיין האטליין, וואו ער רעדט פשוטע דיבורי אמונה, אז דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיינעם, יעדער איד קען רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך. און אזוי ווייטער די אלע זאכן וואס ער האט צו פארקויפן, וואס יעדער קען הערן אליין אויף זיין האטליין, (נישט וואס דו האסט געהערט אמאל א האלבע מינוט ארויסגעשניטן פון א שיעור, וואס איינער האט געטראפן א גוטע זאך וואס חוזק צו מאכן, וואס דאס קען יעדער רשע טון און מען טוט כסדר צו סיי וועמען, אפצוחוזקן פון מענטשן) האט ער אנגעהויבן פארפירן אויף דעם שידוך, בערך מיט דעם נוסח וואס דער פותח האשכול האט געשריבן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:11 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
דאס אז אין סאטמאר האט מען נישט ליעב ר' יואל רוטה שליט"א איז נישט קיין נייעס
און אפילו אויב די מעשה וואס מ'האט אויבן געשריבען איז אמת וואס איז דער פראבלעים מיט דעים דע כלה איז א בת דעת און קענט אליין באשליסען מיט וועם זי האט חתונה און אז די עלטערן שטימען נישט צו האט עס נישט צוטאהן מיט ר' יואל רוטה

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:50 am
דורך berlbalaguleh
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:די משפחה איז נישט ברסלב. די מיידעל האט אויסגעהערט זיין האט ליין אין זי איז געווארן נאנט מיט אים, און ער האט איר א כלה געמאכט אן די עלטערן.
זאלל איהר טאטע זאגן אז אויב ר' יואלי ראטה האט זי געמאכט פאר א כלה זאלל ער צאללן אלע הוצאות פון די חתונה. אנגעהויבן פון שפיצל ביז דעם חתן'ס שטריימל. מיט די סעודת החתונה איז נישט קיין פראבלעם. ער (ר' יואלי ראטה שליט"א) וועט געבן א ביסל (פארטרוקנטע) לקח, וואס איז איבערגעליבן פון די לעצטע 2 קדישים. און א ביסל אלטע, מאנרא שליוואוויטץ. און א ביסל הערינג וואס איבערגעבליבן פן די צאנזער אדער סיגעטער יארצייט. און פארטיג...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:59 am
דורך berlbalaguleh
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:דאס אז אין סאטמאר האט מען נישט ליעב ר' יואל רוטה שליט"א איז נישט קיין נייעס
און אפילו אויב די מעשה וואס מ'האט אויבן געשריבען איז אמת וואס איז דער פראבלעים מיט דעים דע כלה איז א בת דעת און קענט אליין באשליסען מיט וועם זי האט חתונה און אז די עלטערן שטימען נישט צו האט עס נישט צוטאהן מיט ר' יואל רוטה
טאהשער אייניקל: דו האסט א 5 יעריגע טאכטער. איך האב א גוטן שידוך פאר דיר. (שטייצעך מיט דיין הסכמה). א קליין רעביש יונגעלע וועלכער גייט נאך אין נוירסערי. ער נעמט שוין נישט קיין צומי (מוצץ) נאר ביינאכט ווען ער גייט שלאפן. ער ניצט נאר (דערווייל) פולל-אפס ביינאכט. ער קען שוין זינגען מודה אני. און מה נשתנה. אויך א אידישע אלף-בית טשוטשו טרעין. ער עסט שוין זיין זיידע'ס לאקשן קוגל פאר שיריים. דעם רעבישן ייחוס דארף מען אפילו נישט אויסרעכענען. זיין עלטער-עלטער זיידע זכותו יגון עלינו איז געווען דער ערשטער סאראקראדער רבי זצוק"ל. זיין מאמע איז געגאנגען אין וויזשניצער פלעי-גרופ אלס קליין מיידל. ס'דא נאך מעלות שאי אפשר לפורטם. ביסט גרייט פאר דעם שידוך? לאמיר וויסן. יישר כח למפריע...(ניין. מיט א חירו"ק)

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:16 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh האט געשריבן:

איך ווייס נישט וועגן אזא מעשה וואס וואלט איך געטאהן
אבער דא רעט מען פון אן אנדערע מעשה דא די חתן כלה אליין זענען בני דעת זיי קענען באשליסען פאר זיך וואס צוטאהן און ס'האט גארנישט צוטאהן מיט דער וואס האט זיי געשטיפט צו דע חתונה
(נ.ב. ווער האט געזאגט אז איך אינטערסיר מיך אין א רבי'שע שידוך ?)

