בלאט 1 פון 1

סעיוו מייאמאנידעס קאמפיין

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 1:16 am
דורך מתבודד
בארא פארק איז אויף מיט’ן סעיוו מיימאנידעס קאמפיין, צעטליך ארטיקלען טראק ווידיאוס און בראשורן באפאלן שוין בפ פאר עטליכע וואכן.

די שפיטאל, אדער ווי מאנכע רופן עס שלאכט הויז, האט זיך שוין לאנג קונה שם געווען אלס א פלאץ וואס איז גוט אויף געבוירן און שטארבן אבער איז די לעצטע פלאץ אריינצוטרעטן אינצווישן.. ווער ס’איז שוין געווען דארט האט שוין געשפירט אויף די אייגענע הויט דאס ווארטן שעות ע”ג שעות צו באקומען א צימער אדער געזען ווערן דורך א דאקטער, ווען אינצווישן ווערט מען אויסגעפארשט דורך אומצאליגע נורסעס וסטודענטס שונים... בקיצור אן עקספעריענס געוואונטשן אויף אלע אונזער שונאים.
לעצטנס איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע קאמפיין אויפצודעקן די פילע פראבלעמען און קארופציע אינערהאלב דעם שפיטאל.

ווער שטייט אונטערן קאמפיין??
יעדער בר דעת פארשטייט אז איינער אן שטארקע פערזענליכע אינטערעסן וועט זיך נישט אריינווארפן אין אזא לייבן גרוב, די שפיטאל איז א מעכטיגע קארפאראציע מיט אומצאליגע בנינים און אפטיילונגען, און כמובן וועלן זיי זיך נישט לאזן צוטרעטן דורך עטליכע אקטיוויסטן מיט גוטע רצונות, אלא מאי מוז דא זיין א כח שכנגד וואס זאל האבן די כח געלט און פאווער אנצוגיין מיט אזא קאמפיין.

עטליכע טעג צוריק האב איך געהערט אומקראנטע שמועות אז אונטער די גאנצע זאך שטייט די באקאנטע היימישע אידישע פילאנטראפ ר’ אליעזר (”לואי”) שיינער, וואס איז לעצטנס (ע”פ השמועה הנ”ל) ארויף אויפן באורד פונעם שפיטאל, און האט א מעכטיגע וויזיע גענצליך איבערצומאכן די אינערליכע סטרוקטור פונעם שפיטאל וואס אזויפיל מאחינו בנ”י נוצן טעגליך.

ע”כ וואס איך האב צו זאגן וועגן דעם, ווער עס קען מוסיף זיין, אפפרעגן, קאנפירמען אדער אריינקומען מיט מער פרטים זאל ביטע אריינקומען למען האמת והשלום.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 5:56 pm
דורך היסטאריע
איך מיין אז זיין נאמען שטייט אויף די נעמען פין די צעטלען.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 6:41 pm
דורך סמבטיון
גייט מען עס קענען מיטהאלטן לייוו?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 7:13 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין שוין (ליידער) א וועטעראן פון עטליכע שפיטעלער אין ניו יארק. איך האב שוין (בעל כורחי) אדורכגעמאכט סיי די עמערדזשענסי רום און סיי געווען אריינגעטשעקט אין לכה"פ 4 שפיטאלן. לויט מיין מיינונג איז מאימאנידעס האפיאל גארנישט בעסער אדער ערגער ווי די אנדערע גרויסע האספיטאלס. א יעדע איינע האט אנדערע מעלות און חסרונות. מאימאנידעס האט גוטע דאקטוירים אויף זייער סטעף. נאר ס'נעמט זייער לאנג ביז זיי געבן א דיאגנאז. און וואס מ'דארף צו טון צו פאררעכטן דעם פראבלעם.

די עמערדזשענסי רומס אין א יעדן גרויסן האספיטאל זענען געפאקט. און די סטעף איז אנגעשטרענגט. אין דעם פרט (פון ווארטן לאנג) איז מאימאנידעס נישט קיין סאך ערגער פון די אנדערע. די עמערדזשענסי רום אין מאונט סיני, למשל איז אויך איבערגעפאקט. נאר די סטעף מאכט זיך צו טון און זיי נעמען קעיר פון א יעדן פאציענט. איך בין אמאל געווען כמעט 2 טעג אין עמערדזשענסי רום פון מט. סיני. נאר זיי שטעללן צו א נוירס צו א יעדע עטליכע פעישענטס. וואס איז נישט דער פאל אין מאימאנידעס. דארט קענמען אפזיצן שעות ארוכות און קיינער וועט נישט קוקן אויף דיר. אויסער אז דו ביסט א ביסל אגרעסיוו. מ'דארף זיי מוטשענען א יעדע האלבע שעה. אנישט פארגעסן זיי פון דיר.

