בלאט 1 פון 1
פיתום אדער רעמסס; ווער איז גרעסער?
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:06 pm
דורך תוהו ובוהו
אין ליכט פונעם נארישן #ווער איז גרעסער טרענד, עפן איך דעם אשכול צו דעבאטירן די קאנטערווערסיאלע שאלה וואס באדערט מיר שוין לאנג. שרייבטס אייערע מיינונגען אונטערגעשטיצט מיט באווייזן.
אפשר שפעטער וועל איך אריינקומען מיט פונקטליכע נומערן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:18 pm
דורך מתבודד
איך האלט אז פיתום איז קלאר גרעסער ווייל רעמסס האט נישט קיין עכטע חסידים און אלע בנינים און מוסדות האט ער געגנבעט, און סתם אזוי איז רעמסס א רשע גנב שייגעץ און צבוע! דאס איז מיין קלארע און שטארקע מיינונג און אויב האלטסטו אנדערש ביסטו א טיפש וגס רוח וואס לייקנט פאקטן און קען נישט קיין היסטאריע!
וסי לו מידע.
אזא פנים האט עס וד”ל
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:40 pm
דורך באהעלפער
זאגסט גוט. פיתום און רעמסס זענען צוויי ליידיגגייער, עד כדי כך אז זייערע אייגענע חסידים גלייבן נישט אין זיי... דהיינו, די דרויסענדיגע וועלט האלט שוין מער פון ביידע ווי זיינע אייגענע מענטשן.
ס'וואלט ווען מיר איינער געזאגט אז זיי זענען נערסערי טיטשערס, וואלט איך עס זאפארט פארשטאנען.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:58 pm
דורך מרדכי מרדכי
מען קען דאך אבער נישט עכט וויסן ספעציעל מיט די לעצטע טוישונגען צווישן די ביידע.
גראדע לעצטנס האט די פרעזידענט פון פיתום מיטגעארבעט מיט די פירער פון גושן האבן עטליכע קנאים פון פיתום ארויס פון שטאט.
איך האב געוואלט שרייבן נאך א שורה מיט די נאמען וויאזוי אייוועלט רופט אן די סאטמארע מחלוקה אבער איך האב פארגעסן ואיתכם הסליחה.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 8:38 pm
דורך [NAMELESS]
תוהו ובוהו האט געשריבן:אין ליכט פונעם נארישן #ווער איז גרעסער טרענד, עפן איך דעם אשכול צו דעבאטירן די קאנטערווערסיאלע שאלה וואס באדערט מיר שוין לאנג. שרייבטס אייערע מיינונגען אונטערגעשטיצט מיט באווייזן.
אפשר שפעטער וועל איך אריינקומען מיט פונקטליכע נומערן.
היסטאריקער זאגן אז פיתום האט העכערע בנינים, אבער רעמסס איז געבויעט אויף א וועג אז עס זענען דא דארטן פיל מער דירה׳לעך.
און אז מ׳רעדט שוין ווער איז גרעסער, בין איך אלס געווען נייגעריג אויב דתן האט געהאט מער חסידים ווי אבירם.
דתן האט געהאט א מער באלעבאטישע חסידות, אזוי ווי קארלין, און אבירם איז געווען אזוי ווי באבוב פינף און פערציג. למעשה האבן זיי זיך ביידע אנגעשלאסן אינעם קרח פארבאנד און געשטויסן די משה רבוינים, ביז זיי האבן זיך ביידע געטראפן אונטער דר׳ערד, און ווער עס איז געווען העכער איז געשטאנען אין א טיפערן גרוב, אזוי אז ביי די קעפ זענען זיי למעשה געווען אייניג.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:16 pm
דורך שושן פורים
יהורם האט געשריבן:תוהו ובוהו האט געשריבן:אין ליכט פונעם נארישן #ווער איז גרעסער טרענד, עפן איך דעם אשכול צו דעבאטירן די קאנטערווערסיאלע שאלה וואס באדערט מיר שוין לאנג. שרייבטס אייערע מיינונגען אונטערגעשטיצט מיט באווייזן.
אפשר שפעטער וועל איך אריינקומען מיט פונקטליכע נומערן.
היסטאריקער זאגן אז פיתום האט העכערע בנינים, אבער רעמסס איז געבויעט אויף א וועג אז עס זענען דא דארטן פיל מער דירה׳לעך.
