בלאט 1 פון 1

קען מען אנקומען צום אמת?!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 12:30 pm
דורך מי ימצא
פון ווען איך האב חתונה געהאט צו מיין מאן א גרויסער פיליזאף, הערט נישט אויף צו קריכן מוריטשקעס אין מיין מח.
ער בטבע איז זייער א אמת'ע מענטש, און פארשט און זוכט ארום די אמת, פון ווען ער האט אנדעקט אז ער האט א מח צו טראכטן.

יעצט, בעצם וואס איז די פראבלעם? לכאורה קען מען עס אנקוקן ווי זייער א גוטע זאך. נאר אין מיינע פרויערישע אויגן קוק איך עס אן אזוי -
יעדע תקופה קומט ער אן צו נייע החלטות אז דעיס, באמת דאס איז דער אמת. אקעי, פיין זאל זיין אזוי. גייט אריבער א תקופה, ניין איך בין מודה איך האב געמאכט א מיסטעיק, און יענטס איז דער אמת. און אודך, און אזוי דרייט זיך מיט דעי רעדל, אזוי ווי יארן רוקן זיך אן, אן אונז צו פרעגן.

שוין, אז מען האט מיך אויסגעלערנט אז מען קען ניצן אליין די קעפעלע צו טראכטן, קען עס שוין טראכטן אויך אן וואס די סיסטעם זאל טראכטן פאר מיך.

למעשה נאכן זיך דרייען א וועלט און זעהן כל מיני מענטש'ן מיט אלע סארטן השקפות און מיינונגען, איז מיך געווארן מיין וואש מאשין פון געפילן און געדאנקען אויף זייער א הויעכע ספיד. יעדער טענה'ט אז זיי און באמת זיי זענען די ריכטיגע, און נאר פון זיי האט השם יתברך נחת. שרייען אנדערע האלט זיך נישט אזוי גרויס, ווייל דו ביסט נאך אונטן אין טאל, אונז זענען גליקלעך ווייל מיר זענען שוין געבוירן אויפן בארג. און אזוי טרייט יעדער צו אויפווייזן אז זיי זענען בחיר השם. אנדערע דארפן עס אפילו נישט אויפווייזן, ווייל אויב מיין מאמע האט מיך אזוי אויסגעלערנט - קען דען עפעס אנדערש זיין דער אמת?

שוין, לאמיר מאכן די לאנגע סטארי קורץ, האלט מיין מאן אז זיכער איז דא ערגעץ דעם אמת, און אפילו אויב ער ווייסט אז ער גייט עס נישט טרעפן, דארפן מען עס זוכן. ווייל נאר די עצם עס זוכן איז שוין א אמת'ע זאך.

אבער ביי מיך איז געווארן אזא מין אינטערעסאנטע זאך, אזוי ווי סאיז גוט. קענסט טוען וואס דו ווילסט, ווייל אמת'דיג איז נישטא א זאך ווי אמת אויף דעי וועלט, סיי ווי איז יעדער באליבט ביים אייבירשטן, קוק, געבטס א קוק און זעהטס ווי קאלארפול די וועלט איז, אויב וואלט געווען אזא זאך, אז דאס יא, פונקט אזוי וויל דער אייבישטער מען זאל זיין, וואלט מען עס נישט געוואוסט נאך א כמעט 6,000 יעריגע ראולער קאוסטער?

***

חצקעלע און בערעלע כאפן זיך אן די הענט,
אונז גייען אויספיגערן די וועלט.
מיר גייען עקספלאדירן און פארשן,
און זעהן וואס מיר טרעפן.
הייבן זיי אן צו גיין,
ווען פלוצלינג זייער פיס פארפלאנטערט אין א שטיין.
מען בייגט זיך אראפ, מען וויל עס באקוקן,
שטופט זיי איינער אוועק, דא איז נישט די פלאץ צו דורך שטופן.
נאר אן ארכילאג מעג עס זעהן,
שרייען די פראטעסטירער ענק וועלן שוין זעהן וואס עס גייט געשעהן.
פעטש הייבן אן פליען פון אלע זייטן,
לאמיר און א רואיג ווינקל זיך גיין באהאלטן.
א הארציגע געזאנג פון דערווייטענס זיי הערן,
וואס קען עס זיין, מיר מוזן געוואר ווערן.
קלאנגען פון חופה דאס מוז עס זיין,
אבער בערעלע וואו קען א ווייסע קלייד פארלוירן גיין?.
שטייען זיי די צוויי חתנים אויפן בימה הויעך,
חצקעלע וואס דא גייט פאר, גייט נישט אריין אין מיין מח.
כאפן זיי זיך שטערקער אן די הענט,
מיר וועלן פליען ביזן צווייטן עק וועלט.
אונז גייען קריכן און פארשן,
און רעספעקטירן וואס מיר טרעפן.
קומען זיי אן אין לופט פעלד,
מיר גייען צום דריטן בעלט.
צוטומעלט און דערשראקן שטייען זיי אליין,
אפשר פרעגן דירעקשענס וועט קלארער זיין.
א השומרים קארטל ווערט אריינגעפאשט אין בערעלעס הויזן טאש,
דערווייל וואס חצקעלע עפנט גוגל מעפס מיט א וויש וואש.
מיר דארפן כאפן די רכבת געבט ער א זאג,
אבער געוואלד, סאיז דאך אויף די רבנים'ס קלארע פארבאט.
די מאגן נעמט זיך ברומען,
מען דארף עס גיין שטילן.
אין רעסטוראנט טוען זיי זיך אראפזעצן,
און מיט די בעסטע הכשר זאל מען שוין דערלאנגען.
פארשטייטצעך ou איז מותר לכתחילה,
אבער נאר מיט פלייש פון א היימישע שחיטה.
נאכן ענדיגן דיסקוסירן וואס ברומו של עולם,
ווילן זיי הערן וואס זאגט צו דעם דער עולם.
גייען זיי אריין אין דעם דערנעבינדיגן שולכעל,
''זאג נאר '' הערן זיי ''ביסט זיכער אז יעצט איז טונקל?''
נעמט זיך זייער קאפ שווינדלען אויף אלע זייטן,
איך זאג דיר סאיז טאג, קוק ווי די שטראלן טוען זיך נאך באהאלטן.
פאר מעריב איך זיך א צענטער,
לאמיר כאפן א מנחה'לע, צוזינגט זיך יואלי ווי א רייסער.
חצקעלע און בערעלע שטעלן טריט צום נעקסטן ארט,
מיר גייען רעכטס גלייב מיר אויפן ווארט.
אבער צו נישטערן ווייטער,
דארף מען מאכן א לינקס א געדרייטער.
עס ארבעט נישט אזוי, שרייען צו זיי די פלאקאטן,
סאיז דא דעמאקראטן און רעפאבליקאנער אפמאכן וועלן נאר די פאליטיקאנטן.
וועלן מיר אריינגיין אינעווייניג געבן אונזער שטימע,
אפשר אזוי וועלן מיר זיין קילע.
''יהודי לא ציוני'' שרייט זיי אריין פעטער הערשעלע,
הייב דיך נישט אן מיט די גערע, נאר זיי א שעפעלע.
יענקל נעמט זיך שרייען ''בחירות פאר דעם גוי אליין'',
אבער אויב נעמט מען נישט איין נאך שטחים וועט שרעקעדיג זיין,
מישט יוחנן א אויפגעקלערטער אריין.
צובראכן און אנטוישט שטייען חצקעלע און בערעלע אליין,
און אזא צומישטע וועלט, וואו וועט אונזער פלאץ זיין?
רעספעקטירן יענעם איז געווען אונזער ציהל,
וועט מיך אבער מיין שכן פארשטיין אזויווי איך וויל?

***

מוז זיין אז ווען מען זאגט ''בשלוש עשרה מידות התורה נדרשת בהן'' : מיינט עס כפשוטו.
און ווען גאט זאגט ''ובחרת בחיים'' איז עס באמת זיי בוחר, נאר איך בעט ענק קינדערליך, זייטס בוחר אין חיים, וועלכע חיים? דאס איז שוין ענקער בחירה.

דעם אמת וועלן מיר טרעפן ווען איז וועלן באגעגענען גאט אליין.
וואס טראכט איר טייערע קאווע שטיבל ברודער און שוועסטער, קען מען אנקומען צום אמת אויך אויף דעי וועלט???

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 12:47 pm
דורך שמן למאור
זייער שיין באשריבן!
צו קען מען ממש ציקומען צום אמת? ווער קען דען וויסן.. אבער פראבירן זאל מען כאטש..

Re: קען מען אנקומען צום אמת?!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 2:07 pm
דורך צוזאמגעדרייט
ניין! די וועלט איז עולם השקר.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 4:13 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
ביטע פארשטיי אים, ס׳איז זייער שווער פאר א בר שכל צו לעבן אויף די וועלט אָן עס צו ניצן. און צו וואס ניצט מען שכל? ׳שכל׳ איז אזא עקסטענשן פון די ׳אויגן׳, דארט ווי די זעי-קראפט ענדיגט זיך נעמט שכל איבער.

יעצט קענסט זאגן פאר א מענטש מיט א געזונטע פאָר אויגן, אינמיטן גאס; פארמאך דיין אויגן און וואק ווייטער? ניין. יעצט וויזוי קעמען זאגן פאר א מענטש מיט געזונטע שכל; פארקנאק דיין שכל און גיי אָן ווייטער מיט דיין לעבן???

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 9:08 pm
דורך חדשים
קודם זיי מסביר וואס עס מיינט אמת. נאכדעם קען מען שמועסן אויב מען קען אנקומען דארט, אדער אויב עס איז דא אדער נישט.

וואס האלטסטו אז עס איז און וואס האלט דיין מאן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 12:43 am
דורך חמול על מעשיך
א יעדע זאך וואס איז באשאפן געווארן אויף דער וועלט האט אין זיך א נקודה של אמת ווייל וויבאלד דער באשעפער האט דאס געמאכט איז עס אמת...

נאר וויבאל דער באשעפער האט עס מצמצם גווען אין אריינגעלייגט אין עולם השקר איז עס ארום גענעמן מיט שקר אבער ווען א מענטש זוכט די אמת טרעפט ער אין יעדע זאך די חלק אלוקי ממעל...

די שאלה איז נאר צו וועלכע אמת זאל איך מיך מקשר זיין?

דא דארף יעדער אויסגעפונען וואס זייין שורש נשמה איז, אין דאס איז שווער פאר איינער וואס ווייסט נישט ווער ער איז אין ווי ער וועט קענען העכער ווערן אין אנקומען צו זו זיך, צו זיין אמת...

מדארף שטארק אריינגיין אין די אייגנע נפש סיי אין די נפש גשמי אין סיי אין די נפש רוחני צו וויסן ווער מ’איז אליין אין וויסן וואס מ’זוכט טאקע...

פאר איינעם איז די ווארקע מהלך גוט אין איינעם די ברסלב’ע איינער א מער פוילישע אדער גאלציאנער מהלך אין איינער קען נאר מוט די אנגערישער ברייטקייט צו גאר די חב”ד’סקע אפענקייט איינער דארף קבלה אין איינעם אז חסידות שוין צו טיף...