גוד סעמעריטן (גוד סעם) אין העווערסטראו/מאנסי האט א גוטן עמערדזשענסי רום. די סטעף געט זיך אפ מיט א פאציענט. נאר זיי האבן שוואכע דאקטוירים. די ערגסטע. באמת שלעכטע סערוויס פון עמערדזשענסי רום איז אין קאלאמביע-פרעסביטעריען. איך בין אמאל דארט געווען. איך האב מיך געווארפן פאר יסורים פאר מער ווי 3 שעה. און קיינער האט נישט געקוקט אויף מיר. און א סאך מעדיקל סטעף ווי דאקטוירים און נוירסעס האבן זיך דארט געדרייט די גאנצע צייט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 7:55 pm
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן: גוד סעמעריטן (גוד סעם) אין העווערסטראו/מאנסי האט א גוטן עמערדזשענסי רום. די סטעף געט זיך אפ מיט א פאציענט.
:דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:04 pm
דורך מתבודד
דארט קענמען אפזיצן שעות ארוכות און קיינער וועט נישט קוקן אויף דיר. אויסער אז דו ביסט א ביסל אגרעסיוו. מ'דארף זיי מוטשענען א יעדע האלבע שעה. אנישט פארגעסן זיי פון דיר.
אזוי מיר נישט דיר נישט קען דאס מאכן א חילוק פון לעבן ביז טויט.
אבער אפי’ אן דעם ווייזט דאס ווי שטארק זיי קעירן פארן פאציענט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 9:12 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:באמת שלעכטע סערוויס פון עמערדזשענסי רום איז אין קאלאמביע-פרעסביטעריען. איך בין אמאל דארט געווען. איך האב מיך געווארפן פאר יסורים פאר מער ווי 3 שעה. און קיינער האט נישט געקוקט אויף מיר.
:roll: משתתפים בצערתך, זיידעניו!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 9:14 pm
דורך [NAMELESS]
יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: גוד סעמעריטן (גוד סעם) אין העווערסטראו/מאנסי האט א גוטן עמערדזשענסי רום. די סטעף געט זיך אפ מיט א פאציענט.
:דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק:
אן עלטערע איד דערציילט דיר זיין אייגענע עקספיריענס און קענסט גארנישט צולייגן נאר א נארישע עמויג'י?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 12:07 am
דורך תפוח
עטרת חיה איז געווען היינט נאכט זעשם פעקקד מיט תושבי בארא פארק. כ’האב נישט גע’חלומט זיי וועלן צוזאמשלעפן אזא עולם.

אלע שישקעס און וויכטיג מאכערס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 12:11 am
דורך מתבודד
נא, געגאנגען! קום אריין מיט א באריכט.

וואס איז זייער סעלושען? וכו’ וכו’

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 12:28 am
דורך תפוח
איך בין נישט דארט געווען א גאנצע נאכט...

זיי טענה’ן אז זייער יעצטיגע קאמפיין איז א פעטישען דרייוו וואס זאל קריעטן פובליק פרעשור אויף די פירערשאפט פון די שפיטאל צו פארבעסערן די אומשטאנדען אין שפיטאל.

לואי שיינער איז די דרייווער פון די מערכה, ער איז ארומגעגאנגען צו רבני העיר צאמנעמען סופפארט. לויט שמועות האט ער אנגעגרייט צענדליגע מיליאנס פאר די קאמפיין (עפ”י השמועה רעדט מען פון 65 מיליאן דאלער). ער האט שוין פרובירט ארויפצוזעהן אויף די באורד געוויסע פון זיינע מענטשן אבער די שפיטאל האט איהם איבערגעקלוגט און צוגעלייגט נאך מער באורד מעמבערס אזוי האבן זיי צוריק די מעדזשאריטי.

פיגורס אינעם קאמפיין:
שלמה מייער - א בארימטע רפואה עסקן און א דאמינענטע פיגור אין קלויזענבורג קהילה אין בארץ פארק.
מענדי ריינער - רוח המרחפת אויפן רינואל חסד אימפעריע. צענדליגע אידן זענען איהם שולדיג זייער לעבנס. פאר זיין קופה של שרצים ע”ע הרמ”ה פאנעט, אינסטאגראם לייוו.
משה פריעדמאן - א שטאטישע עסקן פון דזשעי פי מידיע. באקאנט אלס דער מען-ביהיינד אינעם יעגער קאמפיין.
ברוך ראזינגער - א גרויסע טוהער אין מונקאטש. גוטסקייט גיסט זיך פון איהם. א נואם בחסד עליון און א ידען נפלא.

