בלאט 1 פון 2

איז ח"כ ליבערמאן א רוצח ?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 9:24 am
דורך דאס איז נישט מיך
יעצט געזעהן אין אייוועלט
חרבונא האט געשריבן:חברה ס'דא פרישע נייעס, בעצם שוין געווען א חודש צוריק אבער איצטער שטארק אויפגעפלאקערט
ענדליך ענדליך קומען די מייז ארויס פון געהיים, ליבערמאן'ס געהילף דערציילט צענדליגער פשעים פון זיין ציגאנערישן הער ליבערמאן
צווישן זיי דערציילט דער אויבנדערמאנטער יוסי כמיסה אז ליבערמאן האט אים געשיקט הארגענען א פאליציי אפיציר פאר די פרייז פון הונדערט טויזנט דאלאר
"איך וועל זיכער מאכן אז נאך די בחירות גייסטו אין טורמע" שרייט כמיסה פול מיט ווייטאג.

אדערווייל האב איך נאר געזען די נייעס אין די חרדישער (שחרית JDN וכו' בחדרי נישט) אילה חסון האט שוין יא גערעדט דערפון מיט א חודש צוריק, אבער די פרייע מידיע האלט זיך נאך צוריק (עפעס איז אויך דא א קלאגע מיט זשורנאליסטן און די מידיע מיט ליבערמאן)

חברה ס'קומט עקשן: משה סעדה האט זיך גענומען זינגען אויפן פארקערטן זייט און ער באשילדיגט די אנקלאגער פון נתניהו מיט שרעקליכע זאכן
ניר חפץ איז ארויס קעגן די אנקלאגער
און יעצט יוסי כמיסה קעגן ליבערמאן, אויב דאס זאל זיך נאר אויסארבעטן גייט עס זיין א ביליאן פייגלעך אין איין שאס.

טראכטס נאר אז די תיקי נתניהו ווערן בטל און ליבערמאן מיט זיינע זעקס קאך בענקלעך (קרעדיט: מענדל אונגאר)

א נקמה אין די לינקע פארדארבענע כופרים, גענוג געווען מיט די כלאמפערישע שפילערייען, די קליינע קאפעלעך האבן נישט קיין מורא צו מסר'ן, זיי זענען דאך נישט צופיל בעסער.

ליבערמאן א רוצח????

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 11:21 am
דורך כלבאשבוע
רומערס פון ליבערמאנס קרימינאלע אקטיויטעטן גייט שוין אן יארן און סגייט גארנישט יעצט ווערן אנדערש, זיכער נישט ווילאנג ער איז פעסט אויפן פאליטישן בענקל

סאיז זעלטן ווען א אינוועסטיגעשאן זאל ווערן ערנסט אן דעם וואס סזאל ווערן געשטופט פון די הויכע פענסטער, מה דאך אין אמעריקא עאכ״ו אין מדינת ישראל (זעה מנאייכ פאר מער אינפארמאציע)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 3:13 pm
דורך berlbalaguleh
איין זאך איז זיכער: אביגדור/איווט ליברמן וועט האבן א מיאוס'ן סוף. אזוי ווי אלע אנדערע שונאי ישראל. ומשנאי ה'. ס'איז געווען איינער וואס איז אפילו נישט געווען קיין איד עפ"י הלכה. ער האט געהייסן רפאל איתן/רפול. ער איז געווען דער רמטכ"ל. און שפעטער איז ער אריין אין פאליטיק. ער איז געלאפן אויף א פלאטפארמע פון שנאה צו ערליכע אידן. און אקעגן די תורה. ער האט אפילו צוזאמגעשטעלט א קאאליציע/רעגירונג. נאר די רעגירונג האט נישט לאנג אנגעהאלטן. צוערשט האט ער געליטן א מיאוס'ע פאליטישע מפלה. נאכדעים האט ער געליטן א פיזישע מפלה. ער איז אומגעקומען מיט א מיתה משונה. (שר"י). ער איז געשטאנען ביים ביעטש. כ'מיין אין אשדוד. ווען ס'איז געקומען א גרויסע כוואליע און ס'האט איהם אריינגעשלעפט אין ים. מ'האט שפעטער געטראפן זיין פגר...כן יאבדו כל אויבך ה'.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 4:33 pm
דורך כלבאשבוע
ר׳ בערל, סאיז טאקע געווען א רומער אז רפול האט געשטאמט פון סתם אוקראיינישע פויערן אבער למעשה איז ער יא געווען מזרע ישראל

