בלאט 1 פון 4
דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 10:45 pm
דורך אךשמח
די מעלות פונעם אינטערנעט איז אומגעהויער גרויס.
פון וועלכע זייט איך זאל עס נאר באטראכטן זע איך דערין אן א שיעור ברכה וואס דאס האט צוגעשטעלט פאר די וועלט.
דאך איז דא פארשידענע פראבלעמען וואס דאס האט מיטגעברענגט.
איך וויל אין דעם אשכול ארומרעדן איבער די פארשידענע מעלות און חסרונות וואס דער אינטערנעט באשעפעניש האט געברענגט פאר די וועלט בכלל און פאר אונז אידעלעך בכלל.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 10:46 pm
דורך זר זהב
ס'האט גארנישט קיין גוטס געברענגט פאר תורה-טרייע אידן. סארי
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 10:54 pm
דורך אךשמח
זר זהב האט געשריבן:ס'האט גארנישט קיין גוטס געברענגט פאר תורה-טרייע אידן. סארי
פארוואס זאגסטו אזוי?
איך פארשטיי אז דו מיינסטו ברוחניות, ווייל בגשמיות האט עס זיכער געהאלפן פילע אידן מיט גאר אסאך גוטס.
אבער אפי' ברוחניות זענען דא אידן וואס האבן דזשעי נעט אדער אנדערע פילטערס און אנדערע וואס געבן אכטונג ווי זיי קריכן ארום און האבן נישט די פראבלעמען פון וואס די רבנים רעדן ארום.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 10:56 pm
דורך דבילה
די אינטערנעץ איז א פראבלעם פאר סיי ווער ס'האט נישט א שליטה אויף זיך און פארברענט צייט דערויף אן א חשבון. חוצמזה, לא היו ימים טובים לישראל כיום בריאת האינטערנעץ...
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 10:58 pm
דורך זר זהב
בגשמיות מיינסטו אודאי מיט פרנסה ? איז פאר די אינטערנעט עפאכע נישט געווען קיין פרנסה בא אידן ? די גאנצע ריזען פארוואס די אמאליגע סטיל ארבעט איז מער נישטא היינט אז דאך צו פארדאנקען די אינטערנעט/קאמפיוטער.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2012 1:18 am
דורך שמואל שלום שלמה
זר זהב, איר רעדט - אנטשולדיגטס מיר פארן אויסדרוק - נארישקייטן. די אמאליגע סטיל ארבייט איז מער נישט דא צוליב כינע. אינטערנעט איז ממש אונטערגעקומען ווי א געוואונטשענע זאך, מ'האט שוין געמיינט אז אידן וועלן ח"ו ברויכן גיין אין קאלעדזש וכדו', האט מען אינטערנעט ווי מ'קעו ב"ה מאכן אפאר דאללאר.
און בכלליות לגבי אךשמח'ס פראגע - אינטערנעט איז א כלי. ווי יעדער כלי (זעג, האמער א.ד.ג) קען מען דאס אויסנוצן לטוב ולמוטב. די בחירה איז ניתן ביד כל אדם. פארשטייט זיך אז א פילטער איז מענדעטארי. אבער א פילטער פילטערט נאר אויס איין מין שמוץ. די שמוץ וואס רופט זיך כפירה פילטערט עס נאך נישט - דערווייל. די בעסטע עצה וואלט ווען געווען א וויט ליסט (ווי ישיבה נעט). אבער די חילוק צוויזן כפירה אין ניבול איז אז ניבול קען מען זען אין בילדער און דאס פארברענט די נשמה בעת כפירה דארף מען לייענען און דאס נעמט שוין צייט און ס'רוב מענטשען האבן נישט קיין געדילד דערצו.
לגבי די אסיפה, ווי כ'הער איז עס שוין בעשטעטיגט. שעי סטעדיום נעמט אריין 42,000 מענטשען. פון וואנעט גייט מען נעמען אזוי באנטש מענטשען?!! מ'גייט אפשר ברענגן די חדר אינגעלעך? אויך זע איך אז עס באשטימט געווארן פאר כח אייר דאס איז דאך יום ירושלים.... א חבר האט מיר געטענהט אז דאס גייט אויך שאטן פאר די סיום הש"ס. וואס זאגן די חבירים דא וועגן דעם?