ווילס נאך עפעס וויסן?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 12:45 am
דורך עסקן בדברים
מתבודד האט געשריבן:
עטליכע טעג צוריק האב איך געהערט אומקראנטע שמועות אז אונטער די גאנצע זאך שטייט די באקאנטע היימישע אידישע פילאנטראפ ר’ אליעזר (”לואי”) שיינער, וואס איז לעצטנס (ע”פ השמועה הנ”ל) ארויף אויפן באורד פונעם שפיטאל, און האט א מעכטיגע וויזיע גענצליך איבערצומאכן די אינערליכע סטרוקטור פונעם שפיטאל וואס אזויפיל מאחינו בנ”י נוצן טעגליך.

ע”כ וואס איך האב צו זאגן וועגן דעם, ווער עס קען מוסיף זיין, אפפרעגן, קאנפירמען אדער אריינקומען מיט מער פרטים זאל ביטע אריינקומען למען האמת והשלום.
https://www.crainsnewyork.com/health-ca ... tals-board

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 4:35 am
דורך berlbalaguleh
ביי די גוי'אישע מידיע איז עס אייביג פערזענליכע אינטרעסן און א תאוה צו הערשן און זיין אין קאנטראל. זיי קענען (אדער ווילן) נישט משיג זיין וואס אזא איד ווי ר' אליעזר (לואי) שיינער שטעלט מיט זיך פאר. אז ער וויל באמת פאררעכטן דברים הצריכים תיקון.

אדרבה. ווייז מיר היינט אין די גוי'אישע וועלט איין פערזענליכקייט, א גרויסער עושר וואס טוט זאכן לטובת הכלל.אזוי וי (ס'איז געווען אמאל) אלבערט שווייצער. אדער ראול וואלענבערג. (זיכרונו לברכה.)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 12:00 pm
דורך היסטאריע
עסקן בדברים האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:
עטליכע טעג צוריק האב איך געהערט אומקראנטע שמועות אז אונטער די גאנצע זאך שטייט די באקאנטע היימישע אידישע פילאנטראפ ר’ אליעזר (”לואי”) שיינער, וואס איז לעצטנס (ע”פ השמועה הנ”ל) ארויף אויפן באורד פונעם שפיטאל, און האט א מעכטיגע וויזיע גענצליך איבערצומאכן די אינערליכע סטרוקטור פונעם שפיטאל וואס אזויפיל מאחינו בנ”י נוצן טעגליך.

ע”כ וואס איך האב צו זאגן וועגן דעם, ווער עס קען מוסיף זיין, אפפרעגן, קאנפירמען אדער אריינקומען מיט מער פרטים זאל ביטע אריינקומען למען האמת והשלום.
https://www.crainsnewyork.com/health-ca ... tals-board
עס זעהט אויס אינטערסאנט, רוב איינער קען שטעלען א לינק אהן דער פעיוואל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 2:40 pm
דורך מתבודד
berlbalaguleh האט געשריבן:
אדרבה. ווייז מיר היינט אין די גוי'אישע וועלט איין פערזענליכקייט, א גרויסער עושר וואס טוט זאכן לטובת הכלל.אזוי וי (ס'איז געווען אמאל) אלבערט שווייצער. אדער ראול וואלענבערג. (זיכרונו לברכה.)
ר’ אילן מאסק....

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:11 pm
דורך Chasidishmashpia
תפוח האט געשריבן:איך בין נישט דארט געווען א גאנצע נאכט...



לואי שיינער איז די דרייווער פון די מערכה, ער איז ארומגעגאנגען צו רבני העיר צאמנעמען סופפארט. לויט שמועות האט ער אנגעגרייט צענדליגע מיליאנס פאר די קאמפיין (עפ”י השמועה רעדט מען פון 65 מיליאן דאלער). ער האט שוין פרובירט ארויפצוזעהן אויף די באורד געוויסע פון זיינע מענטשן אבער די שפיטאל האט איהם איבערגעקלוגט און צוגעלייגט נאך מער באורד מעמבערס אזוי האבן זיי צוריק די מעדזשאריטי

ווילס נאך עפעס וויסן?
וואס איז די נגיעה פון שפיטאל אים צו איבערקלוגען?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 9:43 pm
דורך קאצקע ציקער
Chasidishmashpia האט געשריבן:
תפוח האט געשריבן:איך בין נישט דארט געווען א גאנצע נאכט...



