בלאט 1 פון 1

הה"צ בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 4:39 pm
דורך תרמב
לעצטנס איז געווען אין די נייעס וואס מ'האט געשמועסט צווישן דער עולם אין די מקוואות, זינט דער ירושלימע רב איז אוועק און מ'מוטשעט זיך צו טרעפן א ממשיך וואס זאל איבערנעמען האט דער עולם גע'גאסיפט אז אונטער די קוליסן ארבעט אפרים שטערן אריבערצוברענגען ר' בנימין לאנדא אויף ירושלים ער זאל זיין אן אנגענומענער קאנדידאט פאר די רבנות, אנגענומען אויף אלע קרייזן, אבער ער האט נישט געוואלט, ס'האט געהייסן אז מ'בעט אים שוין פון די צייטן וואס דער ירושלימע רב האט נאך געלעבט אז ער זאל קומען ווערן סגן גאב"ד וואס מיינט אז ער ווערט רב שפעטער נאך די רב און אפשר די ראבד'ס הונדערט און צוואנציג אבער די רביצין זיינער האט נישט געוואלט איבערלאזן בארא פארק, גערעכט איז זי, מיט די חברה דארט עסט מען די שטרוי, ס'איז שוין גרינגער צו ענטפערן אלע נוזשעס דא ווי דארפן אויסגלעטן מערכות דארט צווישן די סיקריקים...

איז פאסיג אביסל ארומצושמועסן איבער דעם איד, דער דיין פון טאהש בארא פארק, הרה"צ בנימין לאנדא שליט"א, ער איז גאר א גרויסע תלמיד חכם און א גרויסע מומחה אין רפואה זאכן, יעדער זוכט אים צו פרעגן זייערע שאלות וואס זיי האבן, ס'איז אינטערסאנט אז א איד ווי ער וואס איז נישט געגאנגען אין קאלעזש זאל קענען זאגן מיינונגען וואס דאקטורים זאלן רעספעקטירן, מ'דארף האבן פאר דעם א ספעציעלער חוש, נישט יעדער וואס קען אסאך לערנען קען דאס אויך, אויף די מנחת אלעזר פארציילט מען אז ער האט געקענט שרייבן פרעסקריפציעס וואס די אפטייקער אין שטאט האבן אנגענומען, און ס'איז באקאנט א מעשה וואס די חזון איש האט געשריבן אמאל א צעטיל ווי מ'זאל שניידן אויף א איד וואס מ'האט געדארפט אפערירן און ער האט עס געקענט פון קענען טריפות, ווי אזוי ער האט געקענט פארגלייכן די קערפער פון א מענטש צו א בהמה ווייס איך נישט, אפשר איז עס געווען רוח הקודש, אדער קען זיין אז די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן...

ר' בנימין האט א שיינע יחוס זיין טאטע האט געהייסן ר' נפתלי ער איז געווען א דיין אין חוסט פארן קריג, ער איז אן אייניקל פונעם מנחת אשר פון טשענגער און פון נאך חשובע אונגארישע רבנים, ער איז אן איידעם ביי רב טירנויער דער רב פון שומרי שבת ז"ל, זיין רביצין איז א טאהשע אייניקל.

ער האט א שיינע שטוב איינע פון זיין איידעמער איז דער מחנך מומחה ר' יענקל לייטנער, ער האט א איידעם וואס הייסט משה מילער א זון פון זיין שוואגער אייזנשטאטע רב וואס איז אויך א איידעם ביי שומרי שבת, דער אינגערמאן איז א ריזיגע תלמוד חכם אזוי ווייט אז מ'האט אנגעטראגן פאר ר' בנימין אז זיין איידעם קען ווערן א חבר העדה אויב ער איז מסכים צו ווערן סגן גאב"ד, און מיט דעם וואלט ער געווארן דער אינגסטער חבר העדה אין די עדה'ס היסטאריע זייענדיג א קארגע 27 יאר, הגם איך גלייב נישט אז זיי וואלטן עס געטון למעשה, צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט, ווי אויך האט ער א זון א מנהל ערגעץ.

