די ״קרעקפּאַט אינדעקס״

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

די ״קרעקפּאַט אינדעקס״

שליחה דורך מי אני »

דער מאטעמאטיקער/פיזיקער דר. דזשאַן בּאַעז איז אויפגעקומען (האלב-וועגס ערענסט) מיט וואס ער רופט די ״Crackpot Index״. דאס מעסט די ערענסטקייט פון אַן עסיי און קלעים וואס א מענטש מאכט אין פיזיקס. עס ארבעט אז מ׳הייבט אָן מיט׳ן געבן דעם מענטש מעיקרא א חזקת כשרות וואס דאס מיינט מ׳געבט אים א וועליוּ פון 5-. דערנאך געבט מען צו דערצו פאזיטיווע פונקטן ווענדענדיג זיך אין די תנאים כדלהלן. אויב בלייבט ער ביי א נעגאטיווע וועליוּ, דאן איז ער נישט א ״crackpot״. דאס זענען די תנאים:

א). 1 פונקט פאר יעדעס זאץ וואס ער זאגט/שרייבט וואס מ׳ווייסט איז פאלש.

ב). 2 פונקטן פאר יעדעס זאץ וואס איז קלאר אז ס׳איז ליידיג און זאגט נישט גארנישט צום זאך.

ג). 3 פונקטן פאר יעדעס זאץ וואס איז א סתירה מיניה וביה מיט וואס ער אליין זאגט.

ד). 5 פונקטן פאר יעדעס זאץ וואס איז א סתירה מיט וואס ער אליין זאגט, וואס ער האלט זיך דערצו אפילו נאכ׳ן ווערן פאראכטן.

ה). 5 פונקטן פאר׳ן נוצן א טראכטן-עקספערימענט [א ״שטעל זיך פאר״] וואס איר רעזולטאלט גייט קעגן די רעזולטאלטן פון א געהעריגע סייענטיפישע עקספּערימענט.

ו). 5 פונקטן פאר יעדעס ווארט געשריבן אין קעפּיטעל בוכשטאבן (אחוץ טאמער איז זיין קיִבּאָרד צובראכן).

ז). 5 פונקטן פאר יעדעס מאל ער שרייבט ״איינשטיין״, ״האָקינג״, אדער ״פיינמאן״ (ווען זיי זענען נישט גוט אויסגעלייגט).

ח). 10 פונקטן פאר יעדעס מאל ער שרייבט אז מהלכים אין קוואנטום פיזיקס גייען נישט אינעם גוטן ריכטונג (אָן געבן גוטע ראיות לזה).

ט). 10 פונקטן פאר׳ן זאגן אז ער האט שטודירט.

י). 10 פונקטן פאר׳ן אָנהויבן מיט ווי לאנג ער האט געטראכט איבער דעם. (10 מער אויב ער ברענגט ארויס אז ער האט גע׳ארבעט דערויף אליינס.)

יא). 10 פונקטן אויב האט ער דאס געליפערט צו א פיזיקער ער קען נישט פערזענליך און אים געזאגט דאס נישט צו צייגן צו קיינעם ווייל מ׳וועט גנב׳ענען זיין געדאנק.

יב). 10 פונקטן אויב אפפערט ער געלט פאר איינער וואס וועט אויפווייזן אדער אפפרעגן עפעס וואס ער זאגט דערין.

יג). 10 פונקטן פאר יעדעס טערמין ער מאכט אויף און טוהט נישט געהעריג דעפינירן.

יד). 10 פונקטן פאר א יעדעס זאץ ווי, ״איך בין נישט גוט אין מאטעמאטיקס, אבער מיין טעאריע האלט אויס און איך דארף פשוט איינער זאל דאס שרייבן אין טערמינען פון עקוועישאנס״.

טו). 10 פונקטן פאר׳ן זאגן אויף א באגרונדעטע אָנגענומענע טעאריע אז ״עס איז נאר א טעאריע״.

טז). 10 פונקטן פאר׳ן זאגן אויף א באגרונדעטע אָנגענומענע טעאריע אז הגם עס זאגט טאקע גוט פאָר וואס וועט פאסירן, זאגט עס אבער נישט קיין ״פארוואס״ אדער א מעכאניזם דערפאר.

יז). 10 פונקטן פאר יעדעס מאל ער פארגלייכט זיך צו איינשטיין אין א גינסטיגע ליכט, אדער וואו ער מאכט אוועק רעלאטיוויטי אז מהלכים דערין זענען נישט אינעם גוטן ריכטונג.

יח). 10 פונקטן פאר׳ן זאגן אז זיין ארבעט ברענגט א ״פּערעדיים שיפט״ אין סייענס.

יט). 20 פונקטן אויב מ׳רעדט זיך אפ קעגן דעם עצם ״Crackpot Index״…

כ). 20 פונקטן פאר׳ן זאגן אז עס קומט זיך אים א נאָבּעל פּרייז.

כא). 20 פונקטן פאר יעדעס מאל ער פארגלייכט זיך צו ניוטאן אין א גינסטיגע ליכט, אדער וואו ער מאכט אוועק קלאסישע מעכאניקס אז מהלכים דערין זענען נישט אינעם גוטן ריכטונג.

כב). 20 פונקטן פאר יעדעס מאל ער באנוצט זיך מיט סייענס פיקשאן מעשיות כאילו זיי זענען עכט.

כג). 20 פונקטן פאר׳ן זיך פארטיידיגן מיט דעם אז מ׳האט אים אוועקגעמאכט אינעם עבר.

כד). 20 פונקטן פאר׳ן געבן עפעס א נאמען נאך זיך אליין.

כה). 20 פונקטן פאר׳ן רעדן ווי געוואלדיג זיין טעאריע איז אבער דאס קיינמאל נישט געהעריג מסביר זיין.

כו). 20 פונקטן פאר יעדעס מאל ער נוצט די פראזע ״זעלבסט-געקרוינטע פארטיידיגער פון די ארטאדאקסיע [אין סייענס]״.

כז). 30 פונקטן פאר יעדעס מאל ער זאגט אז באקאנטע פיגורן אין פיזיקס האבן עכט נישט געגלייבט אין א טעאריע וואס זיי האבן זיך אָנגענומען דערפאר אין די עפענטליכקייט.

כח). 30 פונקטן פאר׳ן זאגן אז איינשטיין האט מעגליך אין זיינע שפעטערע יארן צוביסלעך זיך גענומען שפירן עפעס פון זיין טעאריע וואס ער שלאגט יעצט פאר.

כט). 30 פונקטן פאר׳ן זאגן אז זיינע טעאריע זענען דעוועלאפירט געווארן דורך עיליענס (אָן גוטע ראיות…).

ל). 30 פונקטן פאר׳ן מרמז זיין אז די טעאריע איז אויסגעארבעט געווארן אין א פסיכאלאגישע אנשטאלט אדער אז זיין פסיכיאטאר האט אים פרובירט אפצורעדן פון די טעאריעס.

לא). 40 פונקטן פאר׳ן מדמה זיין די קעגנער צו זיינע רעיונות צו נאציס.

לב). 40 פונקטן פאר׳ן טענה׳ן אז די ״סייענטיפישע עסטעבּלישמענט״ האט א קאַנספּירעסי צו אונטערדרוקן זיינע רעיונות.

לג). 40 פונקטן פאר׳ן זיך מדמה זיין צו גאַלילעאָ וואס האט געדארפט גיין קעגן די אינקוויזיציע.