און אז מ׳רעדט שוין ווער איז גרעסער, בין איך אלס געווען נייגעריג אויב דתן האט געהאט מער חסידים ווי אבירם.
דתן האט געהאט א מער באלעבאטישע חסידות, אזוי ווי קארלין, און אבירם איז געווען אזוי ווי באבוב פינף און פערציג. למעשה האבן זיי זיך ביידע אנגעשלאסן אינעם קרח פארבאנד און געשטויסן די משה רבוינים, ביז זיי האבן זיך ביידע געטראפן אונטער דר׳ערד, און ווער עס איז געווען העכער איז געשטאנען אין א טיפערן גרוב, אזוי אז ביי די קעפ זענען זיי למעשה געווען אייניג.
קענסט פלאצן ביז אייערנעכטן אבער איזי ענגלענדער האט אויסגעצאלט אלע פיראמידן אין רעמסס, פיתום צאלט נאך יעצט די חובות
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 1:40 am
דורך שמעקעדיג
מרדכי מרדכי האט געשריבן:
איך האב געוואלט שרייבן נאך א שורה מיט די נאמען וויאזוי אייוועלט רופט אן די סאטמארע מחלוקה אבער איך האב פארגעסן, ואתכם הסליחה.
טעגלאש?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 3:23 am
דורך מרדכי מרדכי
שמעקעדיג האט געשריבן:מרדכי מרדכי האט געשריבן:
איך האב געוואלט שרייבן נאך א שורה מיט די נאמען וויאזוי אייוועלט רופט אן די סאטמארע מחלוקה אבער איך האב פארגעסן, ואתכם הסליחה.
טעגלאש?

יאפ
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 5:27 am
דורך וואלווי
ווענד זיך פון וועלעכע זייט מ'קוקט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 6:02 am
דורך [NAMELESS]
שושן פורים האט געשריבן:יהורם האט געשריבן:תוהו ובוהו האט געשריבן:אין ליכט פונעם נארישן #ווער איז גרעסער טרענד, עפן איך דעם אשכול צו דעבאטירן די קאנטערווערסיאלע שאלה וואס באדערט מיר שוין לאנג. שרייבטס אייערע מיינונגען אונטערגעשטיצט מיט באווייזן.
אפשר שפעטער וועל איך אריינקומען מיט פונקטליכע נומערן.
היסטאריקער זאגן אז פיתום האט העכערע בנינים, אבער רעמסס איז געבויעט אויף א וועג אז עס זענען דא דארטן פיל מער דירה׳לעך.
און אז מ׳רעדט שוין ווער איז גרעסער, בין איך אלס געווען נייגעריג אויב דתן האט געהאט מער חסידים ווי אבירם.
דתן האט געהאט א מער באלעבאטישע חסידות, אזוי ווי קארלין, און אבירם איז געווען אזוי ווי באבוב פינף און פערציג. למעשה האבן זיי זיך ביידע אנגעשלאסן אינעם קרח פארבאנד און געשטויסן די משה רבוינים, ביז זיי האבן זיך ביידע געטראפן אונטער דר׳ערד, און ווער עס איז געווען העכער איז געשטאנען אין א טיפערן גרוב, אזוי אז ביי די קעפ זענען זיי למעשה געווען אייניג.
קענסט פלאצן ביז אייערנעכטן אבער איזי ענגלענדער האט אויסגעצאלט אלע פיראמידן אין רעמסס, פיתום צאלט נאך יעצט די חובות
פיתום האט פארלוירן זייער גרעסטע גביר אין א קאר עקסידענט, אבער זיי האבן געמאכט א סוקסעספולע מעטשינג קאמפיין און אויפגעטריבן מיליאנען לירות. ס׳קומט א מאסיווע פיראמיד צום ברייטן באנוץ פון די מוסדות.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:23 am
דורך חדשים
עס איז צוויי נעמען פאר די זעלבע זאך... א גמרא מפורשת אין סוטה יא.
את פיתום ואת רעמסס: רב ושמואל, חד אמר- פיתום שמה, ולמה נקרא שמה רעמסס, שראשון ראשון מתרוסס. וחד אמר- רעמסס שמה, ולמה נקרא שמה פיתום, שראשון ראשון פי תהום בולעו.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 1:15 pm
דורך מרדכי מרדכי
חדשים האט געשריבן:עס איז צוויי נעמען פאר די זעלבע זאך... א גמרא מפורשת אין סוטה יא.
