בלאט 1 פון 2

מהר"א מסאטמאר איז אפיציעל מתיר אנליין שאפינג פאר פרויען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 9:50 am
דורך [NAMELESS]
דער סאטמארער רבי פון קרית יואל מהר"א האט נעכטן ביי א אסיפה פאר פרויען אפיציעל מתיר געווען אז פרויען מעגן שאפּן אנליין, נאר האט געבעטן אז מ'זאל נישט זיין אדיקטעד דערצו.

דאס איז א שטארקע שינוי לטובה פון די עקסטרעמע קאפ אין וואנט מהלך ביז היינט אז מ'מעג נאר לצורך פרנסה, און אז פרויען טארן בכלל נישט נוצן די אינטערנעט.

ס'איז צו באגריסן אז סאטמארער רבי האט איינגעזעהן אז מ'קען נישט אינגאנצן אונטערדרוקן, און מ'דארף לאזן טוהן פשוט'ע מענטשליכע זאכן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 10:09 am
דורך חדשים
יא, עס איז געווען שאקינג פאר די פרויען צו הערן. איך וואלט געזאגט אז בערך 30%-40% פון זיין חסידות אין קרית יואל, האט זיך צוריקגעהאלטן פון גיין אנליין שאפינג ביז יעצט. חוץ וואס אויף די פרויען האטליינס ווי טל של תחי’ איז דא א גאנצע מאוומענט אקעגן אנליין שאפינג.

נאך אכשר דרא קרישקעלעך וואס איז געווען שאקינג פאר די קרית יואל’ע נשים.

אסאך פוסקים האלטן אז שייטלעך איז מותר. און אויף דעם פארלאזן זיך יראים ושלמים.

שמירן די ליפן איז נישט אסור מדינא, עס איז נאר א שלעכטע מדה.

חוץ מזה, קען מען שרייבן אסאך עקסטערמיסטישע שטיקלעך, אבער לאמיר נישט פארדרייען די אשכול.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:22 pm
דורך ערליכער איד
חדשים האט געשריבן:יא, עס איז געווען שאקינג פאר די פרויען צו הערן. איך וואלט געזאגט אז בערך 30%-40% פון זיין חסידות אין קרית יואל, האט זיך צוריקגעהאלטן פון גיין אנליין שאפינג ביז יעצט. חוץ וואס אויף די פרויען האטליינס ווי טל של תחי’ איז דא א גאנצע מאוומענט אקעגן אנליין שאפינג.

נאך אכשר דרא קרישקעלעך וואס איז געווען שאקינג פאר די קרית יואל’ע נשים.

אסאך פוסקים האלטן אז שייטלעך איז מותר. און אויף דעם פארלאזן זיך יראים ושלמים.

שמירן די ליפן איז נישט אסור מדינא, עס איז נאר א שלעכטע מדה.

חוץ מזה, קען מען שרייבן אסאך עקסטערמיסטישע שטיקלעך, אבער לאמיר נישט פארדרייען די אשכול.

אויב סאיז אמת אז ער געזאגט די אלע זאכן. האט ער איינגעקויפט נאך א חסיד. מיך.

Re: מהר"א מסאטמאר איז אפיציעל מתיר אנליין שאפינג פאר פרויען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:35 pm
דורך פרנס החודש
פארוואס ווערסטו אזוי ביליג אפגעקויפט? עס זענען דא גענוג מענטשן און רבנים וואס זענען מתיר פיל גרעסערע זאכן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:39 pm
דורך באהעלפער
ער האט מיך פארלוירן

Re: מהר"א מסאטמאר איז אפיציעל מתיר אנליין שאפינג פאר פרויען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:44 pm
דורך פרנס החודש
ער מאכט א ברוך שפטרנו…

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:54 pm
דורך וואלווי
פרנס החודש האט געשריבן:ער מאכט א ברוך שפטרנו…
און ער הערט נישט אויס דאס לייענען....

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:59 pm
דורך Chasidishmashpia
ווי קען מען הערן די חלקים פון דברות קודש? איך האב נישט קיין נערווען צו אויסהערן די גאנצע דרשה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:24 pm
דורך שמעקעדיג
אבל אין לנו פה לאכול....
ער האט באותו דרשה גע'אסר'ט יעדע סארט דעווייס מיט אינטערנעט קאנעקשאן אין א אידישע שטוב... פאון (פארשטייט זיך), טאבלעט, קאמפיוטער, גארנישט טאר זיך נישט געפינען אין א אידישע שטוב!
אוודאי מעגן זיי יעצט גיין אנליין שאפינג....

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:45 pm
דורך באהעלפער
פארוואס מעגן די מוסדות אפיסעס יא נוצן אלע כלים?

Re: מהר"א מסאטמאר איז אפיציעל מתיר אנליין שאפינג פאר פרויען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 8:14 pm
דורך טמיר
פארשטייסט טאקע נישט חילוק צווישן א דירה מיט קינדער און אן אפיס?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 8:25 pm
דורך באהעלפער
טמיר האט געשריבן:פארשטייסט טאקע נישט חילוק צווישן א דירה מיט קינדער און אן אפיס?
אוואו פאסירן די זאפטיגע געשיכטעס? זאג?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 9:58 pm
דורך מיליאנער
באהעלפער האט געשריבן:ער האט מיך פארלוירן
מיך האט ער געווינען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 10:06 pm
דורך me smart
מיליאנער האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:ער האט מיך פארלוירן
מיך האט ער געווינען
Haha, he just won you over now? You were always his jackpot, defending his every fort with all you've got

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 10:08 pm
דורך באהעלפער
ס'דא פירערס וואס זענען 'גוזר'. און ס'דא אזעלכע וואס פארציילן און ערקלערן און לאזן דיר אליינס טון די רעסטריקשענס אן דעם וואס ער זאל דיר שטיין אויפן וואך און אויפ'פאסן צו דו פאלגסט.

צו באפעלן וואס צו טון ביי יענעם אין שטוב, איז א רוישיגע געלעכטער, ופוק חזי מה עמי דבר... דער עולם זאגט יא יא זיכער... און מ'שווימט פיין ארום אויף אלע גרופעס למיניהם.

אבער אז איינער וויל מאכן א התעוררות אויף א געוויסע פעולה און איז שיין מסביר [צו רעדט דיך איבער] אז דו זאלסט שטיין ווייט דערפון, האט עס עפעס האפט.

ובכלל, וואס מיינט דאס תקנות? אפשר מאכט מען א תקנה, אז די רבי זאל מיר אויסהאלטן, צו געבן א געוויסע בענעפיט - וואס איך ברויך. מאכן סדר אין שידוכים. אויסשטאפירן קינדער ביז די חדר יארן. עפעס בענעפיטן וואס דו זאלסט האבן א אחיזה צו 'גוזר' זיין אויף מיין רוחניות.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 10:22 pm
דורך כפתור
ווען גייט מען אפיציעל מתיר זיין פיקטשער?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 10:23 pm
דורך מיליאנער
me smart האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:ער האט מיך פארלוירן
מיך האט ער געווינען
Haha, he just won you over now? You were always his jackpot, defending his every fort with all you've got
ער האט מיך געווינען אזויווי ער האט פארלוירן באהעלפער

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 11:51 pm
דורך berlbalaguleh
ערליכער איד האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:יא, עס איז געווען שאקינג פאר די פרויען צו הערן. איך וואלט געזאגט אז בערך 30%-40% פון זיין חסידות אין קרית יואל, האט זיך צוריקגעהאלטן פון גיין אנליין שאפינג ביז יעצט. חוץ וואס אויף די פרויען האטליינס ווי טל של תחי’ איז דא א גאנצע מאוומענט אקעגן אנליין שאפינג.

נאך אכשר דרא קרישקעלעך וואס איז געווען שאקינג פאר די קרית יואל’ע נשים.

אסאך פוסקים האלטן אז שייטלעך איז מותר. און אויף דעם פארלאזן זיך יראים ושלמים.

שמירן די ליפן איז נישט אסור מדינא, עס איז נאר א שלעכטע מדה.

חוץ מזה, קען מען שרייבן אסאך עקסטערמיסטישע שטיקלעך, אבער לאמיר נישט פארדרייען די אשכול.

אויב סאיז אמת אז ער געזאגט די אלע זאכן. האט ער איינגעקויפט נאך א חסיד. מיך.
2

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 12:18 am
דורך berlbalaguleh
מהר"א שליט"א האט בראשית דרכו געוואלט אהערשטעללן זייער א מענטשליך חסידות. ער איז געגאנגען קיין לעקוואוד (במ"ג). און אויך קיין חב"ד. ער האט פארגעלערנט תניא אין פאלם ספרינגס אין ליובאוויטשער ביהמ"ד. אויסער וואס ער האט דארט געדאוונט בקביעות . נאר ער האט געכאפט באמבעס סיי פון די בני יואל און סיי פון די זאלונים. ווען ער האט באוויינט דעם פאקט אז די אראבישע רוצחים האבן אומגעברענגט בחורים אין א מזרחי'סטישע ישיבה. און ווען ער האט געזאגט אז די קדושי מומבאיי, אריינגערעכנט דעם וואלאווער רבינ'ס זון. און איידעם פון האדמו"ר מתוא"י, זענען אומגעקומען אין א מקום קדוש. האבן די עקסטרעמיסטן איהם באווארפן מיט בזיונות. ס'הייסט. ער רופט אן א ליובאוויטשער ביהמ"ד א מקום קדוש? זיי האבן איהם פארשריגן אלס ציוני. וועלכער איז אראפ פון דרך פון רביה"ק. האט ער געטוישט מהלך. און ער האט זיך אהערגעשטעלט אלס מער עקסטריעם פון זיי. ער האט אלעס גע'אסר'ט. ווען די 3 ישיבה בחורים זענען אומגעקומען דורך די אראבישע פאלעסטינער רוצחים ימ"ש. האט ער אנשטאטס טרייסטן די משפחות זיי אנגערופן אלס רוצחים. און אזוי ווייטער. ער האט געוואלט ווייזן פאר זיינע שונאים און אומפארגינערס אז ער איז נאך אלץ דא אזוי א קנאי ווי זיי. דאס איז געווען זיין מהלך. אלעס צו אסר'ן. ביז אהער. לאמיר האפן אז דאס איז א גוטע התחלה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 12:45 am
דורך באהעלפער
berlbalaguleh האט געשריבן:מהר"א שליט"א האט בראשית דרכו געוואלט אהערשטעללן זייער א מענטשליך חסידות. ער איז געגאנגען קיין לעקוואוד (במ"ג). און אויך קיין חב"ד. ער האט פארגעלערנט תניא אין פאלם ספרינגס אין ליובאוויטשער ביהמ"ד. אויסער וואס ער האט דארט געדאוונט בקביעות . נאר ער האט געכאפט באמבעס סיי פון די בני יואל און סיי פון די זאלונים. ווען ער האט באוויינט דעם פאקט אז די אראבישע רוצחים האבן אומגעברענגט בחורים אין א מזרחי'סטישע ישיבה. און ווען ער האט געזאגט אז די קדושי מומבאיי, אריינגערעכנט דעם וואלאווער רבינ'ס זון. און איידעם פון האדמו"ר מתוא"י, זענען אומגעקומען אין א מקום קדוש. האבן די עקסטרעמיסטן איהם באווארפן מיט בזיונות. ס'הייסט. ער רופט אן א ליובאוויטשער ביהמ"ד א מקום קדוש? זיי האבן איהם פארשריגן אלס ציוני. וועלכער איז אראפ פון דרך פון רביה"ק. האט ער געטוישט מהלך. און ער האט זיך אהערגעשטעלט אלס מער עקסטריעם פון זיי. ער האט אלעס גע'אסר'ט. ווען די 3 ישיבה בחורים זענען אומגעקומען דורך די אראבישע פאלעסטינער רוצחים ימ"ש. האט ער אנשטאטס טרייסטן די משפחות זיי אנגערופן אלס רוצחים. און אזוי ווייטער. ער האט געוואלט ווייזן פאר זיינע שונאים און אומפארגינערס אז ער איז נאך אלץ דא אזוי א קנאי ווי זיי. דאס איז געווען זיין מהלך. אלעס צו אסר'ן. ביז אהער. לאמיר האפן אז דאס איז א גוטע התחלה.
אט א דאס איז די אבסורד פון סאטמאר, מ'קען נישט זיין נארמאל אפילו מ'וויל...
ווער האט דאס אזוי איינגעשטעלט אויב נישט דער הייליגער רב זכותו יגן עליכם...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 3:05 am
דורך פתחון פה
באהעלפער האט געשריבן: אט א דאס איז די אבסורד פון סאטמאר, מ'קען נישט זיין נארמאל אפילו מ'וויל...
ווער האט דאס אזוי איינגעשטעלט אויב נישט דער הייליגער רב זכותו יגן עליכם...
הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה שנשיכתן נשיכת שועל ולחישתן לחישת שרף

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:25 am
דורך me smart
פתחון פה האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן: אט א דאס איז די אבסורד פון סאטמאר, מ'קען נישט זיין נארמאל אפילו מ'וויל...
ווער האט דאס אזוי איינגעשטעלט אויב נישט דער הייליגער רב זכותו יגן עליכם...
הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה שנשיכתן נשיכת שועל ולחישתן לחישת שרף
Oh yes, big time..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:29 am
דורך דאס איז נישט מיך
איך זעה נישט די גאנצע חידוש דא , וואס זאל ער זאגן, אז שאפינג אן ליין פאר א פרוי איז אסור לגמרי ? וועלכע איסור ? ער האט פשוט געזאגט די גאנצע אמת און יא , ער האט זייער גוט געזאגט (פארוואס זאל מען אסר'ן אזאך בתחלית האיסור ווען ס'איז נישט און מ'גייט מילא נישט פאלגען )