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2012 12:36 pm
דורך John Doe
איך זעה נישט די שלעכטסקייט פונעם אינטערנעט. נו זעהט מען אפאר בילדער, סדאך נישט קיין נייע זאך, אנשטאט מען זאל זיך דארפן שלעפן צום נו סטענד פארן ברוינעם ענוועלאפ איז עס היינט דא אינדערהיים. איך זעה אז די בתי מדרשים זענען נאך פול, אידן פילן נאך א טעם אינעם השבת נועם הנשמות, די וועלט איז נישט אונטער געגאנגען. די גמרא פארשטייט אויך א שוואכע מינוט, ילבש שחורים וכו׳.
איי וועסטו וועלן טענה׳ן אז אידישע משפחות זענען צובראכן געווארן צוליב פעיסבוק און פארנאגראפיע, זאג איך דיר ניין. פיל משפחות זענען צופאלן צוליב שיכרות, וואלסטו געזאגט אז מזאל אסערן אלקאהאל? סדא פארשידענע פראגרעם׳ס פאר אדיקשאן, AA, SA, און אפילו WA פאר workaholics.
איי וועסטו וועלן זאגן כלשון הפאשקעווילין אז אין איין טאג איז א איד געגאנגען אין תהום אריין צוליב די אינטערנעט, זעמער סייווי אויף געהאקטע צרות. אויב שטייט אונזער אידישקייט אויף אזעליכע שוואכע יסודות אז סקען באסטן אין א סקונדע ווי א זייפן בלאז, איז די אינטערנעט נישט די פראבלעם. משל למה הדבר דומה א שיף וואס איז געלעכערט פון אלע זייטן. דער קאפיטאן פירט מערכות מען זאל ארויספאמפען דאס וואסער, מען מאכט מיטינגס מיט אסיפות אין שטעדיומס אז דער עולם זאל ארויספאמפען דאס וואסער כדי די שיף זאל נישט זינקען. רופט זיך אהן איינער, נעמט אביסל קאלעך און שטאפט צו די לעכער פונעם שיף, אבער די שוויצער איגנארירן אים אינגאנצן, מדארף גוט ארויספאמפען דאס וואסער זאגן זיי פה אחד.
לאמיר אינוועסטן אביסל אין חינוך וועט די שיף נישט זונקען. לאמיר אינוועסטן אין בעסערע מלמדים, לאמיר מאכן א חשבון הנפש און גוט דורך טוהן יעדן עלטער וויאזוי מען קען פארבעסערן חינוך פאר די קינדער אויף א סיסטעמאטישן אויפן. דאס וואסער ווייזט ווי די לעכער זענען מזאל עס קענען פיקסן, די אידן וואס זענען כלומפערשט געגאנגען לטמיון ווייזן אונז וואו די פראבלעמען אין אונזער סיסטעם זענען, כדי מיר זאלן זיי קענען פאריכטן. דאס וואסער איז נישט די שונא.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2012 1:03 pm
דורך אךשמח
דבילה האט געשריבן:די אינטערנעץ איז א פראבלעם פאר סיי ווער ס'האט נישט א שליטה אויף זיך און פארברענט צייט דערויף אן א חשבון. חוצמזה, לא היו ימים טובים לישראל כיום בריאת האינטערנעץ...
גוט געשריבן אין איין זאץ
ס'זאגט זיך אבער גרינגער ווי געשריבן... למעשה איז זייער שווער צו האבן שליטה אויף דעם מעכטיגן אינטערנעט.
איך בין געווען אמאל גאר שטארק צוגעבינדן און צוגעקניפט צום אינטערנעט, און גארנישט אויף דער וועלט האט מיר נישט געקענט אפשאקלען דערפון. הודו לה' איך קען מער נישט זאגן אז איך בין דערצו עדיקטעד, און אפשר וועל איך שרייבן א צווייט מאל ווי אזוי איך בין דערפון ארויס. אבער דאס קען אראפפירן א מענטש פון נארמאלן דרך החיים. מען קען נישט נאכיאגן וואס אלס איז דא אויפן נעט, פון ליינען, שרייבן, און דערנאך קליפס וכו' וכו' וכו'.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2012 4:29 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:אינטערנעט איז א כלי. ווי יעדער כלי (זעג, האמער א.ד.ג) קען מען דאס אויסנוצן לטוב ולמוטב
עקזעקטלי! די אינטערנעץ איז א medium א כלי, פונקט ווי א קאר וואס די וואלסט עס נישט געגעבן פאר איינער וואס וייסט נישט ווי אזוי צו דרייווען.
