בלאט 1 פון 3

וועלכע סאטמאר איז גרעסער

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 5:59 pm
דורך מאנרא יונגערמאן
שוין אן אלטע דעבאטע וועלכע סאטמאר איז גרעסער אנגענומען איז אז ר זלמן לייב איז היבש גרעסער אבער די ארוינים צייגן אן אז עפשער זענען די זאלוינים גרעסער מיט מוסדות בתי מדרשים פאליטישע אנפלוס אבער ר אהרן איז א גרעסערע רבי מער א פערצענט פון זיינע חסידים זענען זיינע עכטע שטיצער
לעצטעס איז געווען אסאך טוישערייען אין ביידע סאטמארע פראקציעס קודם ביי די ארוינים איז געווען די בניי ברק פרשה ווי ר אהרן האט פארלוירן אסאך מענטשן ווען ער איז שארף ארויס קעגן הרב מייזליש אזוי אויך ביי די זאלוינים איז געוועהן די קאמען קאר פרשה ווי אסאך פון די עקסטרעמע פרומע זאליס האבן איבערגעלאזט די קהילה נאך דעם וואס ר זלמן לייב האט מיט געארבעט מיט די אגודה
סא בין איך נייגעריק וואס די עולם האלט דא ווער איז למעשה היינט צוטאגס גרעסער

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:01 pm
דורך מאנרא יונגערמאן
מיין מיינונג איז אז ר זלמן לייב איז גרעסער עפשער וועל איך שפעטער אריינקומען מיט די נומערן

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:17 pm
דורך berlbalaguleh
מאנרא יונגערמאן: אז מ'גייט שוין יא אויף דעם נארישן דרך. וואס איך וויל עכט נישט גיין. לאמיר שוין זאגן. ווער פון די 2 רעבעס קען מער און בעסער לערנען?...נו, איך האב זיי נישט פארהערט קיין איינעם פון זיי. אבער די מעלה פון ר' זלמן לייב איז אז ער האט קינדער וועלכע קענען גוט לערנען.

ביי מיר זענען ביידע אדמורי"ם חשוב. נאר ר' אהרון האט א סאך אויפטוען פאר זיין קהילה. און פאר אידישקייט בכלל. אבער מ'געט איהם נישט קיין קרעדיט וועגן די מחלוקת. נאר מ'קומט אריין מיט ליצנות. אויך ר' זלמן לייב האט א סאך אויפטוען. טאקע אין זיין צוזאמענארבעט מיט די אגודה. נו, סשטייט דאך אין פסוק ..."ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם"...אויב צו העלפן און פארשטארקן אידישקייט וואו ס'פעהלט אויס ארבעט ער צוזאמען מיט די אגודה... איז דאך זייער גוט...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:21 pm
דורך [NAMELESS]
גאנץ א פריוואטע שאלה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:32 pm
דורך באהעלפער
גרעסער מיט וואס. פלייש? געלט? שכל? הצלחה? אמונה? בנינים? בכמות באיכות ? במידה במשקל?

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:33 pm
דורך מאנרא יונגערמאן
באהעלפער האט געשריבן:גרעסער מיט וואס. פלייש? געלט? שכל? הצלחה? אמונה? בנינים? בכמות באיכות ? במידה במשקל?
מענטשן

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:36 pm
דורך מאנרא יונגערמאן
berlbalaguleh האט געשריבן:מאנרא יונגערמאן: אז מ'גייט שוין יא אויף דעם נארישן דרך. וואס איך וויל עכט נישט גיין. לאמיר שוין זאגן. ווער פון די 2 רעבעס קען מער און בעסער לערנען?...נו, איך האב זיי נישט פארהערט קיין איינעם פון זיי. אבער די מעלה פון ר' זלמן לייב איז אז ער האט קינדער וועלכע קענען גוט לערנען.

ביי מיר זענען ביידע אדמורי"ם חשוב. נאר ר' אהרון האט א סאך אויפטוען פאר זיין קהילה. און פאר אידישקייט בכלל. אבער מ'געט איהם נישט קיין קרעדיט וועגן די מחלוקת. נאר מ'קומט אריין מיט ליצנות. אויך ר' זלמן לייב האט א סאך אויפטוען. טאקע אין זיין צוזאמענארבעט מיט די אגודה. נו, סשטייט דאך אין פסוק ..."ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם"...אויב צו העלפן און פארשטארקן אידישקייט וואו ס'פעהלט אויס ארבעט ער צוזאמען מיט די אגודה... איז דאך זייער גוט...!
האסט נישט פארשטאנען איך האב נישט געזאגט אז דאס איז מיין מיינונג נאר אז אין די חסידות איז דא אזא פערצענט וואס האלטן אזוי

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:37 pm
דורך שושן פורים
אין הייעך איז מהר"יי זיכער גרעסער מיט עטליכע אינטשעס, אין די ברייט קוקט מהר"א אויס א טראפקעלע ברייטער אבער עס קען זיין אז וויבאלד ער איז נידריגער קוקט עס נאר אויס אזוי.