אלץ א זייטיגע נאטיץ, איז ער נישט געווען קיין גרויסער חכם אפילו ער איז געווען רמטכ״ל און זיין אומקום איז פאר א שטיק צייט געווען פארדעכטיגט אלץ סועסייד

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 5:18 pm
דורך berlbalaguleh
כלבא שבוע: ס'איז געווען אן ענליכער רומער אזוי ווי ביי אריק שרון. וואס זיין מאמע איז געווען א גוי'טע. און זי האט זיך נישט מגייר געווען. זיין טאטע האט געהייסן שיינרמן. וואס ער האט שפעטער געטוישט צו שרון. ער האט אבער געהאט אידיש הארץ. משא"כ רפול.

לגבי דעם רומער אז ס'איז געווען סואיסייד. דאס איז שנעל פעסטגעשטעלט געווארן אלס נישט ריכטיג. ווייל ס'זענען געווען אנדערע מענטשן דאמאלס אין די געגענט און זיי האבן געזעהן ווען די כוואליע איז געקומען...!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 1:51 am
דורך דאנקבאר
נישט נאר ליבערמאן ימ״ש, אלע ציונים זענען רוצחים.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 1:58 am
דורך מי ימצא
דאנקבאר האט געשריבן:נישט נאר ליבערמאן ימ״ש, אלע ציונים זענען רוצחים.
פארגעס נישט אז די ציונים זענען אידן, פון זעלבען פאלק פון ווי דו שטאמסט.
און ווען דו רעדסט אויף זיי, רעדסטו אויף דעם אויבערשטנס טייערע קינדער - און דעיס טוט וויי פאר אונזער טאטן!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 1:59 am
דורך מתבודד
דאנקבאר האט געשריבן:נישט נאר ליבערמאן ימ״ש, אלע ציונים זענען רוצחים.
פארוואס זאגסטו אזוי? דא אין שטיבל זענען דא אסאך ציונים און זיי זענען נישט קיין רוצחים!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:07 am
דורך מתבודד
מי ימצא האט געשריבן:
דאנקבאר האט געשריבן:נישט נאר ליבערמאן ימ״ש, אלע ציונים זענען רוצחים.
פארגעס נישט אז די ציונים זענען אידן, פון זעלבען פאלק פון ווי דו שטאמסט.
און ווען דו רעדסט אויף זיי, רעדסטו אויף דעם אויבערשטנס טייערע קינדער - און דעיס טוט וויי פאר אונזער טאטן!
פארגעס נישט אז דאנקבאר האט סאך מער סימפאטיע פאר אכמאדיזשינאד און די איראנער ווי פאר אונזער טאטנ'ס קינדער, מילא רעדסטו צום לאמפ.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:14 am
דורך דאנקבאר
מי ימצא האט געשריבן:
דאנקבאר האט געשריבן:נישט נאר ליבערמאן ימ״ש, אלע ציונים זענען רוצחים.
פארגעס נישט אז די ציונים זענען אידן, פון זעלבען פאלק פון ווי דו שטאמסט.
און ווען דו רעדסט אויף זיי, רעדסטו אויף דעם אויבערשטנס טייערע קינדער - און דעיס טוט וויי פאר אונזער טאטן!
די ציונים זענען יודן אפשטאמיגער, אבער אידן זענען זיי נישט. אידישקייט איז נאָר רעליגיע, און אויב א פרייער עדענטיפעצירט זיך אלס איד, זענען מיר פארפליכטעט אים צו פארדאמען!!!
דאס אז די ציונים טוען אלעס מיטן נאמען איד, טוען זיי פארשעמן כלל ישראל ר״ל