לד). 40 פונקטן פאר האלטן אז ווען זיין טעאריע באקומט ענדליך איר אנערקענונג וועט מען זעהן למפרע ווי נאַריש די יעצטיגע מהלך אין סייענס איז. (נאך 30 פונקטן אויב דמיונ׳ט ער איבער דעם וואו מ׳וועט צווינגען סייענטיסטן צוריקצוציהען פון זייערע פריערדיגע טעאריעס.)

לה). 50 פונקטן פאר׳ן האלטן אז ער האט א רעוואלוציאנערישע טעאריע אבער געבט נישט קיין שום testable predictions (אדער מאטעמאטישע אויסגעהאלטענע טענות).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מי אני האט געשריבן:כד). 20 פונקטן פאר׳ן געבן עפעס א נאמען נאך זיך אליין.
און אין דעם בכלל שרייבט לאָראַ בּאָל איבער דעם פראבלעם פון ווי אזוי מ׳האט א נאמען געגעבן צו מאטעמאטישע מושגים עפ״י מאטעמאטיקער, וואס אין דעם אליין זענען דא נאך מושגים עפ״י מאטעמאטיקער׳ס נעמען:
Any student of modern math must know what it feels like to drown in a well of telescoping terminology

For a high-profile example, let’s take the Calabi-Yau manifold, made famous by string theory

A Calabi-Yau manifold is a compact, complex Kähler manifold with a trivial first Chern class

Before you could even guess what that definition might mean, you would need to find another source to define a Kähler manifold:

A Kähler manifold is a Hermitian manifold for which the Hermitian form is closed

After which you would need a third source to define a Hermitian manifold:

A Hermitian manifold is the complex analogue of the Riemannian manifold

And you’re down the rabbit hole

. . .

The venerable Bill Thurston was known to complain about the perversity which, by the end of his career, had produced Thurston’s theorem, which says that Thurston maps are Thurston-equivalent to polynomials, unless they have Thurston obstructions. Every field has terms of art, but when those terms are descriptive, they are easier to memorize. Imagine how much steeper the learning curve would be in medicine or law if they used the same naming conventions, with the same number of layers to peel back:

A Thurston tumor is a benign Thurston growth in the bones of patients with type-1 Thurstonism

A Thurston homicide requires a finding of Thurston recklessness and is a Thurston-class felony
***

עס איז דא סטיגלער׳ס געזעץ פון עפּאָנימי פונעם סטאטיסטיקער דר. סטיפען סטיגלער. דאס לויטעט אז יעדעס מאטעמאטישע, סייענטיפישע וכדומה ״געזעץ״, זאך וכו׳ וואס טראגט איינעם׳ס נאמען אלס׳ן ערפינדער פון דעם, איז בעצם שוין ערפינדען געווארן דורך איינעם (צו מער) פאר אים/איר. א משל איז די באקאנטע ״פּיטאגאראס״ טעארעם וואס איז שוין באקאנט געווען פאר דעם פאר די בבליים.

סטיגלער זאגט אז ״זיין״/די געזעץ אליין איז אויך נכלל בתוך דעם געזעץ, וויבאלד דער סאציאלאג דר. ראבערט [מאיר] קינג מערטאן איז אויפגעקומען/האט דאס געטראפן פאר אים. דאס האט ער דזשענערעלייזט פון וואס ער האט גערופן דעם מעטיוּ עפעקט אין עקאנאמיקס וואס לויטעט אז ״די רייכע ווערן רייכער [מכח׳ן זייער זיין רייך מעיקרא] און די ארימע ווערן ארימער״. אין די פאל באדייט דאס אז א חכם וואס איז שוין ניכר חכמתו מעיקרא וועט באקומען די קרעדיט פאר אן ערפינדונג הגם איינער וואס איז נישט אזוי באקאנט האט אים מקדים געווען. (דאס איז בפרט ווען א פרוי ערפינדט דאס פאר א מאן, וואו דארט איז מער יתכן אז דער מאן וועט באקומען דאס קרעדיט וואס ווערט גערופן די מאטילדאַ עפעקט.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט