בלאט 1 פון 1
ממשיך אין זוויעהל
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 11:39 pm
דורך בעל דרשן
לעצטע וואך איז אוועק אדמו"ר רבי שלמה השני מזוויעהל ביים לויה האט מען נישט אויפגענומען קיין ממשיך נאך זייענדיג אונטער שאק נאכדעם וואס די רבי איז פלוצלינג נסתלק געווארן
ווי עס קוקט אויס וועט מען בקרוב אויפנעמען א ממשיך צו זיין די איש על העדה
צוויי נעמען זענען אויפן ליסטא איינס הרב שמואל דוד גולדמן א ברודער פונעם רבי'ן זצ"ל א זון פון רבי אברהם מזוויעהל וואס צו זיין זייט שטייען די זקני הקהילה און די פני העדה דערנאך איז דא די עלסטע זון פונעם רבי'ן רבי שלמה השני וואס די יונגע חסידים זעען אים אלץ פאסיגע ממשיך
ווי אזוי עס זאל זיך נאר אויסלאזן איז צום האפן אז די המשכה וועט אריבערגיין בשלום ובשלוה לתפארת די הייליגע זוויעהל'ער שלשלת
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 11:42 pm
דורך באהעלפער
ס'שוין דא מער זווילע רביס ווי חסידים
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 11:45 pm
דורך חב''ד הויזן
וואס איז פשט פון די צוויי אפציעס? פארוואס זאל מען נישט גיין צום זון?
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 11:47 pm
דורך בעל דרשן
אין אסאך פלעצער ווי ס'איז געווען ברודער'ס האבן זיי איבערגענומען
גור און באבוב יוכיח
די ברודער רבי שמואל דוד איז דאך א זון פונעם רבי'ן רבי אברהם א דור נענטער אין גאלדענע קייט און די זון פון רבי שלמה השני איז ווי נישט ווי נאך א יונגערמאן
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 11:56 pm
דורך היסטאריע
ווי איז ער געווען רבי?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 12:02 am
דורך יין שרף
ער האט אן עלטערן ברודער א רבי, מען קען גיין צו עם..
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 1:41 pm
דורך Chasidishmashpia
יין שרף האט געשריבן:ער האט אן עלטערן ברודער א רבי, מען קען גיין צו עם..
וואס איז טאקע די מעשה מיט די עלטערע ברודער?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 6:20 pm
דורך Chasidishmashpia
למעשה הער איך אז בנו בכורו פון רבין זצ"ל ווערט נתמנה אלס רבי.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 8:48 pm
דורך דאס איז נישט מיך
ק''פ
בחסידות זוועהיל מינו את הרה״צ רבי משה נתן נטע גודלמן, בנו בכורו של כ״ק האדמו״ר מזוועהיל זצ״ל, לממשיך דרכו ולמלא מקום אביו בהנהגת החסידות.
בחסידות הכתירו את בנו הבכור של הרבי זצ״ל עם סיום ימי השבעה על הרבי, שהסתלק לגנזי מרומים באופן פתאומי, לאחר שעבר אירוע לבבי קשה בתחילת השבוע שחלף, כשהוא בן 66 בפטירתו.
ל׳חדשות JDN׳ נודע כי הרבי זצ״ל לא השאיר צוואה הוראה לגבי זהות ה״ממשיך״ ולכן, באופן חריג, לא הוכרז על ממלא מקום במהלך הלוויה שהתקיימה בסמוך למרכז החסידות בשכונת בית ישראל בירושלים. רק כעבור שבוע הוחלט על מינוי הבן הבכור לתפקיד האדמו״רות
הרה״צ רבי משה נתן נטע נולד בשנת תשמ״ג לאביו, שהיה אז מרביץ תורה בישיבות סלונים ובאיאן, ובנו של כ״ק האדמו״ר בעל האור אברהם מזוועהיל זצ״ל.
הוא גדל והתחנך במוסדות החינוך של החסידות ועשה חיל בלימודו. במהלך לימודיו בישיבה הוא התגלה כעילוי גדול שרבים מהר״מים ומהתלמידים בישיבה נהגו להתפלפל עמו בלימוד.