סאיז טאקע שווער אין אין טיף אין אסאך מאל וויטאגליך זיך אליין צו פעיסען אבער ווען מען טרעפט זיך דארט לעבן מען אן אמת’ע לעבן!!!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 9:22 am
דורך מי אני
די שאלה דא איז סיי א מעטאפיזישע און סיי אן עפּיסטעמאלאגישע. מיינענדיג:

1). מעטאפיזיש - עקזיסטירט באמת(...) אן ענדגילטיגער "אמת"?

ואת"ל אז יא,
2). עפּיסטעמאלאגיש - איז שייך פאר'ן מענטש אָנצוקומען דערצו (אדער אפילו נאנט) דאס צו וויסן?
(ואפילו אויפ'ן סמך אז שאלה 1 איז "ניין", איז אפשר נאך אלס שייך די צווייטע שאלה צו ווי ווייט מ'קען גרייכן אויף די approximations וכו' פון די אידעאלן וכדומה.)

אין עטליכע פלעצער דא אין קאווע שטיבל האב איך דערמאנט די מבוכה בפילאזאפיע/עפּיסטעמאלאגיע איבער מגדיר זיין וואס פונקטליך מיינט "אמת" (בעיקר אין די קאנטעקסט פון די קאָרעספּאנדענס טעאריע און די קאָהערענס טעאריע דערין; עס זענען דא נאך). ווי איך האב דערמאנט, האב איך סאָבּמיטעד צוויי ארטיקלען צום וועקער וואס רעדן ארום איבער די געדאנק פון הגדרת המושג של "אמת".

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 10:57 pm
דורך בת קול
איך זעה נישט פארוואס דו דארפסט נאך טאנצן זיין אמת.
דו האסט נישט דיין אייגענע שאלות, ספיקות און אפיניענס?
דיין החלטה דארף בכלל נישט זיין די זעלבע ווי זיינס.

אויך פארשטיי אויך נישט פארוואס ער זיכט דיר צו איבער רעדן מיט זיין אמת.
יעדער בעל דעת פארשטייט אז אנדערע מענטשן האבן אנדערע מיינונגען, לויט זייער פערזענליכע איבערלעבענישן:

וואס גייט אים אן וואס דו גלייבסט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:30 am
דורך מי ימצא
חדשים האט געשריבן:קודם זיי מסביר וואס עס מיינט אמת. נאכדעם קען מען שמועסן אויב מען קען אנקומען דארט, אדער אויב עס איז דא אדער נישט.

וואס האלטסטו אז עס איז און וואס האלט דיין מאן.
בת קול האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס דו דארפסט נאך טאנצן זיין אמת.
דו האסט נישט דיין אייגענע שאלות, ספיקות און אפיניענס?
דיין החלטה דארף בכלל נישט זיין די זעלבע ווי זיינס.

אויך פארשטיי אויך נישט פארוואס ער זיכט דיר צו איבער רעדן מיט זיין אמת.
יעדער בעל דעת פארשטייט אז אנדערע מענטשן האבן אנדערע מיינונגען, לויט זייער פערזענליכע איבערלעבענישן:

וואס גייט אים אן וואס דו גלייבסט?
איך זעה איך האב מיך נישט ריכטיג ארויסגעברענגט, וועל איך עס נאכאמאל מסביר זיין. און אויב איינער איז אינטערעסירט מיך צו העלפן עליך זייער עפרישיעיטן.

די מעשה גייט אזוי - איך קום פון א שטוב וואס מען האט נישט געלאזט ניצן די קאפ. פארן זיין נייגעריג האט מען נישט געענטפערט כדי צו לערנען א לעסאן נישט צו פרעגן קיין קשיות. נאר זיי א שעפעלע, פאלג וואס מען זאגט דיך. מאך צו דיין אויגן, מויל, און קאפ.
שוין, דארף מען א שידוך טאהן, האט מיין טאטע פארשטייט זיך געזוכט די גרעסטע תלמיד חכם, שוין ב''ה סאיז אים געלונגען. אבער וואס ער האט נישט גענומען אין חשבון אז איינער וואס קען לערנען, קען האבן א גוטע קאפ פאר נאך זאכן, און א גוטע קאפ, קען אויך ניצן אליינס די קאפ צו טראכטן. פיין אין מזל'דיגע שעה האט מען חתונה געהאט, איינמאל מען איז ארויס פון אונטער די עלטערענ'ס קאנטראל, האט מען אנגעפאנגען צו באמערקן און אויפכאפן פיל מיט שקרים וואס אונזער חינוך האט אונז פארקויפט.
און דא האט זיך די ראולער קאוסטער אנגעפאנגען. מיין מאן איז זייער א מיושב'דיגע מענטש, און זייער א אמת'ע מענטש, סוי מען גייט נישט טוישן קיין זאכן ווייל סשמעקט מיך, נאר ווייל אזוי איז ריכטיג.
איין משל, גראד נאך די חתונה האב איך אים געזאגט אז סגייט מיך זיין זייער שווער די זיך שערן, סוי איך וויל הערן וואס ער האלט, ווייל איך האלט נישט ביים עס טאהן. געענטפערט האט ער מיך אזוי - טוה וואס דו ווילסט. און ער האט עס געזאגט מיט א אמת'דיקייט, ווייל ער האט געפילט ווי קען א עדאלט זאגן פאר א צווייטע עדאלט וואס צו טאהן. למעשה נאך א האלבע יאר זיך נישט שערן, האט מיך איין טאג אנגעכאפט א מין שרעק, גיי ווייס צו איך טוה ריכטיג? שוין געכאפט די שער מאשין און אוועקגעווארפן די שיינע הערעלעך. אויף מיין מאנס וואונדער וואס דא גייט פאר, האב איך אים פארציילט מיינע צופייפלענישן. האט ער מיך געזאגט, דו קענסט באמת טאהן וואס דו ווילסט, אבער אויב דו ווילסט קען איך עס נאכקוקן און נאכפארשן די גאנצע היסטאריע. דריי יאר האט אים גענומען, ביז ער איז אנגעקומען צו א זיכערע זאך אז די עצם שערן איז א פראבלעם. וואס האט ער מיך געזאגט - קענסט ווייטער טוען וואס דו ווילסט, אבער ווייס אז אויב דו גייסט וועלן זיך צו שערן טוסטו עס נאר פאר פעיר פרעשור, און נישט ווייל מען דארף.

יעצט דעיס איז נאר איין מעשה. אזוי גייט עס שוין אן פון אונזער חתונה, יעדע זאך וואס ער טרעפט ליגענטס און די חינוך וואס אונז האבן באקומען, און ער האט עס דורך געטאהן טוישט ער. אבער נישט פאר ער לייגט מיך אראפ אלע צדדים און מיט א אויספיהר יעדע איינציגסטע מאל, דו טוה ווי אזוי דו פארשטייסט אז סאיז ריכטיג, און מיך לאז טוהן אזוי ווי איך פארשטיי.

יעצט למעשה אין מיין קאפ, קען זיין איך בין נישט ריכטיג, אבער איך פיל אז קינדער דארפן אויפוואקסן אין א שטוב וואס די עלטערן זענען אויף איין פעידש. ענדערש לאמיר זיך אויס'טענה'ן דריי נעכט, אבער אנקומען צו די זעלבע אויספיהר.

יעצט מיין מאן זוכט נאך אלס די אמת, און ער איז שוין איבערצייגט אז אין אנזער סיסטעם גייט ער עס נישט טרעפן. וואו יא העלין מיר אויסגעפונען מיט די יארן. און אויב סוועט זיין ביי נישט קיין חילוק ווי, וויל איך מיט מיין אייגענע בחירה אים נאכגיין, נישט ווייל ער הייסט מיך, נאר ווייל איך דארף די מאן וואס זאל האבן די לעצטע ווארט. למעשה איז ער סאך קלוגער ווי מיך און איז אויך א געוואלדיגע ידען, סוי ער מיט זיין אינפארמעישען קען אנקומען סך ווייטער ווי איך קען.

די פלאץ וואו איך בין געווארן סטאק איז ביי די פלעצער וואס סהאט נישט מיט די שטוב נאר מיט די פירסענאל לייף. למעשה זעה איך ווי ער געבט אוועק אזוי פיל צייט מיט איין זאך - זוכן דעם אמת. און ביי מיך אין קאפ האב איך אנגעפאנגען צו טראכטן, ווער זאגט ער גייט עס אמאל טרעפן? ווער זאגט אז מען קען עס טרעפן? אפשר קען איך טוען וואס איך וויל, ווייל היינט וועט עס זיין דעי אמת, און מארגן וועט עס זיין יענעם'ס אמת. די אייבישטער דארף דוקא איך זאל מיך אויסוועלן א וועג אין לעבן? טוה וואס דו האלסט פאר ריכטיג און שלום על ישראל. סייווי איז יעדער באליבט ביים אייבירשטען , סגייט אים אן צו איך בין היינט א סאטמערע מארגן א ציוני איבערמארגן א העלבראנץ, און נאכדעם א רעפארמער? אידער וועי וועל איך זיין אנגענומען ביים אייבירשטן. נישט אזוי?

סוי וויל איך פרעגן נאכאמאל טייערע קאווע שטיבל ברודער און שוועסטער, ''קען מען אנקומען צום אמת? איז דא אזא מציאות און דער עולם השקר? אדער מען קען זאגן שלום עלי נפשי?''

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:00 am
דורך טאמבל סאס
קודם, ס'קען זיין און ס'איז מסתבר אז מען וועט קיינמאל נישט אנקומען צום גאנצן אמת אבער דאס אז מען רוקט זיך וואס אמאל נענטער דערצו, אויב זוכט מען עס, איז יא וואר!

נאכדעם, אמת גאט זוכט נישט דוקא איר זאלט זיך אויסוועלן איין ספעציפישע, געוויסע וועג אין לעבן אבער וואס ער וויל יא איז: איר זאלט נישט לעבן אזא לעבנסשטייגער וואס איר ווייסט איז שקר. אזא לעבנסשטייגער וואס אייערע בלויזע מיטגלידערשאפט העלפט דער לעבנסשטייגער אנגיין, אבער היות איר בענעפעטירט דערפון, בגשמיות, איגנארירט איר דעם ידיעה און זענט ממשיך דאס צו לעבן. איך מיין, אז דאס האט גאט נישט ליב. אמת, יעדע לעבנסשטייגער האט זיך זיינע פראבלעמען און שקרים אבער אונזער סיסטעם איז גענוג קליינטשיק און שוואך, האלט זיך בלויז אויף די מיטגלידערשאפט פון רעלאטיוולי ווייניג מענטשן און אירע פראבלעמען זענען פאר אונז גוט באקאנט, אז אפילו אלס יחידים קענען מיר, מיט אפילו ווייניג טשעינדזש אין פרעסאנעל לייף, אסאך טוישן ארום און ארום...והבן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 12:29 pm
דורך סאנטיאגא
@מי ימצא Wow שכח פארן (once again) מיטיילן מיט אונז דיינע טאלאנטן פון א פרוי פערספעקטיוו, א זאך וואס ווערט כמעט פארוואסערט אין שטיבל און איי וויש מ'וואלט געהערט פון ענקער זייט מער דא.

לאמיר דיר עפעס זאגן: נישט נאר ס'איז א גוטע זאך נאר ס'איז א געזונטע זאך, און א באדערפעניש! פונקט ווי עראביק עקסערסייז! און לאז נישט קיינעם דיר איינרעדן אז צופיל טראכטן טויג נישט! מיר וואקסן אויף אין סעקטעס וואס נישט נאר מ'לערנט אונז נישט אויס וויאזוי צו נוצן די קאפ, נאר עס ווערט נאך פאראסטעט מיט פילע נארישקייטן וואס איז א ריזיגע שאד. יעצט דאס אז ער האט א קריזיס אז יעדע שני וחמישי טוישט ער זיין מיינד, דאס איז די נאטירליכסטע זאך אויב איז ער - ווי אזויפיל אנדערע - נישט ערמוטיגט געווארן צו טראכטן קריטיש זיין גאנצן לעבן.. ס'איז אזוי ווי פארן בויען א הויז אדער חתונה מאכן, יעדע וואך טוישט מען די פלענער ווי די גאסט צימער גייט זיין, וועלכע קאלעך מ'גייט אויסוועלן, און וועלכע גאאון גייט זיין די ענדגילטיגע געווינער, ווייל ס'איז א הויעכפונקט אין לעבן וואס קומט נישט אונטער יעדן טאג און מ'וויל ס'זאל זיין דאס בעסטע. דעי ערשטע תקופה ווען מ'לאזט די מוח ארויס שווימען אין אביסל טיפערע וואסערן פילט זיך ווי אזא הויעכפונקט, בפרט אויב איינער, ווי יעדער ארום זיך האט נישט געטראכט פאר יארן און איז געווען אבליוויעס ווי מ'זאגט אויף אידיש. און ס'איז אקעי צו פילן דיזי. וועסט עס איבערלעבן.. מיט די נויטיגע געצייג צו די האנט.

איין זאך וואס איז זיכער נישט אמת איז די 6000 יעריגע ראולער קאוסטער... און אז דו פרעגסט מיך, פאר דו אדער ער ווילן אנקומען צו אמת how about סעט א קלענערע גאול; הייבטס אן מיט וואס איז זיכער שקר, אזוי האסטו זיכער מער טשאנסן אויף דיין זייט...

יעצט, ס'איז דא 3 סארטן אמת געהערט פון א חשובע מרביץ סייענס, אסטראפיזיקס, והמסתעף מורי ורבי ניעל דעגרעס טייסן: 1) א פערזענליכע אמת 2) אן אביעקטיווע אמת 3) און א פאליטישע אמת

•א פערזענליכע אמת איז סיי וועלכע זאך וואס דו פערזענליך גלייבסט איז אמת, אדער ווילסט גלייבן איז אמת. פאר א מוסלים איז עס אז מוחאמאד איז געפלויגן אין הימל מיט א פערד, פארן קריסט איז עס אז דזשיזעס האט געוואקט אויף וואסער און אויפגעשטאנען תחיית המתים קורץ נאכן געהאנגען ווערן פאר די וועלטס זינד, און פאר אידן איז עס אונזערע אמונה פשוטות.

•אן אביעקטיוו אמת איז אמת אפגעזעהן צו דו האלסט אז ס'איז אמת אדער נישט. קלימאט טויש איז אמת אפגעזעהן וואס דו האלסט דערוועגן! ס'איז backed by scientific evidence

און דאס איז די דיפערענץ, א פערזענליכע אמת איז באזירט אויף אמונה/faith און אביעקטיווע אמת איז באזירט אויף באווייז

•און צום לעצט די פאליטישע אמת - וואס דו האסט אביסל אנגערירט אין דיין געדיכט - איז א זאך וואס מ'זאגט און מ'זאגט גענוג לאנג ביז ס'ווערט אמת. למשל איך ווייס, אז די רעגירונג גייט איינשפארן עלטערן וואס געבן נישט פאר זייערע קינדער א לימודי חול לויט די געזעצליכע פארשריפטן.
https://twitter.com/neiltyson/status/98 ... XRNhA&s=19

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 12:57 pm
דורך סאנטיאגא
בת קול האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס דו דארפסט נאך טאנצן זיין אמת.
דו האסט נישט דיין אייגענע שאלות, ספיקות און אפיניענס?
דיין החלטה דארף בכלל נישט זיין די זעלבע ווי זיינס.

אויך פארשטיי אויך נישט פארוואס ער זיכט דיר צו איבער רעדן מיט זיין אמת.
יעדער בעל דעת פארשטייט אז אנדערע מענטשן האבן אנדערע מיינונגען, לויט זייער פערזענליכע איבערלעבענישן:

וואס גייט אים אן וואס דו גלייבסט?
יא און ניין, די ארטיקל אין וועקער וועגן מיין מאן אן אפיקורס איז א גוטע עקזעמפל ווי ס'קען שטערן די שלום בית. דאס מיינט אוודאי נישט אז מ'טאר נישט האבן חילוקי דעות ווי א קולט, אבער צומאל קען זיין קאנפליקטן וואס מעניפעסטן זיך אויב מ'קען נישט זעהן eye to eye

אבער דאס איז מער די קעיס מסתם ווען נאר איינער טראכט. דא האנדלט מען פון צוויי ברייטע טראכטערס..