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:17 pm
דורך חב''ד הויזן
ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען פערזענליך א איד וואס יואל ראטה האט געמאכט זיין טאכטער א כלה אן זיין רשות, נאך פאר די אכצן יאר, און כדי אים צו האלטן שטיל ביז נאכ'ן שידוך האט ער איר צוגעזאגט אז ער וועט צושטעלן אלע הוצאות החתונה וואס איז פארשטייט זיך געווען א גראבע שקר.

פארוואס ער האט נישט מורא צו טון אזעלכע זאכן? ער איז א פיפיגע יונג, ער ווייסט פונטקליך צו וועם צו גיין, די איד פון וועם איך רעדט איז א ספרד'ישע תמימות'דיגע באס דרייווער וואס האט נישט קיין פרוטה צו די נשמה, זיינע קינדער לערנען אלע אין אנדערע מוסדות'ער, ער האט אבער נאך אלס ליב זיינע קינדער אהבת נפש אזויווי יעדע טאטע, ראטה האט אבער געוויסט אז ער איז א חררה שאין לה הופכין, קיינער וועט זיך נישט קימערן מיט אים האט ער פראסט און פשוט פארבינדן איינע פון זיינע לא-יצלח בחורים מיט דעם איד'ס טאכטער און מזל טוב מ'ברעכט טעלער.

איך קען ענק צוזאגן אז דעי קרית יואל'ע מיידל איז אויף קיין שום פאל נישט פארבינדן מיט מאיר הירש'ס פאמיליע וכת דיליה.. יואל ראטה שמעקט פונטקליך פון וועלכע משפחה ער קען ארויסכאפן א קינד, פארשטייט זיך ער וועט שוין זען אז די מיידל אליין זאל וועל''ן (lol) און פאר א נויט וועט ער געבן א פאלשע צוזאג פארן טאטן אז ער וועט אויסצאלן די חתונה און דאס איז עס.

לאמיר האפן אז מ'וועט עס אפשטעלן איינמאל פאר אלעמאל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:29 pm
דורך ברסלבער
חב''ד הויזן האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען פערזענליך א איד וואס יואל ראטה האט געמאכט זיין טאכטער א כלה אן זיין רשות, נאך פאר די אכצן יאר, און כדי אים צו האלטן שטיל ביז נאכ'ן שידוך האט ער איר צוגעזאגט אז ער וועט צושטעלן אלע הוצאות החתונה וואס איז פארשטייט זיך געווען א גראבע שקר.
איך קען נישט כאפן וועמען דו מיינסט, אבער ביודעי ומכירי קאמינא אז ער האט קיינעם נישט צוגעזאגט צוצושטעלן הוצאות החתונה צו מאכן א שידוך.
ער האט זיין בית המדרש וואו יעדער קען חתונה מאכן פאר בחנם די חתונה נאכט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:32 pm
דורך חב''ד הויזן
ברסלבער האט געשריבן:
חב''ד הויזן האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען פערזענליך א איד וואס יואל ראטה האט געמאכט זיין טאכטער א כלה אן זיין רשות, נאך פאר די אכצן יאר, און כדי אים צו האלטן שטיל ביז נאכ'ן שידוך האט ער איר צוגעזאגט אז ער וועט צושטעלן אלע הוצאות החתונה וואס איז פארשטייט זיך געווען א גראבע שקר.
איך קען נישט כאפן וועמען דו מיינסט, אבער ביודעי ומכירי קאמינא אז ער האט קיינעם נישט צוגעזאגט צוצושטעלן הוצאות החתונה צו מאכן א שידוך.
ער האט זיין בית המדרש וואו יעדער קען חתונה מאכן פאר בחנם די חתונה נאכט.
איך גיי דיך שיקן די אינפארמאציע אין אישי, פרעג דיך נאך.

לאמיך וויסן ווי אזוי ס'געווען.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:52 pm
דורך מאנרא יונגערמאן
יעדער קען טרייען צו דרייען די מעשה וויאזוי מוויל אבער איין זאך איז קלאר אז טון א שידוך באלאנגט פאר די עלטערן אדער פאר די קינד אליין, א כלה מאכן א צווייטנס קינד וואס די האסט נישט געבוירן אין נישט אויפגעצויגן אפילו מיט די קינדס ווילן איז די גרעסטע רשועת וואס קען זיין אין פשוט גניבה
ווער עס פארענטפערט ר' יואל ראטה וואונטש איך אז ביי דיינע קינדער זאל קומען עפעס א עקסטרעמיסט ווי צימערמאן אדער יאנקעלע כהן אין א כלה מאכן דיין טאכטער מיט עפעס א פרימע יאנטשי בחור אין פארשטייט זיך מיט דיין קינד ווילן

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:00 pm
דורך ברסלבער
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:יעדער קען טרייען צו דרייען די מעשה וויאזוי מוויל אבער איין זאך איז קלאר אז טון א שידוך באלאנגט פאר די עלטערן אדער פאר די קינד אליין, א כלה מאכן א צווייטנס קינד וואס די האסט נישט געבוירן אין נישט אויפגעצויגן אפילו מיט די קינדס ווילן איז די גרעסטע רשועת וואס קען זיין אין פשוט גניבה
ווער עס פארענטפערט ר' יואל ראטה וואונטש איך אז ביי דיינע קינדער זאל קומען עפעס א עקסטרעמיסט ווי צימערמאן אדער יאנקעלע כהן אין א כלה מאכן דיין טאכטער מיט עפעס א פרימע יאנטשי בחור אין פארשטייט זיך מיט דיין קינד ווילן
דו ביסט דער וואס פארדרייט מעשיות. זייט ווען טאר נישט א שדכן אנטראגן א שידוך פאר עלטערן, און ווי ס'איז איינגעפירט בכל תפוצות ישראל קען אמאל דער שדכן גיין אביסל מער אויף די נערווען און מוטשען עלטערן פאר א שידוך, אבער קיינער צווינגט נישט קיינעם.
ר' יואל ראטה איז א ראש ישיבה, און אויך א שדכן, ער איז אינטערעסירט אין די טובה פון די בחורים אין זיין ישיבה און פון זיין קהלה, און ער פרובירט זיי ארויסצוהעלפן מיט שידוכים, אזוי ווי יעדער באוויינט היינט אז עס איז א שידוכים קריזיס, און מען פרובירט ארויסצוהעלפן מיט וויפיל מען קען.
ר' יואל ראטה האט נאך קיינעם נישט געצווינגען צו א שידוך, און נאך קיינמאל נישט געטון א שידוך אן די פולע צושטימונג פון די עלטערן פון ביידע זייטן. חוץ אויב די עלטערן זענען צעטיילט און דאס קינד איז ביי איינעם, האט מען גערעדט צו דעם איינעם, אזוי ווי יעדער נארמאלער שדכן וואלט געטון. אדער אויב די מדובר/מדוברת איז שוין אן עדאלט על דעת עצמו, און האט שוין גארנישט מיט די עלטערן, און ער וואלט סיי ווי זיך אליין געזוכט א שידוך.
ביודעי ומכירי קאמינא, איך דריי זיך דארט, און איך האב מיטגעהאלטן יעדע איינציגסטע שידוך דארט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:14 pm
דורך מאנרא יונגערמאן
טאקע ווייל דו דרייסט דיך דארט ביסטו א ווילדע שקרן, איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט, אבער די פרשה פון מאנרא האט ר' יואל ראטה איבערגערעדט א מיידל צו חתונה האבן מיט א בחור אן די עלטערנס וויסן און צושטימונג, אוודאי צום סוף זענען די עלטערן מיטגעגאנגען, א ברירה האבן זיי געהאט? אבער זיי זענען נאך אלץ נישט צו זיך געקומען, זיי זענען צושאסן פון די פרשה! ביטע לייקן נישט א ביטערע מציאות.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:18 pm
דורך מאנרא יונגערמאן
,