לואי שיינער איז די דרייווער פון די מערכה, ער איז ארומגעגאנגען צו רבני העיר צאמנעמען סופפארט. לויט שמועות האט ער אנגעגרייט צענדליגע מיליאנס פאר די קאמפיין (עפ”י השמועה רעדט מען פון 65 מיליאן דאלער). ער האט שוין פרובירט ארויפצוזעהן אויף די באורד געוויסע פון זיינע מענטשן אבער די שפיטאל האט איהם איבערגעקלוגט און צוגעלייגט נאך מער באורד מעמבערס אזוי האבן זיי צוריק די מעדזשאריטי

ווילס נאך עפעס וויסן?
וואס איז די נגיעה פון שפיטאל אים צו איבערקלוגען?
Fear of losing control

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 2:08 am
דורך [NAMELESS]
ווי אזוי הייסט מענדי ריינער'ס מחותן? ער קומט אריין היבש ווילד און זייער נישט צום זאך

אין א בית השחיטה מאכט זיך אויך אז איינער לעבט איבער...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 3:46 am
דורך משה'לע קליין
berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין שוין (ליידער) א וועטעראן פון עטליכע שפיטעלער אין ניו יארק. איך האב שוין (בעל כורחי) אדורכגעמאכט סיי די עמערדזשענסי רום און סיי געווען אריינגעטשעקט אין לכה"פ 4 שפיטאלן. לויט מיין מיינונג איז מאימאנידעס האפיאל גארנישט בעסער אדער ערגער ווי די אנדערע גרויסע האספיטאלס. א יעדע איינע האט אנדערע מעלות און חסרונות. מאימאנידעס האט גוטע דאקטוירים אויף זייער סטעף. נאר ס'נעמט זייער לאנג ביז זיי געבן א דיאגנאז. און וואס מ'דארף צו טון צו פאררעכטן דעם פראבלעם.

די עמערדזשענסי רומס אין א יעדן גרויסן האספיטאל זענען געפאקט. און די סטעף איז אנגעשטרענגט. אין דעם פרט (פון ווארטן לאנג) איז מאימאנידעס נישט קיין סאך ערגער פון די אנדערע. די עמערדזשענסי רום אין מאונט סיני, למשל איז אויך איבערגעפאקט. נאר די סטעף מאכט זיך צו טון און זיי נעמען קעיר פון א יעדן פאציענט. איך בין אמאל געווען כמעט 2 טעג אין עמערדזשענסי רום פון מט. סיני. נאר זיי שטעללן צו א נוירס צו א יעדע עטליכע פעישענטס. וואס איז נישט דער פאל אין מאימאנידעס. דארט קענמען אפזיצן שעות ארוכות און קיינער וועט נישט קוקן אויף דיר. אויסער אז דו ביסט א ביסל אגרעסיוו. מ'דארף זיי מוטשענען א יעדע האלבע שעה. אנישט פארגעסן זיי פון דיר.

גוד סעמעריטן (גוד סעם) אין העווערסטראו/מאנסי האט א גוטן עמערדזשענסי רום. די סטעף געט זיך אפ מיט א פאציענט. נאר זיי האבן שוואכע דאקטוירים. די ערגסטע. באמת שלעכטע סערוויס פון עמערדזשענסי רום איז אין קאלאמביע-פרעסביטעריען. איך בין אמאל דארט געווען. איך האב מיך געווארפן פאר יסורים פאר מער ווי 3 שעה. און קיינער האט נישט געקוקט אויף מיר. און א סאך מעדיקל סטעף ווי דאקטוירים און נוירסעס האבן זיך דארט געדרייט די גאנצע צייט.
קיינער זאגט נישט אז סאיז נישט דא דארט דקטוירים, אבער אויב עס קומען ארויס מער טויטע פון דארט ווי פון אנדערע שפיטעלער ברויך דאס פארמאכט ווערן נישט קיין חילוק ווי גוטע אדער שלעכטע נורסעס און דקטוירים זיי האבן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 12:36 pm
דורך סמבטיון
פינקט ריינער האט מען געדארפט ארויפשטעלן דארט? א מענטש וואס כאטש ער טוט אזויפיהל פארן כלל, א שטייגער ווי רענואל, דאך איז ער איינגעווייקט אין מחלוקת מכף רגל עד ראש. מען האט נישט געקענט טרעפן א בעסערע פארזיצער פאר די מערכה?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 12:55 pm
דורך me smart
עמעזאן האט געשריבן:מענדי ריינער קומט אריין היבש ווילד און זייער נישט צום זאך
Where did you see it? I'd like to see it. Maybe bring something

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 8:26 pm
דורך berlbalaguleh
מתבודד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
אדרבה. ווייז מיר היינט אין די גוי'אישע וועלט איין פערזענליכקייט, א גרויסער עושר וואס טוט זאכן לטובת הכלל.אזוי וי (ס'איז געווען אמאל) אלבערט שווייצער. אדער ראול וואלענבערג. (זיכרונו לברכה.)
ר’ אילן מאסק....
ר' אילן מאסק איז א איד. אדער שטאמט פון אידן. ועוד. וואס ער טוט איז פאר זיינע אייגענע אינטרעסן פון געלט אדער כבוד...!