עמער מוזן ווארטן ביז די מעדיצינישע רעקארדס פון זייער לעצטע קאלאנאסקאפי וועט ווערן פאבליק.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:46 pm
דורך באהעלפער
אפשר זאל מען אביסעלע צואווארטן, וועט מען האבן א גרעסערע אויסוואל.......

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:59 pm
דורך מאנרא יונגערמאן
שושן פורים האט געשריבן:אין הייעך איז מהר"יי זיכער גרעסער מיט עטליכע אינטשעס, אין די ברייט קוקט מהר"א אויס א טראפקעלע ברייטער אבער עס קען זיין אז וויבאלד ער איז נידריגער קוקט עס נאר אויס אזוי.

עמער מוזן ווארטן ביז די מעדיצינישע רעקארדס פון זייער לעצטע קאלאנאסקאפי וועט ווערן פאבליק.
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס קאווע שטיבל איז אזוי פוסט אזעלכע חכמים ווי דיר טראלען אן אשכול

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 8:35 pm
דורך [NAMELESS]
שושן פורים האט געשריבן:אין הייעך איז מהר"יי זיכער גרעסער מיט עטליכע אינטשעס, אין די ברייט קוקט מהר"א אויס א טראפקעלע ברייטער אבער עס קען זיין אז וויבאלד ער איז נידריגער קוקט עס נאר אויס אזוי.

עמער מוזן ווארטן ביז די מעדיצינישע רעקארדס פון זייער לעצטע קאלאנאסקאפי וועט ווערן פאבליק.
קודם כל, נישט אמת. מהר״א איז העכער נאר ער איז אן עניו זעט ער אויס קלענער. די בארד האט מהרז״ל א לענגערע, און דאס איז וויבאלד ער פלעגט זיך פוצן די בארד ווען ער האט געדינט אלס רב אין ארץ ישראל און ער האט געוואלט געפעלן די ציונים. מהר״א שניידט נאך ביזן היינטיגן טאג כמנהג אויבערלענדער אידן מיט א ספעציעל שערל לכבוד יום טוב.

סארא סילי אשכול דאס, א שאד עס איז נישט אין שמייכל אדער אין גארביזש.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:27 pm
דורך berlbalaguleh
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:אין הייעך איז מהר"יי זיכער גרעסער מיט עטליכע אינטשעס, אין די ברייט קוקט מהר"א אויס א טראפקעלע ברייטער אבער עס קען זיין אז וויבאלד ער איז נידריגער קוקט עס נאר אויס אזוי.

עמער מוזן ווארטן ביז די מעדיצינישע רעקארדס פון זייער לעצטע קאלאנאסקאפי וועט ווערן פאבליק.
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס קאווע שטיבל איז אזוי פוסט אזעלכע חכמים ווי דיר טראלען אן אשכול
מאנרא יונגערמאן: דער אשכול איז איין שטיק טראלל...! און די משתתפים אויכעט...! איז, באוויין נישט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:31 pm
דורך berlbalaguleh
יהורם האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:אין הייעך איז מהר"יי זיכער גרעסער מיט עטליכע אינטשעס, אין די ברייט קוקט מהר"א אויס א טראפקעלע ברייטער אבער עס קען זיין אז וויבאלד ער איז נידריגער קוקט עס נאר אויס אזוי.

עמער מוזן ווארטן ביז די מעדיצינישע רעקארדס פון זייער לעצטע קאלאנאסקאפי וועט ווערן פאבליק.
קודם כל, נישט אמת. מהר״א איז העכער נאר ער איז אן עניו זעט ער אויס קלענער. די בארד האט מהרז״ל א לענגערע, און דאס איז וויבאלד ער פלעגט זיך פוצן די בארד ווען ער האט געדינט אלס רב אין ארץ ישראל און ער האט געוואלט געפעלן די ציונים. מהר״א שניידט נאך ביזן היינטיגן טאג כמנהג אויבערלענדער אידן מיט א ספעציעל שערל לכבוד יום טוב.

סארא סילי אשכול דאס, א שאד עס איז נישט אין שמייכל אדער אין גארביזש.
יהורם: ייש"כ. ניין שמייכל איז צו גוט. מ'דארף אויפמאכן א נייע קאטעגאריע. אפשר ...,
שטותים און בויכווייטאג"...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:45 pm
דורך באהעלפער
וועלכע סאטמאר האט א גרעסערע מציבה, דער ברך צו דער ויואל צו גאר דער אוהל פ.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:41 pm
דורך מרדכי מרדכי
יהורם האט געשריבן: קודם כל, נישט אמת. מהר״א איז העכער נאר ער איז אן עניו זעט ער אויס קלענער. די בארד האט מהרז״ל א לענגערע, און דאס איז וויבאלד ער פלעגט זיך פוצן די בארד ווען ער האט געדינט אלס רב אין ארץ ישראל און ער האט געוואלט געפעלן די ציונים. מהר״א שניידט נאך ביזן היינטיגן טאג כמנהג אויבערלענדער אידן מיט א ספעציעל שערל לכבוד יום טוב.