את פיתום ואת רעמסס: רב ושמואל, חד אמר- פיתום שמה, ולמה נקרא שמה רעמסס, שראשון ראשון מתרוסס. וחד אמר- רעמסס שמה, ולמה נקרא שמה פיתום, שראשון ראשון פי תהום בולעו.
עס פלעגט טאקע ארומגיין א גלייכווערטל פון גוטע אידן ווען מען האט זיי געפרעגט ווי זיי דאווענען שבת צי אין פיתום צי אין רעמסס האבן זיי געענטפערט אז עס איז נאר דא 1
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 5:46 pm
דורך היסטאריע
עס איז אינטרעסאנט ווי די גמרא האט זיך גארנישט גערעכענט מיט די געפילען פין די מענטשן און אוועק געמאכט די גאנצע נאמען געשפעט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 5:47 pm
דורך היסטאריע
שראשון ראשון פי תהום בולעו
אז מען קוקט דארט אראפ זעהט טאקע אויס ווי א פי תהום
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 6:23 pm
דורך קהל'ס נער
א יוד האט אמאל געכאפט א סטראוק אין פיתום, מען האט געקאלט הצלה, האבן זיי געפרעיגט וועלכע פיתום, האט מען גענטפערט אז ס'נאר דא איין, ויצאה נשמתו בפתאום.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:27 pm
דורך יין שרף
קהל'ס נער האט געשריבן:א יוד האט אמאל געכאפט א סטראוק אין פיתום, מען האט געקאלט הצלה, האבן זיי געפרעיגט וועלכע פיתום, האט מען גענטפערט אז ס'נאר דא איין, ויצאה נשמתו בפתאום.
איינער? אסאך
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 28#p501345
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 12:02 pm
דורך היסטאריע
דער לינק האט געכאפט א סטראוק ל"ע
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 11:44 pm
דורך באהעלפער
כ'וויל נאכאמאל באטאנען, אז ווען מ'וויל שטעלן א שאצונג, דארף מען זען וואס ווער געבט צו פאר'ן אלגעמיינעם ציבור, נישט נאר פאר זיינע שעפעלעך.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 1:11 am
דורך וואלווי
באהעלפער האט געשריבן:כ'וויל נאכאמאל באטאנען, אז ווען מ'וויל שטעלן א שאצונג, דארף מען זען וואס ווער געבט צו פאר'ן אלגעמיינעם ציבור, נישט נאר פאר זיינע שעפעלעך.
דאס באטאנסטו אלס נייע תקנות פון קאווע שטיבל...?
ס'איז א תנאי צו קענען שרייבן?
אז די ווילסט באטאנען, באטאן געזונטערהייט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 12:46 pm
דורך טאמבל סאס
פתאום איז אפשר גרעסער אין נומבערס אבער אויף רעמסס האבן זיך אונזערע זיידעס געלאזט הרגענען און רומס זיין דערויף. אקעי אפשר נישט "געלאזט" אבער אז מען האט זיי למעשה געהארגעט פארדעם, ברויך מען וועהלן פאר רעמסס.
בכלל זאגט מען אז דארט ליגט אסאך געלט, אן אייביג לעבעדיגע רעבע (טאקע א קליינטשיגער און א הונקעדיגער אבער דאס איז פארט אף די פעקעדזש) און א מחנה פון יוצאי משרתים ואשר משרתיו וואס זענען גרייט און האבן זיך געלאזט הרגענען פאר אים.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 10:36 pm
דורך באהעלפער
וואלווי האט געשריבן:באהעלפער האט געשריבן:כ'וויל נאכאמאל באטאנען, אז ווען מ'וויל שטעלן א שאצונג, דארף מען זען וואס ווער געבט צו פאר'ן אלגעמיינעם ציבור, נישט נאר פאר זיינע שעפעלעך.
דאס באטאנסטו אלס נייע תקנות פון קאווע שטיבל...?
ס'איז א תנאי צו קענען שרייבן?
אז די ווילסט באטאנען, באטאן געזונטערהייט.
חא חא... איך באטאן אלץ לאגיק
Re: פיתום אדער רעמסס; ווער איז גרעסער?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2022 2:34 am
דורך טאמבל סאס
קען מען אפשר צושטעלן א ספעציעלע באטאן פארדעם פליז?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk