בלאט 1 פון 1
Save Maimonides!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 9:34 pm
דורך כולל אינגערמאן
לעצטנס הער איך כסדר אסאך איבער די נייע ארגענעזאציע וואס רופט זיך "סעיוו מיימאנידיס" זיי האבן היינט ביינאכט ארגיניזירט א גרויסע אווענט אין ב"פ, איינער קען אריינקומען קלאר ווער עס שטייט אונטער דעם און וואס איז זייער ציל?
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2022 2:34 am
דורך תרמב
נישט האבנדיג וואס צו טון יענע נאכט האב איך געווענדט מיינע טריט צו די זאל פון עטרת חי', די זאל איז געווען פול אזוי ווי א RCCS דינער, טויזענטער אינגעלייט מיט ערנסטע פנימער זענען געקומען ראטעווען מאימאנאדיס.... רוב אזוי ווי מיר האבן נישט געוויסט וואס מ'וויל פון זיי האבן, וויאזוי ראטעוועט מען מאימאנאדיס דורך קומען צו א מעמד אין עטרת חי' און עסן קוגל...? לעמער האט אראפגעלייגט א שטארקע חזנות און אנגעווארעמט דער עולם פאר די צוועק, עס איז געווען אסאך ליידיגע שיסלעך פון עסן ווען איך בין אנגעקומען, איינער האט זיך מיר אנגערופן אז ער ווייסט נישט צו מ'גייט טאקע העלפן די קראנקע פון מאימאנעדיס, אבער די געזונטע גייען זיכער הנאה האבן....
איך האב געהערט אלען דערשאוויטץ רעדן דורך א לייוו הוקאפ, ווי ער האט ארויסגעברענגט ווי א שטארקע נאנטשאפט ער האט צו די היימישע ברוקלין און מאימאנאדיס שפיטאל, אז ער וויל זיך נישט מישן, ער האפט נאר אז די שפיטאל זאל בעסער ווערן, עס איז געווען א ספעציעלע ווינקל פאר רעפארטערס וואס זענען געשטאנען און געשריבן באריכטן, איך בין ארויס פון זאל, און זיך דורכגעשטופט די גרויסע מניינים מעריב און די לאבי, מיט א דערהויבענע געפיל אז מיר האבן געהאט א חלק און ראטעווען מאימאנעדיס, וויאזוי איך האב געהאלפן ווייס איך נישט....
איך ווייס נישט די אינסייד פאליטיקס אבער איך פארשטיי אז דער לואי שיינער איז געקומען מיט אזא עלאן מאסק עפראוטש טוויטער מאכט פראבלעמען? מ'קויפט עס אפ.... און ס'איז נישט אזוי פשוט, ס'גייט נישט אזוי גרינג... איך פארשטיי אז ער האט געוואלט איבערנעמען די שפיטאל ווייל זיי מאכן פראבלעמען און לכאורה וויל ער עס אויסקעשן אויך, במילא זאל גאנץ בארא פארק קומען מיטהאלטן די מערכה... קען זיין ער איז גערעכט, אבער ס'קוקט מיר אויס ווי ס'איז עפעס א אינסייד פאליטיקל, און נישט קיין חילוק ווער ס'גייט אויספירן גייט ווייטער טון וואס ס'שמעקט אים סיי ווי... פאר דעם האב איך נישט אונטערגעשריבן די פעטיציעס דארט נישט וועלנדיג נעמען א צד אין קיין פייטס וואס איך קען נישט אויסקעשן... הגם פעטיציעס מיינט נישט גארנישט עניוועי...
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2022 11:56 am
דורך טאמבל סאס
תרמב האט געשריבן: וויאזוי ראטעוועט מען מאימאנאדיס דורך קומען צו א מעמד אין עטרת חי' און עסן קוגל...?
איינער האט זיך מיר אנגערופן אז ער ווייסט נישט צו מ'גייט טאקע העלפן די קראנקע פון מאימאנעדיס, אבער די געזונטע גייען זיכער הנאה האבן....
און אויך קראנק ווערן פון די פעטע קוגלען..
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2022 12:13 pm
דורך סמבטיון
זעט אויס אז ביזט פון די יחידים וואס האבן נישט קיין משפחה מיטגלידער אדער פריינט וואס זייער לעבן איז פריצייטיג פארשניטן געווארן אין דעם שלאכט הויז מיימאנעדיס. און צו דיין שאלה וויאזוי מען ראטעוועט מיימאנעדיס? די תירוץ איז פשוט אז מען פאדערט אקאונטעביליטי און מען מאכט גערודער און מען זאל זיך נישט לאזן פירן ווי די שאף צום שלאכט הויז.
אונזער סאסייעטי איז אזוי דורכגעפוילט מיט קארופציע, אז ווען מען מיינט שוין יא אמאל נאר לשמה, אז יודן זאלן פשוט האבן א נארמאלע שפיטאל ווי צו גיין און אז מען זאל ארויסקומען געזונטער פון דארט נישט אין קיין באדי בעג, לאכן מענטשן אפ פון די גאנצע קאמפיין, אה מסתמא איז דא אפאר מענטשן וואס ווילן ווייטער מאכן געלט אויפן ציבור'ס רוקן, און מען קומט נאך מיט די לעגענדארע סברא פון יעדע מטבע האט צוויי זייטן.. און מסתמא איז עס יא א גוטע שפיטאל וכו'.
טייערע ידידים און חברי השטיבל, מבשרי אחזה... מיימאנעדיס האט אוודאי אויך גוטע דאקטורים אזוי ווי יעדע שפיטאל, אויב נישט וואלט עס שוין לאנג נישט עקזיסטירט, אבער די אלגעמיינע מענעדזשמענט געבן נישט קיין זעקסטל פאר קיין פאציענטן.
וועקטס ענק אויף פאר די נעקסטע קרבן איז דיין ברודער, שכן אדער קרוב.
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2022 1:07 pm
דורך היסטאריע
פאר די אידן אין קאנטרי, מאכט א סעיוו העריס קאמפיין.