אךשמח האט געשריבן:איך בין געווען אמאל גאר שטארק צוגעבינדן און צוגעקניפט צום אינטערנעט.
עדיקשאן האט געוויינליך אן אנדערלייאינג פראבלעם וואס מאכט אז ש מענטש זאל ווערען עדיקטעד, צוויי מענטשען קענען רייכערען די זעלבע ציגארעטלעך און איינער וועט ווערען עדיקטעד אין די צווייטער נישט.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 1:47 am
דורך צוויבל מיט איי
די אינטערנעט איז בעצם גוט. וועם ס'האט געשאדט האט ממילא געהאט א פראבלעם מיט עדיקשאן אדער שלום בית און די פראבלעם וואלט סייווי ערגעץ ארויפגעשווימען. א נארמאלער מענטש פארשטייט אליין זיינע שוואכקייטן און וויאזוי זיך צו היטן. יעדער ווייסט אז ס'דא פילטערס, קאווענענט אייז וכדו'. די איידיע אז רבנים זאלן אפילו רעדן פון די נושא איז ביי מיר אומפארשטענדליך, סיידן אז מיר זענען אלע קינדערגארטן יונגלעך און מיר דארפן אז דער רבי זאל אונז הייסן ווען צו גיין אין טוילעט און ווען צו זינגען הויעך "טוב לי".
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 1:51 am
דורך חד גדיא
צוויבל מיט איי האט געשריבן:די אינטערנעט איז בעצם גוט. וועם ס'האט געשאדט האט ממילא געהאט א פראבלעם מיט עדיקשאן אדער שלום בית און די פראבלעם וואלט סייווי ערגעץ ארויפגעשווימען. א נארמאלער מענטש פארשטייט אליין זיינע שוואכקייטן און וויאזוי זיך צו היטן. יעדער ווייסט אז ס'דא פילטערס, קאווענענט אייז וכדו'. די איידיע אז רבנים זאלן אפילו רעדן פון די נושא איז ביי מיר אומפארשטענדליך, סיידן אז מיר זענען אלע קינדערגארטן יונגלעך און מיר דארפן אז דער רבי זאל אונז הייסן ווען צו גיין אין טוילעט און ווען צו זינגען הויעך "טוב לי".
גאנץ א גוטע פוינט. אבער רבנים מעגן רעדן. רבנים האבן אייביג גערעדט און מעורר געווען. די שאלה איז נאר בעצם צו עס איז גוט אדער שלעכט. און דאס קען מען קלאר זאגן ווי די זאגסט.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 8:45 pm
דורך קול גדול
דער אינטערנעט איז דאך געוואלדיג גוט, ס'כאפט מיר אן א שוידער טראכטענדוג וויאזוי כ'וואלט געווען אן דעם, מיר האט עס געפענט די אויגן צו א נייע וועלט, און געטוישט מיין געדאנקן גאנג פון צרת מוחין.
ויהי רצון אז דער אינטערנעט זאל זיך פארשפרייטן ווי מער און אזוי וועט מקוים ווערן דער פסוק ומלאה הארץ דעה.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 2:05 am
דורך אךשמח
אין אלע דרשות און פלאקאטן רעדט מען איבער די שמוציגע בילדער וואס דאס איז 'דער' פראבלעם פונעם אינטערנעט.
איך ווייס נישט אויב די רבנים מיינען עס ערנסט אדער ווילן זיי נישט רעדן פון די אנדערע גרעסערע פראבלעמען וואס דאס האט געברענגט.
איך זאג נאר מיין אייגענער מיינונג, אבער פארנאגראפיע (דער ווארט איז אסור צו דערמאנען, דעריבער זעט מען עס נישט אויף די אלע פלאקאטן) איז א קליינער פראבלעם וואס צוליב דעם זאל מען ארויסקומען מיט א מלחמה קעגן דעם נעט.