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:37 pm
דורך וואלווי
ברסלבער האט געשריבן: ר' יואל ראטה האט נאך קיינעם נישט געצווינגען צו א שידוך, און נאך קיינמאל נישט געטון א שידוך אן די פולע צושטימונג פון די עלטערן פון ביידע זייטן. חוץ אויב די עלטערן זענען צעטיילט און דאס קינד איז ביי איינעם, האט מען גערעדט צו דעם איינעם, אזוי ווי יעדער נארמאלער שדכן וואלט געטון.
You're kidding?

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:38 pm
דורך berlbalaguleh
חב''ד הויזן האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען פערזענליך א איד וואס יואל ראטה האט געמאכט זיין טאכטער א כלה אן זיין רשות, נאך פאר די אכצן יאר, און כדי אים צו האלטן שטיל ביז נאכ'ן שידוך האט ער איר צוגעזאגט אז ער וועט צושטעלן אלע הוצאות החתונה וואס איז פארשטייט זיך געווען א גראבע שקר.

פארוואס ער האט נישט מורא צו טון אזעלכע זאכן? ער איז א פיפיגע יונג, ער ווייסט פונטקליך צו וועם צו גיין, די איד פון וועם איך רעדט איז א ספרד'ישע תמימות'דיגע באס דרייווער וואס האט נישט קיין פרוטה צו די נשמה, זיינע קינדער לערנען אלע אין אנדערע מוסדות'ער, ער האט אבער נאך אלס ליב זיינע קינדער אהבת נפש אזויווי יעדע טאטע, ראטה האט אבער געוויסט אז ער איז א חררה שאין לה הופכין, קיינער וועט זיך נישט קימערן מיט אים האט ער פראסט און פשוט פארבינדן איינע פון זיינע לא-יצלח בחורים מיט דעם איד'ס טאכטער און מזל טוב מ'ברעכט טעלער.

איך קען ענק צוזאגן אז דעי קרית יואל'ע מיידל איז אויף קיין שום פאל נישט פארבינדן מיט מאיר הירש'ס פאמיליע וכת דיליה.. יואל ראטה שמעקט פונטקליך פון וועלכע משפחה ער קען ארויסכאפן א קינד, פארשטייט זיך ער וועט שוין זען אז די מיידל אליין זאל וועל''ן (lol) און פאר א נויט וועט ער געבן א פאלשע צוזאג פארן טאטן אז ער וועט אויסצאלן די חתונה און דאס איז עס.

לאמיר האפן אז מ'וועט עס אפשטעלן איינמאל פאר אלעמאל.
חב"ד הויזן: איך בעט דיר א טובה. שיק ר' יואל ראטה צו מיר. אפשר וועט מיר געפעללן ןדער שידוך וואס ער טראגט מיר אן. די תנאים/קאנדישאנס געפעללן מיר זיכער. אויב ער צאלט אויס אלע הוצאות החתונה. לאמיר זיך פארשטעללן ווער איך בין. א תמימות'דיגע אונגארישע אשכנזי'שע באס דרייווער וועלכע (איך קען אפילו נישט שרייבן אידיש לויט דיקדוק. איך מיש אויס לשון זכר און לשון נקיבה.) האט נישט קיין קיין פרוטה אחת לפוטרה. איך בין גרייט צו קויפן א שטריימל ביי מיללער שטריימלעך. קען זיין פן די שטיקלעך זנבים צוזאמגעשטיקלט. אפילו ון די סקווירלס וועלכע לויפן _(נאך) ארום אין די וועלדער פון מאנסי און בארא פארק.

אבער ארבעט שנעלל. פאר די שטעלסט איהם אפ...!

(you troll. you don't deserve to be capitalized.)