עס איז דא א אינטערסאנטע באריכט אין קובץ המאור פון סיון תשי"ז איבער די בר מצווה פון הבחור בנימין לאנדא, שטייט דארט א ליסטע פון חשובע אידן וואס האבן זיך באטייליגט ביי די בר מצווה, צווישן זיי האט זיך אנגעזען אסאך פראמינאנטע רבנים ווי דער ברך משה און נאך, שרייבן זיי דארט אז דער בר מצווה בחור האט געזאגט דעם פשעטל פאר א דריי פערטל שעה!

דער טאהשע דיין האט געלערנט אין ישיבה ביי ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן ז"ל, אזוי האב איך געלייענט ווען ר' ישראל חיים מנשה איז אוועק און ר' בנימין האט אים מספיד געווען, דער גרויסע מומחה בענייני אינפערטיליטי ר' חיים אהרן אונגער האלט זיך פאר א תלמיד מובהק פון ר' בנימין, ער פלעגט זיין דיין פון חברה הצלה אין בארא פארק וואס ער האט אויפגעגעבן ווייל ער איז זייער איבערגעשטרענגט.

ר' בנימין איז גאר א נאכגעפאלגטע דיין, גאר אסאך אידן זוכן צו הערן זיין חוות דעת איבער רפואה עניינים, און ער האלט נישט ביים אוועקגעבן זיין גאנצע טאג פאר דעם, פאר דעם האט ער געמאכט א צייט נאך מעריב הערט ער אויס די שואלים, און די אנדערע צייטן פרובירט ער צו אויסמיידן דעם עולם, אבער מענטשן ווילן דאך פרעגן לויפט מען אים נאך אויף אלע אופנים, א חבר מיינער האט מיר פארציילט אז ער האט געקלאפט אויף זיין טיר פאר א לענגערע וויילע ביז ער האט זיך באוויזן, אבער דאן האט ער געענפערט אפילו ס'האט אים נישט געשמעקט אז ער פעיגערט אזוי, א צווייטער ידיד פארציילט ווי ער איז געשטאנען מיט ציטערדיגע הענט און פוס צו פרעגן א שאלה מיט א צעטל פון א דאקטאר אין די הענט ר' בנימין האט עס איבערגענומען פון אים און אזוי ארויסשפאצירט פון בית מדרש מיט די צעטל אויפגעהויבן אין די הייעך און זיך אנגערופן הויעך זעהט אויס אז דו האסט א גרויסע פראבלעם... דער חבר מיינער האט זיך געזוכט א לאך צו באגראבן...

איינער האט מיר פארציילט א מעשה איבער א איד וואס האט פרובירט צו כאפן ר' בנימין אבער ער האט אים נישט געקענט כאפן, איז ער געקומען צו של"ס אין טאהשע בית מדרש, און ער האט אפגעקויפט דעם בענטשן פאר פינעף הונדערט דאלער און מכבד געווען דעם דיין, נאכן בענטשן איז ער צוגעגאנגען צום דיין פרעגן זיין שאלה, האט דער דיין געזאגט, אה.... יעצט האסטו מיר געכאפט.....

פאר איין זאך רעאגירט ער שנעל בחפץ לב, דאס איז מוהלות, ער איז גאר א גרויסע וועלט בארימטער מוהל און ער פרייעדט זיך צו מל'נען, במילא ווען מ'רופט פאר דעם ענטפערט ער תיכף ומיד, א חבר מיינער איז א צוגעקומענע אייניקל דארט אין די משפחה, האב אים אים געפרעגט אביסל וועגן זיין זיידע, קודם האט ער מיר געזאגט אז ער איז גאר א צוגעלאזענער, מ'קען אסאך פארברענגען מיט אים געשמאק, האט ער מיר פארציילט אז ער האט מיטגעהאלטן ווי איינער האט געפרעגט זיין זיידע אויב ער האט שוין געטראפן אמאל א נולד מהול, האט ער געענפערט אז ס'מאכט זיך זייער זעלטן אבער ער האט שוין געהאט אזעלעכע ברית'ן, האט ער געפרעגט אז ס'שטייט דאך אז נאר עטליכע גאר גרויסע צדיקים זענען געבוירן גע'מל'ט וויאזוי קען זיין אז ס'מאכט זיך אזוי, האט ער געענפערט לכאורה איז די תירוץ אז נולד מהול רעדט פון געזונטע סיטואציע, נישט פון א קינד וואס ווערט געבוירן פעלערדיג.

