בלאט 1 פון 1

רעבעס, רעבעלעך און רעבעצינס - פון די 'מ' יארן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:48 pm
דורך באהעלפער
ס'האט מיר געכאפט א אלטע אויפשטויס גרעפס פון די 'מ' יארן, און כ'האב מיך דערמאנט אפאר אלטע פיגורן וואס מעגן דערמאנט ווערן.
לאמיר זען ווער ס'קען אויסלענגערן דעם ליסטע...

דער מאכעליסטער
דער סטאשעווער
דער ראצפערטער
דער גאלדנגעיטנער
דער קרעטשנעפער
שארמאשער רעבעצען
שפאטיווקער רעבעצען
לב טאוהערער
דער באניעלער
דער יארמער
דער מאנסיער
ר' מעכעלע
ר' זיידעלע
אוי מיין קאפ שווינדעלט מיר...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 11:13 pm
דורך שמעון וואלף
וואס זענען די קוואליפיקאציעס צו ווערן דערמאנט אין דעם אשכול?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 11:35 pm
דורך וואלווי
שמעון וואלף האט געשריבן:וואס זענען די קוואליפיקאציעס צו ווערן דערמאנט אין דעם אשכול?
"אן אלטע אויפשטויס פון א.... פון די מ' יארן.."

א גוטע קוואליפקאציע?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 11:37 pm
דורך Nanach
באהעלפער האט געשריבן:ס'האט מיר געכאפט א אלטע אויפשטויס גרעפס פון די 'מ' יארן, און כ'האב מיך דערמאנט אפאר אלטע פיגורן וואס מעגן דערמאנט ווערן.
לאמיר זען ווער ס'קען אויסלענגערן דעם ליסטע...

דער מאכעליסטער
דער סטאשעווער
דער ראצפערטער
דער גאלדנגעיטנער
דער קרעטשנעפער
שארמאשער רעבעצען
שפאטיווקער רעבעצען
לב טאוהערער
דער באניעלער
דער יארמער
דער מאנסיער
ר' מעכעלע
ר' זיידעלע
אוי מיין קאפ שווינדעלט מיר...
קום אריין קלארער פאר די אינגעלייט ווער יעדער איז
האלב דא האב איך נישט קיין אנונג...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 1:27 pm
דורך היסטאריע
אוי, דער גאלדענגעיטער.....

דער סטאשעווער דענק איך נישט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 4:46 pm
דורך באהעלפער
דער סטאשעווער איז גראדע יא געווען א תוכנ'דיגער צדיק, און א היבשער פועל ישועות, נאר ווען ער איז נתגלה געווארן און מ'האט אנגעהויבן לויפן צו עהם, איז ער קורץ דערנאך נסתלק געווארן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 5:17 pm
דורך שבת אחים
באהעלפער האט געשריבן:דער סטאשעווער איז גראדע יא געווען א תוכנ'דיגער צדיק, און א היבשער פועל ישועות, נאר ווען ער איז נתגלה געווארן און מ'האט אנגעהויבן לויפן צו עהם, איז ער קורץ דערנאך נסתלק געווארן.
דער סטאשעווער?

איך האב שיינע בילדער ווי דער סטאשעווער וואונטש מיר אן אלץ קינד. ער איז איינגעשטאנען א שטיקל צייט אין מיין פאטער הויז. איך געדענק נאך אלץ קליין קינד פלעגט מיין פאטער מיך נעמען צו אים אין די איסט-סייט. ער איז געוועהן א בן אחר בן פון רבי ר׳ אלימלך פון ליזענסק. ער האט געהייסן רבי אברהם יצחק ווייסבלום. ער האט פארלוירן זיין ווייב און קינדער ביי די קריג און קיינמאל נישט נאכאמהל חתונה געהאט און געהאט קינדער. ער איז געוועהן א גאון עולם, ער האט געקענט ש״ס אויפן לשון. נישט קיין חילוק וואו אין ש״ס האט ער דיר געקענט זאגן יעדער שטיקל גמרא און תוספות אפילו וויפל שורות פון אונטען אדער אויבן פון די עמוד. ער פלעגט זאגן ס׳שטייט אויף די און די בלאט און יענע אין יענע מסכת 8 שורות פון אויבן… מ׳האט אים געהאלטן פאר א פועל ישועות. רבי ברוך שווארץ, רבי הערשל וועבער (מיסד הצלה) און מיין פאטער מיט מיין פעטער האבן אים אריבערגעברענגט פון די איסט-סייט קיין וויליאמסבורג און זיי האבן אים געבויט א דירה און א ביהמ״ד אין וויליאמסבורג אויף דוויזשען עווניא וואו ער האט פאר יאהרן געפראוועט און אויפגענומען אידן. א אינטערסאנטע מענטש געוועהן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 5:31 pm
דורך שבת אחים
בילדבילד

