בלאט 1 פון 1

וויליאמסבורג, ברוקלין - תשל"ט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 10:12 pm
דורך באהעלפער
אויב איז עס נאכנישט דא די קליפ, איז עס ווערד א טעמע פאר זיך.

https://www.youtube.com/watch?v=y5d03WkXwWY&t=59s

וועמען דערקענט מען דא אלץ?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 11:10 pm
דורך חמלה גדולה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2022 4:28 am
דורך berlbalaguleh
באהעלפער האט געשריבן:אויב איז עס נאכנישט דא די קליפ, איז עס ווערד א טעמע פאר זיך.

https://www.youtube.com/watch?v=y5d03WkXwWY&t=59s

וועמען דערקענט מען דא אלץ?
באהעלפער: דו ווייסט ווער ס'האט געדרייווט דעם ווינער באס #3? וואס איז געווען געפארקט פארנט פון די ווינער ת"ת? נאר א ביסל פריער ווי יארע 1979...! אויך. דער בר נש מיט דעם ציגארעטל אין מויל. וועלכער גייט צו צו די קופקע שמועסערס. ער איז געהאט פריש אנטלאפן פון מדינת ישראל. היינט איז ער א גרויסער גביר און ...,"נדבן". ער האט אן אימפעריע אויף רעדלעך. ס'דא נאך עטליכע מענטשן וועם איך דערקען. ייש"כ

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2022 8:31 am
דורך באהעלפער
נו שרייבטס נעמען

Re: וויליאמסבורג, ברוקלין - תשל"ט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2022 1:20 pm
דורך פרנס החודש
איך האב געראדע געטראפן מיין עלטער פעטער שפעטער אין די ווידעא ער׳ט געוואוינט נעבן ביהמ״ד אויף ראדני

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 6:11 pm
דורך אמר אביי
google drive ביטע

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 6:44 pm
דורך מר. קלונימוס
נוח האט געשריבן:די ווידעא איז פלאי פלאים. אסאך אינטערעסאנטע אבזערוואציעס. אבער איין זאך מוז איך אנמערקן: כמעט יעדער איז דאַר!! היינט זענען רוב חסידישע אידן איבערוואגיג. אין תשל"ט איז כמעט יעדער געווען דאר!
נאך נישט געווען דעמאלטס אזויפיל תורה ווי היינט מיט סיום מסכתות כהנה וכהנה, האט מען ווייניגער געגעסן. אדרבה אכשר דרא

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 7:32 pm
דורך דערוועקט
נוח האט געשריבן:די ווידעא איז פלאי פלאים. אסאך אינטערעסאנטע אבזערוואציעס. אבער איין זאך מוז איך אנמערקן: כמעט יעדער איז דאַר!! היינט זענען רוב חסידישע אידן איבערוואגיג. אין תשל"ט איז כמעט יעדער געווען דאר!
ס'געווען וויייניגער אויטאס אויפן שטראז. דר'עולם האט זיך מייסטנס באנוצט מיט'ן 11'ער באס (אגב איז געווען אויך מער שוסטערס אויף ליע עוו.) אחוץ ווען מען איז געפארן 6 שעה קיין בעל הארבער וואס דאן איז מען מאגער געווארן פון שטופעניש און לאנגווייליגקייט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 7:53 pm
דורך berlbalaguleh
נוח האט געשריבן:די ווידעא איז פלאי פלאים. אסאך אינטערעסאנטע אבזערוואציעס. אבער איין זאך מוז איך אנמערקן: כמעט יעדער איז דאַר!! היינט זענען רוב חסידישע אידן איבערוואגיג. אין תשל"ט איז כמעט יעדער געווען דאר!
נוח: וואס ווילסטו? די סאך רבי'שע טישן, קידושים און צדקה פארטיעס וואו מ'עסט זיך אן (ב"ה) לשובע מיט הערינג, גאלע, טשולנט און אלערליי קוגלען. ווער רעדט נאך פון די ליל ששי פארברענגענס. דאס אלעס איז זיך מצטרף איבערצו וועגן דעם כף המאזניים...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:18 pm
דורך באהעלפער
יעך זאג, אז דו מיינסט נאר אזוי, ווייל מ'פלעגט גיין מיט די הויזן ביז'ן גארגל, קוקט דיר עס אויס דאר...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:39 pm
דורך קאצקע ציקער
נוח האט געשריבן:נאך א שטארקע חילוק פון אמאל און היינט איז די פרויען. די פרויען זענען אמאל געווען אסאך מער סטייליש, קאלירפול, און אסאך נענטער צו די אמעריקאנער מאדעס.
אייראפע מאדעס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:48 pm
דורך berlbalaguleh
נוח ו'קאצקע: נו, הסתכלות בנשים...?!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 6:16 pm
דורך סמבטיון
אויב איינער קען אריין קומען מיט נעמען ווער איז ווער, וואלט עס געוועהן א שיינע זאך

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 6:23 pm
דורך berlbalaguleh
סמבטיון: ס'א חילוק? קיין בעלזער חסידים זעהט מען דארט נישט....א.ל., און יאקאוב מ. ער האט דאמאלס געהאט פריש אנטלאפן פון מדינת ישראל. די ציונים, שר"י האבן איהם געזוכט ווייל ער האט געלערנט זייער שטארק בהתמדה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 6:27 pm
דורך סמבטיון
עס איז מיר פשוט אינטרעסאנט, איך בין טאקע א בעלזע חסיד, אבער מיין לעבן דרייט זיך נישט נאר ארום בעלזא , שכוח

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:25 pm
דורך באהעלפער
מיר חידוש'ט אז מ'האט זיי געלאזט אזוי פריי אפכאפען אלעס, און נישט פארטריבן. בימים ההם איז נאך הענט געווען א גוטע געצייג במקום שאין קעמרעס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:30 pm
דורך yesiknow
דיין קשיא איז די תירוץ ודוק ותשכח

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:32 pm
דורך באהעלפער
yesiknow האט געשריבן:דיין קשיא איז די תירוץ ודוק ותשכח
ניין, בימים ההם איז נאכנישט געווען קיין גאסן סיסי טיווי, און מ'האט למעשה געווענליך מסדר געווען פרעמדע געסט. וואס איז דא עפעס אזא הכנסת אורחים? אפשר האט מען זיי ספעציעל גערופען? אום תשל''ט איז געווען היבש היסטאריע בנוגע קלויזענבורג און סענדער דייטש.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 11:17 pm
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:
נוח האט געשריבן:די ווידעא איז פלאי פלאים. אסאך אינטערעסאנטע אבזערוואציעס. אבער איין זאך מוז איך אנמערקן: כמעט יעדער איז דאַר!! היינט זענען רוב חסידישע אידן איבערוואגיג. אין תשל"ט איז כמעט יעדער געווען דאר!
נוח: וואס ווילסטו? די סאך רבי'שע טישן, קידושים און צדקה פארטיעס וואו מ'עסט זיך אן (ב"ה) לשובע מיט הערינג, גאלע, טשולנט און אלערליי קוגלען. ווער רעדט נאך פון די ליל ששי פארברענגענס. דאס אלעס איז זיך מצטרף איבערצו וועגן דעם כף המאזניים...!
פון ג' אייר האסטי פארגעסן? דעמאלטס איז נאך געווען פאר די גאנצע ר' שייע בן ר' משה עפאכע. די דרך החסידות פון קערעסטיר איז נאך נישט געווען פארשפרייט בימים ההם

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 1:08 am
דורך כלבאשבוע
נוח האט געשריבן:די ווידעא איז פלאי פלאים. אסאך אינטערעסאנטע אבזערוואציעס. אבער איין זאך מוז איך אנמערקן: כמעט יעדער איז דאַר!! היינט זענען רוב חסידישע אידן איבערוואגיג. אין תשל"ט איז כמעט יעדער געווען דאר!
גימנאזיום און בעסקעט באלל קומט דאך פון די יוונים

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 2:44 am
דורך berlbalaguleh
2 מענטשן פון די וואס מ'זעהט אויפ'ן קליפ זענען נאך היינט אויך נישט איבערוואגיג. די זעלבע ווי אין תשל"ט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 7:34 pm
דורך אמר אביי
google drive ביטע