איך וועל שרייבן איבער עטליכע שיטות וואס ער האט, זיין אייניקל האט מיר פארציילט אביסל, קודם איז באוויסט אז ביי קאראנא האט ער געהאלטן אז מ'קען האלטן שולן אפען, און טאהשע בית מדרש איז טאקע געווען אפען געהעריג, ס'איז געווען א שטארקע פתחון פה פאר די אלע וואס האבן געוואלט גיין אין שוהל און מ'האט געהאט צו זיי טענות אז ס'איז נישט געזונט און קעגן די הוראות הרבנים, האט מען געקענט ציווייזן אז ר' בנימין וואס איז סיי א חשובע רב און סיי א גרויסע בקי אין ענייני רפואה לאזט אפען זיין בית מדרש, מ'האט דן איבערגעזאגט א ווערטל אז א שומרים מיטגליד איז געקומען צו ר' בנימין לאנדא זאגנדיג אז מ'דארף פארשפארן די בית מדרש ווייל ס'איז פקוח נפש, האט ר' בנימין געזאגט, אז לערנען קען זיין אז דו קענסט בעסער ווי מיר אבער רפואה קען איך בעסער....

בנוגע די עירוב האלט ר' בנימין שטארק דערקעגן און ער טענה'ט אז דער עירוב האט מען געמאכט אן צאמנעמען די רבנים פון די שטאט זיך אדורכצושמועסן, אזוי ווי ר' אשר עקשטיין האט לעצטנס געטון בנוגע א נייע סארט הומאן העיר שייטל וואס האט זיין הכשר (שמירה משעת קצירה...?) האט ער נישט געזוכט קיין היעט און צאמגענומען אלע רבני העיר, און ר' בנימין האלט טאקע אז מ'קען עס נוצן, זיינע טעכטער גייען טאקע מיט שייטלעך, בלענד, וואס ער האלט אז ס'איז מער אויסגעהאלטן ווייל ס'קוקט נישט אויס ווי האר, זעהט אויס אז עבודה זרה ממש האלט ער נישט אז ס'איז, אדער קען גאר זיין אז זיינע טעכטער פרעגן אים נישט... אויף לעיס טאפ איז ער זייער אויסגעשפראכן לאיסור.

בנוגע די וואקסינען האב איך געהערט א מעשה אז איינער איז אים געקומען פרעגן אז ער זאל אים זאגן וואס ער האלט עכט וועגן די וואקסינען, און ער וועט נישט אויסזאגן פאר קיינעם, יענער האט לכאורה געהאלטן אז ס'איז דא א דיעפ סטעיט וואס צאלט אונטער די רבנים זאלן פראמאוטן די וואקסין, האט ער געוואלט וויסן וואס ער האלט עכט, האט ער געענטפערט קענסט נעמען די וואקסין, און קענסט אפילו פארציילן פאר יעדן וואס איך האב דיר געזאגט...

בנוגע די וועלט האלט ער אז מ'מעג אנעמען ווי קופערניקעס וואס האט געטענה'ט אז די וועלט דרייעט זיך ארום די זון און נישט פארקערט, און ס'הייסט נישט קיין פגם אין אמונה, נאכדעם וואס ס'איז שוין אזוי אויפגעוויזן געווארן אלס א פאקט.

עס איז געווען אמאל אן אסיפה אראנזשירט דורך בוני עולם ווי ר' בנימין לאנדא האט מסביר געווען פאר אלע רבנים בטוב טעם ודעת דער גאנצער עניין וואס איז דעמאלטס אויפגעקומען וועגן יוטערעס טרענספלענטס, געוויסע געבן איבער אז אסאך רבנים האבן נאך אלס נישט פונקטלעך געכאפט די גאנצע נושא, אבער מ'האט געטרייעט כאטש...

א אינגערמאן וואס האט געדארפט צוקומען צו א געוויסע טריעטמענט צו קענען האבן קינדער, איז אמאל צוגעגאנגען צו אים פרעגן אויב ער האלט אז אין זיין סיטואציע וועט אים זיין מעגליך צו האבן א שטוב מיט צוועלף קינדער, האט ר' בנימין אים געפרעגט ווער זאגט אז מ'דארף האבן צוועלף? פיר פינעף איז נישט גענוג? דער אינגערמאן וויסנדיג אז דער דיין האט א שטוב מיט צוועלף אדער מער קינדער האט אים געפרעגט, און וויפיל קינדער האט די דיין? ער האט זיך צולאכט....

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 4:44 pm
דורך [NAMELESS]
הערליך באשריבן. כ'האב אמאל געהערט פון זיין זוהן אז ער האט א פריוואטע ביה"כ ווי דארט האט ער צענדליגע מעדעצינישע ביכער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 4:54 pm
דורך תוהו ובוהו
זייער שיין באשריבן.
תרמב האט געשריבן:בנוגע די וועלט האלט ער אז מ'מעג אנעמען ווי קופערניקעס וואס האט געטענה'ט אז די וועלט דרייעט זיך ארום די זון און נישט פארקערט, און ס'הייסט נישט קיין פגם אין אמונה, נאכדעם וואס ס'איז שוין אזוי אויפגעוויזן געווארן אלס א פאקט
אשפגתנו אשפגתא גדולה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 4:55 pm
דורך [NAMELESS]
זייער שיין, חוץ וואס ער איז אויסגעקאכט אין רפואה איז ער עפעס ספעציאל מער ווי א צווייטע תלמיד חכם א בר דעת?
זיינע ברית'ן האב איך שוין מיטגעהאלטן יא א פיינע מוהל אבער בכלל נישט וועלט בארימט סך הכל נאך א מוהל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 5:51 pm
דורך היסטאריע
זייענדיג דער טאהשער דיין, ענטפערט ער דער טאהשער עולם (איז דא אזא זאך?) גרינגער ווי סתם מענטשן וואס לויפען אים נאך?

ער איז נישט א כבוד גייציגער, וואס פעלט אים דא? פארוואס זאל ער גיין דארט פאר דער פאסטן וואס איז כלומרשט כבוד, אבער נישט מער ווי א קאנטראלירטע מצב?

דער עדה חרדית פארדינט נישט קיין ערענסטע תלמיד חכם.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:40 pm
דורך יין שרף
זייער שיין. איך קען אים נישט, על אף איך האב אים אמאל פרובירט צו כאפן אויפן טעלאפאן ולא עלתה בידי, אם כל זה באקום איך דא א שטיקל בילד איבער עם. Btw א ממשותדיגער בילד האט איינער פון עם?

און דעס וואס דו האסט געשריבן
א צווייטער ידיד פארציילט ווי ער איז געשטאנען מיט ציטערדיגע הענט און פוס צו פרעגן א שאלה מיט א צעטל פון א דאקטאר אין די הענט ר' בנימין האט עס איבערגענומען פון אים און אזוי ארויסשפאצירט פון בית מדרש מיט די צעטל אויפגעהויבן אין די הייעך און זיך אנגערופן הויעך זעהט אויס אז דו האסט א גרויסע פראבלעם... דער חבר מיינער האט זיך געזוכט א לאך צו באגראבן...
האלסט טאקע ער איז אזא רשע?? לכאורה קיינמאל פאסירט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:00 pm
דורך תרמב
תוהו ובוהו האט געשריבן: אשפגתנו אשפגתא גדולה
דאס האב איך נאכגעשריבן פון אייוועלט...
יין שרף האט געשריבן:האלסט טאקע ער איז אזא רשע?? לכאורה קיינמאל פאסירט.
ער האט לכאורה נישט געכאפט וואס ער טוט, ווען מען ווערט אזוי פארנומען קען געשעהן אזעלכע זאכן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:41 pm
דורך חדשים
זייער שיין באשריבן.