די פילע אינפארמאציע, ווי קול גדול האט צוגעצייכנט 'איז' דער חורבן וואס דער אינטערנעט האט געברענגט, און איך זע נישט מען זאל ערגעץ רעדן דערוועגן.
אויך דזשעי נעט איז אויף דעם נישט קיין סאלושען. איז וואס יא?
קארל'ס עצה אז מען זאל צוריקגיין צו דעם מהלך וואס מען האט געארבעט אלע יארן ביז נאכן קריג, אז מען האט גערעדט קלאר און מען האט נישט פארמאכט די קעפ פונעם עולם, זעט נישט אויס אז מען זאל זיין גרייט צו טון.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 2:30 am
דורך דבילה
טאג אין נאכט ווערט ארום גערעדט פון די געפערליכע מכשולות וואס אינגעלייט האבן נעבעך פון דעם אינטערנעץ. געווענליך זענען "געפערליכע מכשולות" סינונימוס מיט "פארנאגראפיא". איז דאך משמע אז פארנאגראפיא איז גאר א געפערליכע פראבלעם און מ'דארף אפהאלטן בכל מחיר סיי וועלכע איד פון קענען דערצי ציקומען. איך רעד נישט פון דעם תורה'דיגט איסור וואס איז פארהאן אויף זען פארנאגראפיע און ס'איז מיר נישט משמע אז די פארפירערס קעגן די אינטערנעץ שטערט דאס. לא הרי העסקנים נגד האינטערנעץ כהרי העסקנים אויף שמירת הלשון וואס האט מער איסורים. נארוואדען? די געפערליכקייט לדעת העסקנים אין דער נושא איז אויף דעם סכנה פאר'ן צביון היהודי פון אונזער עולם.
וואס איז דער געפערליכקייט פון פארנאגראפיא? די אינטערנעץ איז שוין שטארק נפוץ ביים חרדי'שן ציבור איבער 10 יאר און ווי אלע אינטערנעץ באנוצער ווייסן, איז זעלטן דא אן אינטערנעץ באנוצער וואס גייט נישט אריבער א תקופה פון א שטארקער אנגעקלעבטקייט אין פארנאגראפיע (נישט איך - פארשטייטזעך...). ווי זענען די גרויסע אומגליקן וואס האבן געזאלט האבן געשען לכבוד פארנאגראפיא? ווי זענען די אלע 40 יעריגע בעלי בתים וואס גט'ן זיך און לאזן איבער די משפחות? ווי זענען די אלע 50 יעריגע בעלי בתים וואס האבן זיך אפגעשניטן די בארד און פיאות? פאקטיש האט זיך ביי די אלגעמיינע עולם געטוישט א פייג.
פאר די בחורים און קינדער וואס פארנאגראפיע קען אוודאי שאטן רעד איך נישט און פאר זיי 'עט קיין מערכה אין סיטיפילד נישט מונע זיין קיין אינטערנעץ און מניעת האינטערנעץ וועט נישט מונע זיין קיין פארנאגראפיע אזויווי די אלע פארגעלטע פלעיבאויס אין די לעכער פון די ווענט אין די אור אלטע ישיבות זענען מעיד.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 2:41 am
דורך אךשמח
דבילה, וועלקאם בעק!
שוין לאנג נישט געזען.
אין וואס ביסטו יא געווען אנגעקלעבט אז מען האט דיר נישט געזען דא די לעצטע פאר וואכן?
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 2:58 am
דורך דבילה
איי איי. מה נאמר ומה נדבר. די עיקר מיר זענען שוין צוריק.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:08 pm
דורך וויליאמסבורגער
אן דורעכליינען די גאנצע אשכול זעה איך נישט וויאזוי מקען בכלל האבן א צווייפל אין די פראבלעם פון אינטערנעט... איך אליין קען נעבעך 5 אינגעלייט וואס זענען אינגאנצן אפגעפארן וועגן זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין שמוץ אויף די אינטערנעט ל״ע.