בילד

בילד

בילד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 5:38 pm
דורך שמן למאור
ווער איז דאס אינגל אין די אינטערשטע בילד?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:15 pm
דורך שבת אחים
עצי שטים האט געשריבן:ווער איז דאס אינגל אין די אינטערשטע בילד?
די לעצטע בילד ווייס איך נישט. די בילד פון די ל”ג בעומר שיסער איז א זוהן פון רבי ברוך שווארץ (קליימער סטריט).
די אינגל אויפן ערשטע בילד איז אדער זעלפריינד, אדער גוביטש (זיי זענען קרובים, כ׳געדענק נישט צי ער הייסט גוביטש אדער זעלפריינד)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:34 pm
דורך שבת אחים
דער סטאשובער איז געוועהן די פיפטע דור פון די הייליגער רבי ר׳ אלימלך. סאיז כמעט נישט געוועהן קיין פיפטע דור פון רבי ר׳ אלימלך אין אונזערע צייטן לכאורה. רבי ר׳ אלימלך איז נאר געוועהן 27 יאהר יונגער ווי דער בעש״ט.
ער איז אוועק אפאר וואכן פאר מיין בר מצוה. מען האט געטראגן די ארון קיין ארץ ישראל. איך מיט מיין פאטער זענען דעמאלטס געפארן צו די לוי׳.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:51 pm
דורך Chasidishmashpia
דער סאאשעבער האט עפעס א ממשיך?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 7:38 pm
דורך שמן למאור
שבת אחים האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:ווער איז דאס אינגל אין די אינטערשטע בילד?
די לעצטע בילד ווייס איך נישט. די בילד פון די ל”ג בעומר שיסער איז א זוהן פון רבי ברוך שווארץ (קליימער סטריט).
די אינגל אויפן ערשטע בילד איז אדער זעלפריינד, אדער גוביטש (זיי זענען קרובים, כ׳געדענק נישט צי ער הייסט גוביטש אדער זעלפריינד)
און ווער איז דער בחור וואס שטעקט זיך אריין אונעם ערשטן בילד?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 7:52 pm
דורך מחצה''ק
ווער איז געווען דער גאלדנגעיטער?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 9:37 pm
דורך שבת אחים
עצי שטים האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:ווער איז דאס אינגל אין די אינטערשטע בילד?
די לעצטע בילד ווייס איך נישט. די בילד פון די ל”ג בעומר שיסער איז א זוהן פון רבי ברוך שווארץ (קליימער סטריט).
די אינגל אויפן ערשטע בילד איז אדער זעלפריינד, אדער גוביטש (זיי זענען קרובים, כ׳געדענק נישט צי ער הייסט גוביטש אדער זעלפריינד)
און ווער איז דער בחור וואס שטעקט זיך אריין אונעם ערשטן בילד?
ווייס איך נישט!

ק

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 9:43 pm
דורך שבת אחים
Chasidishmashpia האט געשריבן:דער סאאשעבער האט עפעס א ממשיך?

וואס ממשיך? נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. ער האט געוואוינט יאהרן אליינס אין די איסט סייט אין די פראדזעשעקטס אין עפעס א בנין ווי רוב איינוואוינער זענען געוועהן גוים. כמעט קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף אים. א טונקעלע שמוציגע דירה, ביז רבי ברוך שווארץ, מיין פאטער און אפאר אנדערע אידן האבן אים אנדעקט, און זיי האבן אים קעיר גענומען פון אים, ער איז געוועהן אזא הונדערט יאהר אלט ווען ער איז אוועק. נישט קיין אינגערמאן!

ער האט געהאט איין niece (זיין שוועסטערס קינד) וואס האט נישט געוואוינט דאהי אין ניו יארק, אבער זיי האבן אנגעהאלטן קשר. זי האט דאכצעך אויך נישט געהאט קיין קינדער, חוץ דעם האט ער נישט געהאט קיין שום קרובים. פאר די קריג האט ער געהאט א ווייב מיט קינדער, ער פלעגט רעדן פון זיי מיט טרערן אין די אויגן. דאכצעך ער איז עפעס געשעדיגט געווארן אין לאגער און נישט געקענט האבן קיין קינדער מעהר, עפעס אזוי… נישט זיכער פונקטליך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 11:24 pm
דורך באהעלפער
אוי דער הייליגער ראצפערטער, וויפיל סיפורי קודש מ'קען פארציילן וואס די יונגאטשעס האבן עהם נאר נישט אפגעטון. הזמן יכלה..