היינט ווען כלל ישראל איז taken care of צווישן רפואה העלף ליין און חיים מעדיקעל, ווי נוצט מען זיין ספעציעליטעט? בכלל, אין וועלכע נקודה אין רפואה איז זיין מומחיות? דייאגנאזען, מעדעצין, רעפערעל, קשרים, רפואה בהלכה, וועלכע סארט מחלות?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 8:28 pm
דורך מרדכי מרדכי
אויב לויפט ער אוועק פון מענטשן וואס פרעגן שאלות אבער ער לויפט צי מוהלות
וויאזוי ווייסט ער וואס מען וויל עם זאגן?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 10:25 pm
דורך די אנדערע זייט
זייער שיין באשריבען
צווישען זיינע זין האט ער איינס וואס איז א מגיד שיעור אין ישיבת אור ישראל און איינס אין ישיבת אלכסנדר און איין איידעם איז הגאון ר' יוסף לייפער בארימטע מגי"ש אין קווינס
בנוגע די עירוב האב איך אמאל געהערט פין א נאנטע אייניקעל אז ער איז טאקע דערקעגען אבער זאגט נישט די טעם , און אזוי אויכט אסר'ט ער עס נישט ברבים און אפילו ביי עם אין ביהמ"ד איז דא א חלק וואס טראגט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 10:39 pm
דורך יין שרף
זיכענדיג א בילד פונעם דיין, האב איך געטראפן א שיעור אויף יוטוב, געגעבן ביי ארגון שיעורי תורה.
https://youtu.be/FNiwzJRdUAs

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 10:42 pm
דורך [NAMELESS]
לויט ווי איך האב געהערט פון אפאר מענטשן וואס האבן גע'דיל'ט מיט אים איז ער גארנשיט אזא עילוי ווי מ'מאכט אים, נאר ער איז אנדערש ווי אנדערע רבנים אז ער קען גוט ענגליש, ווייסט ווי אזוי צו ליינען א ביכל, און אין לויף פון די יאהרן האט ער אענגעזאמעלט אסאך עקפיריענץ ממילא האט ער אסאך ידיעות. אבער די וועג ווי אזוי מ'רעדט פון אים כאילו דאקטוירים זענען ממש חסידים פון אים און זענען דערשטוינט אז ער ווייסט אפילו בעסער פון זיי איז סתם שטותים והבלים. יא ס'איז א סערפרייז פאר א דאקטער צו זעהן א חסידישע רב וואס קען א נארמאלע ענגליש און פארשטייט צו רפואה זאכן.