אבער דאס יא אז מ׳קען האבן ווייט ליסט ווי איך האב און מ׳קען נאר צוקומען צו כשר׳ע מקומות ווי קאווע שטיבל וכו׳ איז עס א געוואלדיגע ברכה.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:11 pm
דורך שמואל הלוי
די פינף אינגעלייט און די אלע אנדערע וואס פאלן אריין אין שמוץ דורך אינטערנעט זענען שוין געווען פארדארבן און געהאט א נטי' לרע פון פריער, נאר די אינטערנעט איז געווען די סוף מעשה במחשבה תחילה.
סתם א איידעלער ערליכער אינגערמאן וואס ליגט נישט אין שמיץ און זוכט נישט קיין שמיץ ווערט נישט פארדארבן פון האבן אינטערנעט.
משל למה הדבר דומה, יעדער מענטש האט א אבר וואס אין איין רגע קען ער זינדיגן אויב ער וויל, זינדיגט דען יעדער? ניין!
דאס זעלבע לגבי אינטערנעט, יא מען קען זינדיגן מיט אינטערנעט, אבער דאס מיינט נישט אז ס'איז א כלל אז ווער ס'האט אינטערנעט ווערט פארדארבן.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 3:25 am
דורך טעלעפאן
שמואל הלוי האט געשריבן:די פינף אינגעלייט און די אלע אנדערע וואס פאלן אריין אין שמוץ דורך אינטערנעט זענען שוין געווען פארדארבן און געהאט א נטי' לרע פון פריער, נאר די אינטערנעט איז געווען די סוף מעשה במחשבה תחילה.
סתם א איידעלער ערליכער אינגערמאן וואס ליגט נישט אין שמיץ און זוכט נישט קיין שמיץ ווערט נישט פארדארבן פון האבן אינטערנעט.
משל למה הדבר דומה, יעדער מענטש האט א אבר וואס אין איין רגע קען ער זינדיגן אויב ער וויל, זינדיגט דען יעדער? ניין!
דאס זעלבע לגבי אינטערנעט, יא מען קען זינדיגן מיט אינטערנעט, אבער דאס מיינט נישט אז ס'איז א כלל אז ווער ס'האט אינטערנעט ווערט פארדארבן.
דארף מען בכלל נישט קיין פילטער??
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 9:46 am
דורך שמואל הלוי
ווער עס פילט אז ער ברויך האבן א פילטער מוז אוודאי לייגן, אבער איך קען אסאך אידן וואס האבן נישט קיין פילטער און ניטאמאל פאלט זיי ביי צו קריכן אויף שלעכטע פלעצער.
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 11:06 am
דורך לאדיך אפ
איך האב אזא חקירה: צו פאסט זיך "איכא דרכא אחרינא" אויף א פילטער? דאס הייסט, מ'זאגט פאר א מענטש, אז דו ניצט די אינטענעט אן א פילטער, איכא דרכא אחרינא, א פילטער, און דערפאר נקרא רשע. (מיין שאלה איז, ווייל פון די גמרא איז משמע אז איכא דרכא אחרינא איז געזאגט געווארן אויב מ'וועט 8זיכער* דורכפאלן, און נישט אויב *מ'קען* דורך פאלן.)
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 2:22 pm
דורך chasid
שמואל הלוי האט געשריבן:ווער עס פילט אז ער ברויך האבן א פילטער מוז אוודאי לייגן, אבער איך קען אסאך אידן וואס האבן נישט קיין פילטער און ניטאמאל פאלט זיי ביי צו קריכן אויף שלעכטע פלעצער.
ווי סאך?? איך קען נישט קיין איינס! (כ'מיין אז אונז זעמיר מחולק וואס ס'מיינט שלעכטע פלעצער, -ווי איינער האט מיר געזאגט אמאל אז אויף יוטוב איז נישט דא קיין עכטע שמוץ...)
Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 5:57 pm
דורך געפילטע פיש
לאדיך אפ האט געשריבן:איך האב אזא חקירה: צו פאסט זיך "איכא דרכא אחרינא" אויף א פילטער? דאס הייסט, מ'זאגט פאר א מענטש, אז דו ניצט די אינטענעט אן א פילטער, איכא דרכא אחרינא, א פילטער, און דערפאר נקרא רשע. (מיין שאלה איז, ווייל פון די גמרא איז משמע אז איכא דרכא אחרינא איז געזאגט געווארן אויב מ'וועט 8זיכער* דורכפאלן, און נישט אויב *מ'קען* דורך פאלן.)