אונז אידן שעלטן די מינים ואפיקורסים ביי ולמלשינים, וויבאלד זיי האבן פיינט דעם אויבערשטן און אונזער תורה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:22 am
דורך מתבודד
דאנקבאר האט געשריבן:
מי ימצא האט געשריבן:
דאנקבאר האט געשריבן:נישט נאר ליבערמאן ימ״ש, אלע ציונים זענען רוצחים.
פארגעס נישט אז די ציונים זענען אידן, פון זעלבען פאלק פון ווי דו שטאמסט.
און ווען דו רעדסט אויף זיי, רעדסטו אויף דעם אויבערשטנס טייערע קינדער - און דעיס טוט וויי פאר אונזער טאטן!
די ציונים זענען יודן אפשטאמיגער, אבער אידן זענען זיי נישט. אידישקייט איז נאָר רעליגיע, און אויב א פרייער עדענטיפעצירט זיך אלס איד, זענען מיר פארפליכטעט אים צו פארדאמען!!!
דאס אז די ציונים טוען אלעס מיטן נאמען איד, טוען זיי פארשעמן כלל ישראל ר״ל
איך בין א ציוני

איך בין א פרייער

איך קוש נתניהו

איך לעק מיך צו בנט

איך גיי אין צה''ל

איך גיי יעדן טאג צום כותל

אני מדבר רק בעברית

איך בין א מזרחיסט

איך וואוין אין די שטחים

איך פייט מיט אראבער

איך בין א תלמיד פון הרה''ק הרב קוק זצ''ל

<<<

שריי מיר אן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:27 am
דורך דאנקבאר
דארפסט נישט אנקומען צו זיין א ציוני מיט טון די אלע זאכן, אז אין הארץ שטיצטו ציוניזום איז שוין גענוג ה"י.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:29 am
דורך מי ימצא
חשובע הרב דאנקבאר!
איך זעה אז דו ווייסט שוין דער אמת פונטקליך. אינטערעסאנט פארוואס רוב וועלט קען עס נישט טרעפן אזוי שנעל ווי דיר???

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:32 am
דורך דאנקבאר
מי ימצא האט געשריבן:חשובע הרב דאנקבאר!
איך זעה אז דו ווייסט שוין דער אמת פונטקליך. אינטערעסאנט פארוואס רוב וועלט קען עס נישט טרעפן אזוי שנעל ווי דיר???
האא? די ביסט דאך דער וואס פויקט ארום אז ניינציג פראצענט פון דער וועלט איז ראנג!! קוק דיך אין שפיגל…

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:39 am
דורך מתבודד
דאנקבאר האט געשריבן:
מי ימצא האט געשריבן:חשובע הרב דאנקבאר!
איך זעה אז דו ווייסט שוין דער אמת פונטקליך. אינטערעסאנט פארוואס רוב וועלט קען עס נישט טרעפן אזוי שנעל ווי דיר???
האא? די ביסט דאך דער וואס פויקט ארום אז ניינציג פראצענט פון דער וועלט איז ראנג!! קוק דיך אין שפיגל…
יא יא. די ניינציג פראצענט וואס זענען נאכנישט קיין ציונים און האבן נאכנישט ריכטיגע אהבת אר''י (aka סאטמער).
האסט פשוט נישט גוט פארשטאנען.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:47 am
דורך דאנקבאר
מתבודד האט געשריבן:

שיין זעט מען אויס מיט דיי אהבת ישראל.. אהבת הציונים ימ״ש און שנאת ישראל.
מתבודד, דו האסט נאך אסאך צו לערנען נאר אויב די ווילסט וויסן דעם אמת. דארפסט נישט אנקומען צו סאטמאר פיינט צו האבן די ציונים. איינפאך מיט א פאליטישע בליק, לערן היסטאריע, איבער וואס זיי באשטיין, און די צרות וואס ציוניזום ברענגט פאר כלל ישראל היינט צוטאגס. איך וועל אנהייבן שרייבן און קיינמאל נישט ענדיגן. קוק נאך די ביכער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:52 am
דורך מתבודד
בקיצור וואס זיי האבן געברענגט פאר אידן איז א מדינה ווי 2 מיליאן אידן קענען רואיג זיין ערליכע שתומ''צ ווי אויך באסעס בריקן כבישים ועוד וכו'
חוץ המעשה שטיצן זיי פילע מוסדות התורה מיט שווערע געלטער כידוע.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:58 am
דורך דאנקבאר
מתבודד האט געשריבן:בקיצור וואס זיי האבן געברענגט פאר אידן איז א מדינה ווי 2 מיליאן אידן קענען רואיג זיין ערליכע שתומ''צ ווי אויך באסעס בריקן כבישים ועוד וכו'
חוץ המעשה שטיצן זיי פילע מוסדות התורה מיט שווערע געלטער כידוע.
פארגעס נישט די 6 מיליאן אידן וואס די ציונים האבן געאורזאכט ביי די צווייטע וועלט מלחמה.
מדינת הציונות בירגער לעבן די לעצטע 70 יאר אין פחד מיט צרות אויף א טאג טעגליכע פארנעם, אריינגערעכנט טויזענטער טויטע (טויזענטער אפגעשמאדטע אויב ס׳מיינט עפעס פאר דיר ר״ל) ארץ ישראל איז די לעצטע 70 יאר די Capital פון שמד.
אידן אדער להבדיל ציונים לעבן די אלע יארן מיט מער ישוב הדת אין סיי וועלכע אנדערע לאנד.