שמעו הלך לפניו וכשהגיע לפרקו נישא לרעייתו, בתו של הרה״צ רבי מרדכי טברסקי מירושלים שנפטר בשנת תשנ״ב, בנו של כ״ק האדמו״ר מרחמסטריווקא ארה״ב רבי חי יצחק בן אסתר רבקה לרפואה שלמה.
בשנים האחרונות התגורר בעיר ביתר עילית, שם שקד על תלמודו בכולל אברכים והתמסר כל כולו לתורה ולעבודה. כל גם עסק בכתיבת דברי תורתם של אדמו״רי בית זוועהיל זצ״ל.
קרעדיט jdn
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 11:53 am
דורך נחום הסופר
Chasidishmashpia האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:ער האט אן עלטערן ברודער א רבי, מען קען גיין צו עם..
וואס איז טאקע די מעשה מיט די עלטערע ברודער?
צוקריגט... (נישט אנגעהויבן ביים רבין וואס איז יעצט אוועק, נאר נאך ביים טאטן בעל אור אברהם וואס האט מרחק געווען דעם עלצטן)
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 2:56 pm
דורך תנחום
די טאטע אדער זיינע נאנטע? כ'האב פארשטאנען אז ער האט אויפגעבויט די מוסדות און נאכדעם געפלויגן נוסח מש"י...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 5:20 pm
דורך [NAMELESS]
וואו געפינט זיך זוועהיל אין ירושלים?
איך געדענק עפעס א גרויסע בנין אויף שמואל הנביא, נישט ווייט פון דושינסקיא אויפן וועג צו מזרח ירושלים, איז עס דאס?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 5:45 pm
דורך Chasidishmashpia
פורים קטן האט געשריבן:וואו געפינט זיך זוועהיל אין ירושלים?
איך געדענק עפעס א גרויסע בנין אויף שמואל הנביא, נישט ווייט פון דושינסקיא אויפן וועג צו מזרח ירושלים, איז עס דאס?
איך מיין אזוי אבער דאכט זיך עס איז אויך דא א בנין ממש נעבן מיר ישיבה וואס איז זעוויהל. אפשר האבן זיי זיך צוטיילט מיט די בנינים ווייס איך נישט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 4:02 am
דורך [NAMELESS]
Chasidishmashpia האט געשריבן:פורים קטן האט געשריבן:וואו געפינט זיך זוועהיל אין ירושלים?
איך געדענק עפעס א גרויסע בנין אויף שמואל הנביא, נישט ווייט פון דושינסקיא אויפן וועג צו מזרח ירושלים, איז עס דאס?
איך מיין אזוי אבער דאכט זיך עס איז אויך דא א בנין ממש נעבן מיר ישיבה וואס איז זעוויהל. אפשר האבן זיי זיך צוטיילט מיט די בנינים ווייס איך נישט.
אפשר קען איינער אויסקלארן, וויפיהל זוועהילע רבי'ס, און הויפן, זענען דא?
איך זעה אז אין ירושלים זענען דא 2
אין אמעריקע אין מאנסי איז דא סקעווערער רבי'ס איידעם. (געוועזענע, זיין ווייב איז נעכטן געשטארבן).
אבער איך מיין אז אין מאנסי איז דא עטליכע.
אויך אין יוניאן סיטי איז געווען קלויזנבורגער רב'ס איידעם.
וואס טוט זיך דא? ווער קען מאכן סדר?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 8:52 am
דורך באהעלפער
בעסער לאמיר ציילן די חסידים.
Re: ממשיך אין זוויעהל
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 9:33 am
דורך בני מר ומתוק
פורים קטן האט געשריבן:Chasidishmashpia האט געשריבן:פורים קטן האט געשריבן:וואו געפינט זיך זוועהיל אין ירושלים?
איך געדענק עפעס א גרויסע בנין אויף שמואל הנביא, נישט ווייט פון דושינסקיא אויפן וועג צו מזרח ירושלים, איז עס דאס?
איך מיין אזוי אבער דאכט זיך עס איז אויך דא א בנין ממש נעבן מיר ישיבה וואס איז זעוויהל. אפשר האבן זיי זיך צוטיילט מיט די בנינים ווייס איך נישט.