סארא סילי אשכול דאס, א שאד עס איז נישט אין שמייכל אדער אין גארביזש.
דיזע תגובה דארף אריינגיין אין די אשכול "זאצן וואס האבן מיר ציווארפן פאר געלעכטער"

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:43 pm
דורך בעל דרשן
סאטמאר מהר"א איז מער אנערקענט אלץ א מנהיג ווי ער האט חסידים וואס זענען שטארק דבוק אין אים זיינע טישן און מעמדים זענען איבערגעפילט מיט צענדליגער טויזענטער חסידים ווען די וויליאמסבורגער קען עס קיינמאל נישט אנפולן חוץ כ"א כסלו ווען מ'קומט פאר די מצב נישט צוליב אים בכלל

רבי אהרן איז אויך באקאנט אלץ א גאון אדיר א מתמיד וואס אלעס דרייט זיך ארום תורה ס'איז א כבוד פאר סאטמאר אז זיי האבן א מנהיג אזא גדול בתורה

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:34 pm
דורך באהעלפער
בעל דרשן האט געשריבן:סאטמאר מהר"א איז מער אנערקענט אלץ א מנהיג ווי ער האט חסידים וואס זענען שטארק דבוק אין אים זיינע טישן און מעמדים זענען איבערגעפילט מיט צענדליגער טויזענטער חסידים ווען די וויליאמסבורגער קען עס קיינמאל נישט אנפולן חוץ כ"א כסלו ווען מ'קומט פאר די מצב נישט צוליב אים בכלל

רבי אהרן איז אויך באקאנט אלץ א גאון אדיר א מתמיד וואס אלעס דרייט זיך ארום תורה ס'איז א כבוד פאר סאטמאר אז זיי האבן א מנהיג אזא גדול בתורה
אבער ס'גייט קיינעם נישט אן

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:52 pm
דורך חב''ד הויזן
באהעלפער האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן:סאטמאר מהר"א איז מער אנערקענט אלץ א מנהיג ווי ער האט חסידים וואס זענען שטארק דבוק אין אים זיינע טישן און מעמדים זענען איבערגעפילט מיט צענדליגער טויזענטער חסידים ווען די וויליאמסבורגער קען עס קיינמאל נישט אנפולן חוץ כ"א כסלו ווען מ'קומט פאר די מצב נישט צוליב אים בכלל

רבי אהרן איז אויך באקאנט אלץ א גאון אדיר א מתמיד וואס אלעס דרייט זיך ארום תורה ס'איז א כבוד פאר סאטמאר אז זיי האבן א מנהיג אזא גדול בתורה
אבער ס'גייט קיינעם נישט אן
זיינע חסידים זענען שטאלץ מיט אים ביז'ן הימל

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:54 pm
דורך באהעלפער
חב''ד הויזן האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן:סאטמאר מהר"א איז מער אנערקענט אלץ א מנהיג ווי ער האט חסידים וואס זענען שטארק דבוק אין אים זיינע טישן און מעמדים זענען איבערגעפילט מיט צענדליגער טויזענטער חסידים ווען די וויליאמסבורגער קען עס קיינמאל נישט אנפולן חוץ כ"א כסלו ווען מ'קומט פאר די מצב נישט צוליב אים בכלל

רבי אהרן איז אויך באקאנט אלץ א גאון אדיר א מתמיד וואס אלעס דרייט זיך ארום תורה ס'איז א כבוד פאר סאטמאר אז זיי האבן א מנהיג אזא גדול בתורה
אבער ס'גייט קיינעם נישט אן
זיינע חסידים זענען שטאלץ מיט אים ביז'ן הימל
אבער גלייבן, גלייבן זיי עהם בלויז מיט א מאס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:33 am
דורך מיליאנער
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז ר זלמן לייב איז גרעסער עפשער וועל איך שפעטער אריינקומען מיט די נומערן
מיין מיינונג איז ר' אהרן גרעסער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:38 am
דורך מיליאנער
די שאלה איז געפרעגט היבש בלורי.

קלארער וואלט געווען 'ווער איז גרעסער די פרא ר' אהרן אדער די אנטי ר' אהרן'. אויף דעם קען מען אנהייבן שמועסן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:39 am
דורך באהעלפער
מיליאנער האט געשריבן:
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז ר זלמן לייב איז גרעסער עפשער וועל איך שפעטער אריינקומען מיט די נומערן
מיין מיינונג איז ר' אהרן גרעסער.
איך געדענק ווי ר' יואליש האט געפירט, און ר' אהרן פאקט עהם איין זיבן מאל. אבער וואס זאל מען טון, אז ר' יואליש האט אריינגעבאקן אז מ'זאל קיינעם נישט פארגעטערן, נאר עהם.
ממילא, איז געבליבן די חשד ביי אלע, אז אין סאטמאר גלייבט מען קיינעם נישט. און מ'האט דאס פיין איינגעבאקן אין די ילדים ודורות הבאים.

ר' אהרן שרייעט היינט אז ער איז ממשיך דערך החסידות, אבער דער בעל נשתכח שטייט אלע פאר די אויגן ווי א אנזאג. Don't trust anyone.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:47 am

סארי, זעט אויס מיין סערוויס איז נישט אזוי גוט דא, קענסט אפשר איבערזאגן אביסל קלארער?