אידישע קהילות האבן ב״ה געלט אן די ציונים ימ״ש. זייער געלטער זענען טמא, און אידן באקומען פונקט אזוי מיליאנען דאלארן אין אמעריקא.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 4:18 am
דורך berlbalaguleh
מתבודד האט געשריבן:
דאנקבאר האט געשריבן:נישט נאר ליבערמאן ימ״ש, אלע ציונים זענען רוצחים.
פארוואס זאגסטו אזוי? דא אין שטיבל זענען דא אסאך ציונים און זיי זענען נישט קיין רוצחים!
מתבודד: איך קען איינעם, (א ציוני). בערל בעל עגלה...לאל.

להבדיל פון די אלע שטותים. דער הייליגער קלויזנבורגער רב האט אמאל געזאגט (בדרך צחות). בן גוריון איז דען א ציוניסט? עך בין א ציוניסט! עך זאג 3 מאל א טאג ותחזינה עיננו בשובך לציון . ער זאגט נישט...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 1:56 pm
דורך מרדכי מרדכי
איך גלייב נישט אז עס איז אמת, ער איז קליגער ווי דעם עס איז דא גענוג אמת'ע זאכן.

נ.ב. אביגדור ליבערמאן איז נישט קיין חבר כנסת, ער איז די שר האוצר. פינאנץ מיניסטער בלע"ז

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 4:54 pm
דורך berlbalaguleh
מרדכי מרדכי: און אויך א חבר הכנסת...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 8:15 pm
דורך מרדכי מרדכי
berlbalaguleh האט געשריבן:מרדכי מרדכי: און אויך א חבר הכנסת...!
גראדע איז ער נאר א מיניסטער אין די גאווערמענט
ער האט זיך אפגעזאגט פון די כנסת כדי אריינציברענגן נאך א מיטגלעד פון די ישראל ביתנו פארטיי צום כנסת.
ער האט עס געטוהן דורכן אויסנוצן די געזעץ וואס ווערט גערופן "חוק נורבגי"

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 11:47 pm
דורך שמעון וואלף
מתבודד האט געשריבן:
דאנקבאר האט געשריבן:
מי ימצא האט געשריבן:
דאנקבאר האט געשריבן:נישט נאר ליבערמאן ימ״ש, אלע ציונים זענען רוצחים.
פארגעס נישט אז די ציונים זענען אידן, פון זעלבען פאלק פון ווי דו שטאמסט.
און ווען דו רעדסט אויף זיי, רעדסטו אויף דעם אויבערשטנס טייערע קינדער - און דעיס טוט וויי פאר אונזער טאטן!
די ציונים זענען יודן אפשטאמיגער, אבער אידן זענען זיי נישט. אידישקייט איז נאָר רעליגיע, און אויב א פרייער עדענטיפעצירט זיך אלס איד, זענען מיר פארפליכטעט אים צו פארדאמען!!!
דאס אז די ציונים טוען אלעס מיטן נאמען איד, טוען זיי פארשעמן כלל ישראל ר״ל
איך בין א ציוני

איך בין א פרייער

איך קוש נתניהו

איך לעק מיך צו בנט

איך גיי אין צה''ל

איך גיי יעדן טאג צום כותל

אני מדבר רק בעברית

איך בין א מזרחיסט

איך וואוין אין די שטחים

איך פייט מיט אראבער

איך בין א תלמיד פון הרה''ק הרב קוק זצ''ל

<<<

שריי מיר אן.
ווילאנג די לערנסט נישט דף היומי