די גאנצע שמועות ארום אים כאילו ער איז עפעס א מומחה גדולה האט ער אליין שוין אנגעפאנגען צו גלייבען אין די לעצטע פאר יאהר, און זיין עטיטוד איז געווארן ממש שרעקליך. מ'קען נישט צוקומען צו אים, מ'קען נישט רעדן צו אים, ער רעכענט זיך נישט מיט קיין מענטשן, וכו'. ער איז טאקע קיינעם גארנישט שולדיג, אבער אלץ איינער וואס שטעלט זיך אהער ווי די גרעסטע היימישע מומחה איז א שאנדע אז פאר'צרה'טע מענטשן באקומען אזא עקעלדיגע עטידוד ווען בעטן זיך מיט טרערן אז ער זאל זיי זאגן א עצה אדער א פסק.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 8:36 am
דורך היסטאריע
חתם סופר האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט פון אפאר מענטשן וואס האבן גע'דיל'ט מיט אים איז ער גארנשיט אזא עילוי ווי מ'מאכט אים, נאר ער איז אנדערש ווי אנדערע רבנים אז ער קען גוט ענגליש, ווייסט ווי אזוי צו ליינען א ביכל, און אין לויף פון די יאהרן האט ער אענגעזאמעלט אסאך עקפיריענץ ממילא האט ער אסאך ידיעות. אבער די וועג ווי אזוי מ'רעדט פון אים כאילו דאקטוירים זענען ממש חסידים פון אים און זענען דערשטוינט אז ער ווייסט אפילו בעסער פון זיי איז סתם שטותים והבלים. יא ס'איז א סערפרייז פאר א דאקטער צו זעהן א חסידישע רב וואס קען א נארמאלע ענגליש און פארשטייט צו רפואה זאכן.

די גאנצע שמועות ארום אים כאילו ער איז עפעס א מומחה גדולה האט ער אליין שוין אנגעפאנגען צו גלייבען אין די לעצטע פאר יאהר, און זיין עטיטוד איז געווארן ממש שרעקליך. מ'קען נישט צוקומען צו אים, מ'קען נישט רעדן צו אים, ער רעכענט זיך נישט מיט קיין מענטשן, וכו'. ער איז טאקע קיינעם גארנישט שולדיג, אבער אלץ איינער וואס שטעלט זיך אהער ווי די גרעסטע היימישע מומחה איז א שאנדע אז פאר'צרה'טע מענטשן באקומען אזא עקעלדיגע עטידוד ווען בעטן זיך מיט טרערן אז ער זאל זיי זאגן א עצה אדער א פסק.
עס איז גרינג צו קריטיקירן, ער איז אפשר גערעכט מיט אנטלויפן פין פרעגערס, אבער דער יונגע אינגערמאן וואס פאלט נעבעך אריין אין דער לאך און מיינט אז ער מוז אים פרעגן, זאל אנגעהיטען ווערען.
איינמאל, לאנג צוריק, האב איך זעלבסט אים געוואלט פרעגן עפעס, און האב אים געטראפען אויף דער גאס, זאגט ער מיר, בשעת איך גיי קען מען רעדן. אבער אנדערע מאל איז טאקע נישט געווען מעגליך צו צוקומען.
ער איז גראדע נישט דער איינציגסטער וואס שטופט אוועק פרעגערס, עס איז דא פלענטי אנדערע וואס טוען דאס, און די יונגע יונגעלייט זענען דא פאר א ראד עוועיקענונג.

טאמער ר' בנימין ליינט די שורות, זאל ער וויסען אז ער מעג שוין אויפהערן דער הנהגה, און ער זאל וויסן, אז ווען מען גיבט צייט פאר אידן, שיקט דער אויבערשטער א ברכה פין צייט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 11:14 am
דורך דאס איז נישט מיך
ר' בנימין לויפט שוין אוועק פין שואלים יארן יארן, ער איז אייביג געווען מער צי די פארמאכטע זייט נאך פאר ער האט געהייסן די גרויסע דיין
איינער האט מיר אמאל געזאגט אז דאס איז געווען זיין טאקטיק צי ווערן גרויס אז ווער סוויל אנקומען זעהט ווי שווער ס'איז פארשטייט אז מען רעדט פין עפעס גרויס ...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 12:11 pm
דורך היסטאריע
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:ר' בנימין לויפט שוין אוועק פין שואלים יארן.......
אז דאס איז געווען זיין טאקטיק צי ווערן גרויס...
דאס איז אבי גערעדט. ער איז פשוט נישט אינטרעסירט צו זיין א וועלט רב.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 5:38 pm
דורך אינטערסאנטער
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:ר' בנימין לויפט שוין אוועק פין שואלים יארן יארן, ער איז אייביג געווען מער צי די פארמאכטע זייט נאך פאר ער האט געהייסן די גרויסע דיין
איינער האט מיר אמאל געזאגט אז דאס איז געווען זיין טאקטיק צי ווערן גרויס אז ווער סוויל אנקומען זעהט ווי שווער ס'איז פארשטייט אז מען רעדט פין עפעס גרויס ...
איך קען דאס נישט גלייבן. איך וועל דיר זאגן פאר וואס, איך האב א קרוב משפחה וואס האט געהאט אן ערנסטע ערנסטע הלכה שאלה, שאלת חיים ומות, און רפואה העלפ ליין האט אים שנעל פארבינדן מיט ר' בנימין, ר' בנימין האט זיך אפגעגעבן מיט אים און אוועקגעגעבן גאר אסאך צייט פאר אים, ביז די נושא איז געווארן קלאר און א פסק איז ארויסגעקומען (ברוך השם זיך אויסגעשטעלט טאקע לטובה).