ווי ס'קראכט עכט אויס איז ביי רעליגיעזע מיינונגס-פארשידנהייטן מער ווי קולטור, ברסלב ווס. וויזניץ בני ברק. למשל איך פארשטיי זייער גוט פארוואס אן אטעאיסט זאל זיך פילן אומבאקוועם צו שלאפן מיט א קריסט, אסאך טוען עס, אבער נישט יעדער קען לאזן רעליגיע אין קלויסטער, ס'ווענדט זיך צו מ'איז א ליטערליסט צו נישט, אזוי ווי אונזערע קרייזן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 4:30 pm
דורך חדשים
מי ימצא האט געשריבן:איך זעה איך האב מיך נישט ריכטיג ארויסגעברענגט, וועל איך עס נאכאמאל מסביר זיין. און אויב איינער איז אינטערעסירט מיך צו העלפן עליך זייער עפרישיעיטן.

די מעשה גייט אזוי - איך קום פון א שטוב וואס מען האט נישט געלאזט ניצן די קאפ. פארן זיין נייגעריג האט מען נישט געענטפערט כדי צו לערנען א לעסאן נישט צו פרעגן קיין קשיות. נאר זיי א שעפעלע, פאלג וואס מען זאגט דיך. מאך צו דיין אויגן, מויל, און קאפ.
דאס איז די פערפעקט אינגרידיענס צו דעוועלאפען dependency.
שוין, דארף מען א שידוך טאהן, האט מיין טאטע פארשטייט זיך געזוכט די גרעסטע תלמיד חכם, שוין ב''ה סאיז אים געלונגען. אבער וואס ער האט נישט גענומען אין חשבון אז איינער וואס קען לערנען, קען האבן א גוטע קאפ פאר נאך זאכן, און א גוטע קאפ, קען אויך ניצן אליינס די קאפ צו טראכטן. פיין אין מזל'דיגע שעה האט מען חתונה געהאט, איינמאל מען איז ארויס פון אונטער די עלטערענ'ס קאנטראל, האט מען אנגעפאנגען צו באמערקן און אויפכאפן פיל מיט שקרים וואס אונזער חינוך האט אונז פארקויפט.
זייער געזונט, איינס פון די סטעפס זיך ארויסצוזען פון דעפענדענסי איז דורך זיך אליינס באקענען. וויסן וואס מ’וויל אליינס.
און דא האט זיך די ראולער קאוסטער אנגעפאנגען. מיין מאן איז זייער א מיושב'דיגע מענטש, און זייער א אמת'ע מענטש, סוי מען גייט נישט טוישן קיין זאכן ווייל סשמעקט מיך, נאר ווייל אזוי איז ריכטיג.
איין משל, גראד נאך די חתונה האב איך אים געזאגט אז סגייט מיך זיין זייער שווער די זיך שערן, סוי איך וויל הערן וואס ער האלט, ווייל איך האלט נישט ביים עס טאהן. געענטפערט האט ער מיך אזוי - טוה וואס דו ווילסט. און ער האט עס געזאגט מיט א אמת'דיקייט, ווייל ער האט געפילט ווי קען א עדאלט זאגן פאר א צווייטע עדאלט וואס צו טאהן. למעשה נאך א האלבע יאר זיך נישט שערן, האט מיך איין טאג אנגעכאפט א מין שרעק, גיי ווייס צו איך טוה ריכטיג? שוין געכאפט די שער מאשין און אוועקגעווארפן די שיינע הערעלעך. אויף מיין מאנס וואונדער וואס דא גייט פאר, האב איך אים פארציילט מיינע צופייפלענישן. האט ער מיך געזאגט, דו קענסט באמת טאהן וואס דו ווילסט, אבער אויב דו ווילסט קען איך עס נאכקוקן און נאכפארשן די גאנצע היסטאריע. דריי יאר האט אים גענומען, ביז ער איז אנגעקומען צו א זיכערע זאך אז די עצם שערן איז א פראבלעם. וואס האט ער מיך געזאגט - קענסט ווייטער טוען וואס דו ווילסט, אבער ווייס אז אויב דו גייסט וועלן זיך צו שערן טוסטו עס נאר פאר פעיר פרעשור, און נישט ווייל מען דארף.
זייער געזונט, זיך קענען אליינס ליב האבן און נישט טון וואס יענער האט ליב, איז נאך א סטעפ ארויס.
יעצט דעיס איז נאר איין מעשה. אזוי גייט עס שוין אן פון אונזער חתונה, יעדע זאך וואס ער טרעפט ליגענטס און די חינוך וואס אונז האבן באקומען, און ער האט עס דורך געטאהן טוישט ער. אבער נישט פאר ער לייגט מיך אראפ אלע צדדים און מיט א אויספיהר יעדע איינציגסטע מאל, דו טוה ווי אזוי דו פארשטייסט אז סאיז ריכטיג, און מיך לאז טוהן אזוי ווי איך פארשטיי.

יעצט למעשה אין מיין קאפ, קען זיין איך בין נישט ריכטיג, אבער איך פיל אז קינדער דארפן אויפוואקסן אין א שטוב וואס די עלטערן זענען אויף איין פעידש. ענדערש לאמיר זיך אויס'טענה'ן דריי נעכט, אבער אנקומען צו די זעלבע אויספיהר.

יעצט מיין מאן זוכט נאך אלס די אמת, און ער איז שוין איבערצייגט אז אין אנזער סיסטעם גייט ער עס נישט טרעפן. וואו יא העלין מיר אויסגעפונען מיט די יארן. און אויב סוועט זיין ביי נישט קיין חילוק ווי, וויל איך מיט מיין אייגענע בחירה אים נאכגיין, נישט ווייל ער הייסט מיך, נאר ווייל איך דארף די מאן וואס זאל האבן די לעצטע ווארט. למעשה איז ער סאך קלוגער ווי מיך און איז אויך א געוואלדיגע ידען, סוי ער מיט זיין אינפארמעישען קען אנקומען סך ווייטער ווי איך קען.
שמעקט דאס נישט צוריק פון דעפענדענסי, וואס דו טרייסט אויסצורייסן?

די פלאץ וואו איך בין געווארן סטאק איז ביי די פלעצער וואס סהאט נישט מיט די שטוב נאר מיט די פירסענאל לייף. למעשה זעה איך ווי ער געבט אוועק אזוי פיל צייט מיט איין זאך - זוכן דעם אמת. און ביי מיך אין קאפ האב איך אנגעפאנגען צו טראכטן, ווער זאגט ער גייט עס אמאל טרעפן? ווער זאגט אז מען קען עס טרעפן? אפשר קען איך טוען וואס איך וויל, ווייל היינט וועט עס זיין דעי אמת, און מארגן וועט עס זיין יענעם'ס אמת. די אייבישטער דארף דוקא איך זאל מיך אויסוועלן א וועג אין לעבן? טוה וואס דו האלסט פאר ריכטיג און שלום על ישראל. סייווי איז יעדער באליבט ביים אייבירשטען , סגייט אים אן צו איך בין היינט א סאטמערע מארגן א ציוני איבערמארגן א העלבראנץ, און נאכדעם א רעפארמער? אידער וועי וועל איך זיין אנגענומען ביים אייבירשטן. נישט אזוי?
דא קריכסטו ווייטער אריין אין דיין דעפענדענסי. דו זוכסט די אמת ווייל דו ווילסט געפעלן ביים אייבירשטען. און אויב דו האסט שוין אפגעמאכט (מאיזה סיבה שהוא) אז גאט האט יעדן ליב. דאס מיינט אז דו באקומסט שוין דיין געגארטן ליבשאפט עניוועי, דארפסטו שוין נישט זוכן די אמת.

סוי וויל איך פרעגן נאכאמאל טייערע קאווע שטיבל ברודער און שוועסטער, ''קען מען אנקומען צום אמת? איז דא אזא מציאות און דער עולם השקר? אדער מען קען זאגן שלום עלי נפשי?''
אויב דו האסט שוין אפגעמאכט אז דער באשעפער האט יעדן ליב. וואס איז א חילוק וואס די טייערע קאווע שטיבל ברודער און שוועסטער האלטן? דו ביזט אליינס, אינדעפענדענט, און דו טו וואס דו האלסט איז ריכטיג מיט אסאך מזל וברכה.

Re: קען מען אנקומען צום אמת?!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 4:51 pm
דורך צוזאמגעדרייט
@מי ימצא וואס פאלט דיר ביי אז גאט האט יעדעם ליב?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:56 pm
דורך מי ימצא
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:@מי ימצא וואס פאלט דיר ביי אז גאט האט יעדעם ליב?
פארוואס נישט? טראכסט אז א קריעירער טוט א זאך וואס ער וויל נישט? גאט האט געמאלעוועט זיין הערליכע וועלט פונקט אזוי ווי ער האט געוואלט.

פונקט ווי א טאטע האט ליב אלע זיינע קינדער, נישט קיין חילוק וואס זיי טוען. אוודאי וועט אלעמאל זיין די קינד וואס וועט מאכן מער נחת ווי די אנדערע. סוי דא איז די זעלבע זאך, איך וויל פארשטיין ווער גיבט די מערסטע נחת רוח פארן אייבירשטן? אדער אפשר איז ביים אייבירשטן נישטא אזא זאך, נאר כרגע דו ביסט אין גאטס וועלט ביסטו אקעי וואס דו טוסט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 8:02 pm
דורך [NAMELESS]
מי ימצא האט געשריבן:
סוי וויל איך פרעגן נאכאמאל טייערע קאווע שטיבל ברודער און שוועסטער, ''קען מען אנקומען צום אמת? איז דא אזא מציאות און דער עולם השקר? אדער מען קען זאגן שלום עלי נפשי?''
טייערע מי ימצא,

איהר פרעגט באמת א מוראדיגע שטארקע פראגע, אבער דער אמת איז, אז ביז עס וועט נישט מקיים ווערן דאס וואס שטייט אין פסוק "והיה ה' למלך על כל הארץ" וועט קיינער נישט וויסן וואס צו ענטפערן אמת'דיג דערויף…. סיי רעליגיע און סיי סייענס (היינטיגע צייטן)

איי, וויאזוי קען מען לעבן אזוי, איז אזוי, איינמאל מ'נעמט אריין אין קאפ און מען טוט אקצעפטירן אז היינטיגע צייטן איז נאך נישט דא די "אמת" דאן וועט דער לעבן אויטאמאטיש רואיגער און מ'קען אנגיין מיט די טאג טעגליכע לעבן, און יא, עס מעג און עס וועט זיין קשיות.

איין עצה וואס דאס איז יעצט (און אייביג) די "אמת" קען איך אייך געבן, איר זאלט זען צו מאכן אייער מאן צופרידן פון זיך!

דאס קומט נישט נאר פון זיין אויף די זעלבע פעידזש, דאס קומט נאר ווען עס איז דא "אמת'ע אהבה" אין שטוב, און דעמאלט'ס וועט ער שוין זיין אזוי צופרידן פון זיך אז אלע קשיות וועלן עם נישט שטערן פון לעבן אפילו אין אזא פאלשע וועלט ווי היינט.