אפשר קען איינער אויסקלארן, וויפיהל זוועהילע רבי'ס, און הויפן, זענען דא?
איך זעה אז אין ירושלים זענען דא 2
אין אמעריקע אין מאנסי איז דא סקעווערער רבי'ס איידעם. (געוועזענע, זיין ווייב איז נעכטן געשטארבן).
אבער איך מיין אז אין מאנסי איז דא עטליכע.
אויך אין יוניאן סיטי איז געווען קלויזנבורגער רב'ס איידעם.
וואס טוט זיך דא? ווער קען מאכן סדר?
אין ירושלים איז געווען די רבי העיקרי, ואחיו ר' גדליה משה וואס קריגט מיט אים.
זייער זיידע, דער רבי ר' מרדכי, האט געהאט א ברודער וואס איז געווען אן איידעם אין קלויזענבורג, און האט געפירט זייער קהילה אין יוניאן סיטי מיטן נאמען זוועהיל.
ער האט נישט איבערגעלאזט קינדער, און די רבנות דארט איז געגאנגען צו די שפע חיים'ס צוויטע איידעם דארטן, וואס איז נישט קיין זוועהילער אייניקל. דערפאר האט ער געבעטן זיין פלימעניק, אייניקל פון ר' מרדכי, וואס איז געווען אן איידעם אין סקווירא, צו אופשטעלן א הויף לזכרו. דאס איז איצטער אין מאנסי.
בנוסף לזה, צוויי זוועהילער אייניקלאך פירן בתי מדרש אלץ רבנים, איינער אין מאנסי (וואס האלט איך א חלק פון זוועהיל ארה"ק) און א צוויטע אין רמת שלמה (וואס האלט איך א חלק פון זוועהיל מאנסי).
Sent from my moto z4 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 10:53 pm
דורך באהעלפער
דער בר הכי איז רבי אליעזר, וואס איז מיט די יארן געווארן זייער באליבט ביי אסאך, נאך פאר ער האט אנגעהויבן עמטליך רביסטעווע.
און כ'וואלט צוגעלייגט, אז ווער ס'ווייסט ווער ס'געווען זיין רעבעצין וואס איז אקורשט אוועק, וואלט עהם געהאלטן פאר א קדוש. ווייל ער האט קיין גרינגע לעבן נישט געהאט, ווייל זי איז אלץ געווען נישט געזונט מיט אסאך פראבלעמען.
איך האב מיך אלץ געוואונדערט וויאזוי ער לעבט און שמייכעלט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 12:43 am
דורך בעל דרשן
ברוך השם אז די המשכה איז אריבער בשלום א זאך וואס איז א חידוש בימינו
Re: ממשיך אין זוויעהל
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 2:16 pm
דורך בני מר ומתוק
דוקא לעצנטס ווערט עס בעסער.
בכללות, זיינען די גרויסע מחלוקתן געווען אין א געוויסן זין א יוצא מן הכלל.
פארן קריג, זענען חסידים געווען צושפרייט איבער אסאך דערפער, און בשעת א מחלוקת פון ירושה האט איין ברודער געגאנגען צו א נייע ארט.
היינט אויך, יעדער ברודער נעמט א שטאט.
ס'איז נאר געווען במשך די ערשטע 60 יאר נאכן קריג אז א קרייז זאל זיין אלע אין איין ארט, און דערפאר ברענגט דאס א גרויסע מחלוקת
אין זוועהיל אויך האט מען גערעדט צו מחלק זיין צווישן ביתר און ירושלים, אן מחלוקת.
Sent from my moto z4 using Tapatalk
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 3:35 pm
דורך באהעלפער
ווער נעמט איבער זווילער רעבעצין אין מאנסי?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 7:22 pm
דורך פיקוב
תנחום האט געשריבן:די טאטע אדער זיינע נאנטע? כ'האב פארשטאנען אז ער האט אויפגעבויט די מוסדות און נאכדעם געפלויגן נוסח מש"י...
עס איז צוויי אנדערע סארט פרשה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 9:33 pm
דורך תנחום
נו, אז די ווייסט יא, קום אריין מיט די פולע פרטים.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 7:36 am
דורך שעצונג
בילד פונעם נייעם זוועהיל׳ער רבי׳ן?