פון יענע סיטואציע וואס איך האב מיטגעהאלטן איז מיר שווער צו גלייבן אז ער לויפט דוקא אוועק פון מענטשן. עס איז מער מסתבר אז ער איז אזוי שטארק ביזי אז ער קומט פשוט נישט נאך, ממילא מיז ער מאכן עפעס לימיטס צו קענען בלייבן א שטיקל מענטש. עס איז פשוט קאממאן סענס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 11:23 pm
דורך קהל'ס נער
היסטאריע האט געשריבן:און ער זאל וויסן, אז ווען מען גיבט צייט פאר אידן, שיקט דער אויבערשטער א ברכה פין צייט.
מקור?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 11:50 pm
דורך היסטאריע
קהל'ס נער האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:און ער זאל וויסן, אז ווען מען גיבט צייט פאר אידן, שיקט דער אויבערשטער א ברכה פין צייט.
מקור?
ןנתנו
דו מיינסט אז נאר געלט גייט אהין און צוריק? צדקה איז נישט נאר מיט געלט, צדקה איז מיט צייט אויך, אדער נאך מער מיט צייט און הארץ ווי מיט געלט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 11:52 pm
דורך petergrifin
איך האב אמאל געווארט אויף איהם צו דורך צו שמועסען עפעס הלכה מיט רפואה פרייטאגס צונאכט אדער מוצי''ש און ער האט געשלעפט די צייט. ער איז ארום געגאנגן זוכען מיט וועמען צי רעדן. ענדליך איז די שול שוין געווען כמעט ליידיג און בלית ברירה האט ער שפאצירט מיט מיר גאר שנעל אזוי אהיים גייענדיג. אויף די וועג זאגט מיר דער דיין אז מיין התחייבות איז צו מיין קהילה קודם. למעשה איז דער דיין געשטאנען מיט מיר ביי זיין הויז אויף'ן גאס און מיר גענטפערט און מסביר געווען.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 12:45 am
דורך petergrifin
@תרמב
בדרך אגב הרה''ג אלקנה זאבערמאן (בן הרה''ג ר' משה לרפו'ש) שליט''א איז א איידעם ביי די דיין.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 8:43 am
דורך היסטאריע
petergrifin האט געשריבן: אויף די וועג זאגט מיר דער דיין אז מיין התחייבות איז צו מיין קהילה קודם

.
איז ער גערעכט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2023 9:26 am
דורך roiter
לעצטנס איז מיר אנגעקומען צו דארפן ניצן די דיין און די מעשה איז אז עס איז בכלל נישט אזוי שווער ציציקומען צי עים מ׳דארף פשוט וויסן די ריכטיגע מהלך, איך האב מיר געדרייט אין טאהש און ארום געפרעגט די עולם וויאזוי און ער האט זיך אפגעגעבן מיט מיר כאילו איך בין דער איינציגסטער מענטש אויפן וועלט אזש אז איך האב שוין געוואלט אנטלויפן אזוי לאנג זיצט ער מיט דיר זעכער צי מאכן ביזט קלאר אין די נושא