Re: קען מען אנקומען צום אמת?!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 11:23 pm
דורך צוזאמגעדרייט
מי ימצא האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:@מי ימצא וואס פאלט דיר ביי אז גאט האט יעדעם ליב?
פארוואס נישט? טראכסט אז א קריעירער טוט א זאך וואס ער וויל נישט? גאט האט געמאלעוועט זיין הערליכע וועלט פונקט אזוי ווי ער האט געוואלט.

פונקט ווי א טאטע האט ליב אלע זיינע קינדער, נישט קיין חילוק וואס זיי טוען. אוודאי וועט אלעמאל זיין די קינד וואס וועט מאכן מער נחת ווי די אנדערע. סוי דא איז די זעלבע זאך, איך וויל פארשטיין ווער גיבט די מערסטע נחת רוח פארן אייבירשטן? אדער אפשר איז ביים אייבירשטן נישטא אזא זאך, נאר כרגע דו ביסט אין גאטס וועלט ביסטו אקעי וואס דו טוסט.
גאט האט ליב היטלער?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 12:55 am
דורך Nanach
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:

די באשעפער האט אים טאקט געהארג'ט (ער האט זיך טאקט גענומען דאס לעבן, אבער ווען נישט וואלט מען אים געהרגט אביסל שפעטער)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 2:34 pm
דורך תרמב
דאס איז נישט קיין תירוץ, היטלער האט דאך געלעבט און געהרגעט אזוי פיל יארן, דאס מיינט אז די באשעפער האט געוואלט אז ער זאל דא זיין פאר די תקופה, קענסט דאך זאגן די זעלבע זאך אויף די גאנצע וועלט אויב גייט עס חרוב ווערן איין טאג, אז דאס מיינט אז ער האט עס נישט געוואלט, למעשה שטארבט דאך יעדער פונקט ווי היטלער איז געשטארבן, ס'איז נישט קיין ראיה אז מ'האט אים נישט געוואלט לכתחילה.

Re: קען מען אנקומען צום אמת?!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 2:47 pm
דורך צוזאמגעדרייט
די אייבערשטער האט ליב[געהאט] היטלער?
יא, אדער ניין? ווי קומט אריין, ווען, וויאזוי אדער ווער עס האט אים געהארגעט?

ווי ווייט איך פארשטיי איז דער גאנצע ווינט פון unconditional געטליכע ליבשאפט א נייע "מאוומענט" אנגעהויבן ביי יאשקע קרייץ.

איז נאכאמאל
1) ווער זאגט אז גאט האט ליב יעדע מענטש?
2) האט ער ליב היטלער?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 10:57 pm
דורך מי ימצא
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:די אייבערשטער האט ליב[געהאט] היטלער?
יא, אדער ניין? ווי קומט אריין, ווען, וויאזוי אדער ווער עס האט אים געהארגעט?

ווי ווייט איך פארשטיי איז דער גאנצע ווינט פון unconditional געטליכע ליבשאפט א נייע "מאוומענט" אנגעהויבן ביי יאשקע קרייץ.

איז נאכאמאל
1) ווער זאגט אז גאט האט ליב יעדע מענטש?
2) האט ער ליב היטלער?

איך בין נאר אביסל צומישט. סוי מען דארף נישט טוען וואס סאיז ריכטיג? סאיז א פראבלעם אז איך וויל אז גאט זאל מיך ליב האבן? און נאכאמאל ווער האט געזאגט אז היטלער האט נישט מצער געווען גאט? מילא זאל גאט מער נישט געבן בחירה אויף דער וועלט, ווייל סאיז דא מענטשן וואס זוכן דווקא צו חרוב צו מאכן די וועלט?

אין דעיס איז וואס איך פרעג, פארוואס האב איך יא באקומען דעי חינוך אז אפילו א רשע איז אנגעפילט מיט גוטס - אויב מען זוכט עס. אבער אלס איז געווען אויספיהר אז מיר זענען די אויסדערוועלטע, פונקט אזוי וויל די אייבישטער.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 11:04 pm
דורך סאנטיאגא
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
מי ימצא האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:@מי ימצא וואס פאלט דיר ביי אז גאט האט יעדעם ליב?
פארוואס נישט? טראכסט אז א קריעירער טוט א זאך וואס ער וויל נישט? גאט האט געמאלעוועט זיין הערליכע וועלט פונקט אזוי ווי ער האט געוואלט.

פונקט ווי א טאטע האט ליב אלע זיינע קינדער, נישט קיין חילוק וואס זיי טוען. אוודאי וועט אלעמאל זיין די קינד וואס וועט מאכן מער נחת ווי די אנדערע. סוי דא איז די זעלבע זאך, איך וויל פארשטיין ווער גיבט די מערסטע נחת רוח פארן אייבירשטן? אדער אפשר איז ביים אייבירשטן נישטא אזא זאך, נאר כרגע דו ביסט אין גאטס וועלט ביסטו אקעי וואס דו טוסט.
גאט האט ליב היטלער?
ניין אבער לויט אביגדור מיללער האט ער פשוט נישט געהאט קיין ברירה ווייל די אידן האבן זיך אסימילירט און מיללער'ס קאנעקשענס אין הימל ווייסן אז דאס געשעהט ווען מ'אסימילירט. שטעלט זיך א קשיא וואס איז מיט אלע יהוה'ס עדות און אינוואלידן וואס היטלער האט נישט פארשוינט?