לאמיר איבערגיין די גמרא און פארשטיין די סוגיא אביסל.
seferid_36078_page_112.pdf
די גמרא איז אין חזקת הבתים (בבא בתרא נז ע"ב): ועוצם עיניו מראות ברע, א"ר חייא בר אבא זה שאין מסתכל בנשים בשעה שעומדות על הכביסה, היכי דמי? אי דאיכא דרכא אחריתא רשע הוא ,אי דליכא דרכא אחריתא אנוס הוא, לעולם דליכא דרכא אחריתא ואפ"ה מיבעי ליה למינס נפשיה.
רש"י:
שאין מסתכל - כשהוא הולך על שפת הנהר:
היכי דמי - דמשתבח ביה קרא אם עוצם עיניו דמשמע שאם לא יעצים עיניו אינו לא צדיק ולא רשע:
אי דאיכא דרכא אחרינא - ואזיל בהך:
רשע הוא - ואף על פי שעוצם עיניו שלא היה לו לקרב אלא להרחיק מן העבירה דקיימא לן חולין (דף מד:) הרחק מן הכיעור:
אנוס הוא - אם מסתכל דרך הליכתו ואונס רחמנא פטריה ולמה מזקיקו הכתוב להעצים עיניו דמדמשתבח ביה קרא שמעינן דצריך לעצום עיניו:
למינס נפשיה - להטות עיניו לצד אחר והיינו דמשתבח ביה קרא דאי אניס נפשיה חסיד הוא:
קודם כל זאלסטו וויסן אז די אי איכא דרכא אחריתא ווערט נישט געפסקן'ט להלכה, די רמב"ם (הלכות איסורי ביאה כא) שרייבט: "וכן אסור לאדם להסתכל בנשים בשעה שהן עומדות על הכביסה" ער שרייבט אבער נישט אז מ'טאר נישט גיין אויף אזא גאס אפילו באיכא דרכא אחריתא.
וואס קען מען יא ארויס נעמען פון דעם גמרא, אז אי ליכא דרכא אחרינא דארף ער מעיקר הדין נישט אוועק קוקן און ער וועט נישט הייסן קיין רשע, טאמער קוקט ער יא אוועק, איז משמע פון רש"י ד"ה
היכי דמי הייסט ער א צדיק, און די פסוק וועט מעיד זיין אויף עם אז ועוצם עיניו מראות ברע, אבער קיין חיוב איז זיכער נישט דא.
יעצט לעניננו, לאמיר איינזעצען אז בנשים בשעה שעומדות על הכביסה מיינט שמוציגע וועבזייטלעך, זאגט די גמרא עוצם עיניו מראות ברע א"ר חייא בר אבא זה שאין מסתכל אין שמוץ אויפן אינטערנעט, פרעגט די גמרא היכי דמי? אי דאיכא דרכא אחריתא רשע הוא, טאמער קען ער גיין אויף א ריינעם וועבזייטל און באקומען די זעלבע אינפארמאציע דארט, רשע הוא, ,אי דליכא דרכא אחריתא אנוס הוא, טאמער איז דאס די איינציגע וועג אנצוקומען צו די אינפארמאציע איז ער דאך אן אונס, זאגט רש"י
אנוס הוא - אם מסתכל דרך הליכתו ואונס רחמנא פטריה ולמה מזקיקו הכתוב להעצים עיניו דמדמשתבח ביה קרא שמעינן דצריך לעצום עיניו, ענטפערט די גמרא לעולם דליכא דרכא אחריתא ואפ"ה מיבעי ליה למינס נפשיה אז טאמער האט מען נישט קיין ברירה איז נאך אלץ א שיינע זאך אוועקצוקוקן און ער וועט הייסן א צדיק טאמער קוקט ער אוועק.
איך מיין אז פשט איז אז איינער וואס אינסטולירט א פילטער זאגט אויף עם די פסוק ועוצם עיניו מראות ברע און רש"י רופט עם א צדיק, אבער קיין חיוב איז נישט דא, כנלענ"ד.