בלאט 1 פון 1
הרה"ח יודל וויינשטאק ע"ה אומגעקומען אין טראגישע עקסידענט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 10:13 am
דורך [NAMELESS]
מיט שאק קומט די נייעס אז הרה''ח ר' יודל וויינשטאק ע''ה, גבאי ביי מהרז''ל מסאטמאר, איז טראגיש אומגעקומען אין א שרעקליכע עקסידענט אויפן טראוועי.
ויה''ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 10:43 am
דורך יאסל ראקאווער
אוי וויי!
אבער למה עשה השם ככה צו די גבאי פון די רבי?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 11:05 am
דורך מיליאנער
יאסל ראקאווער האט געשריבן:אוי וויי!
אבער למה עשה השם ככה צו די גבאי פון די רבי?
פרעג אים אין אישי
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 11:56 am
דורך שמן למאור
אונז פארשטייען נישט די אייבישטערס דרכים. אבער די געוויסע וואס האבן יא געצויגן מסקנות פון דעם אז אפאר ראשי קהילה פון קהילת מהר"א זענען אומגעקומען אויף טראגישע אופנים, אז דאס ווייזט אויף עפעס, זענען מכובד אריינצוקומען מיט הסברים דא אויך.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 12:01 pm
דורך [NAMELESS]
עצי שטים האט געשריבן:אונז פארשטייען נישט די אייבישטערס דרכים. אבער די געוויסע וואס האבן יא געצויגן מסקנות פון דעם אז אפאר ראשי קהילה פון קהילת מהר"א זענען אומגעקומען אויף טראגישע אופנים, אז דאס ווייזט אויף עפעס, זענען מכובד אריינצוקומען מיט הסברים דא אויך.
אלע ראשי קהילה לעבן דערווייל ווי אויך די גבאים וואס זענען אינוואלווד אין ענינים, ר' מענדל בינער און ר' יודל זענען געווען גבאים מיט א תמימות צו באגלייטן און משמש זיין דעם רבי'ן ווי שרייבן קוויטלעך און טיילים שיריים זיי זענען בכלל נישט געווען פארמישט אין עניני הקהילה נישט געטשעפעט קיין פליג
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 12:04 pm
דורך שמן למאור
עמעזאן האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:אונז פארשטייען נישט די אייבישטערס דרכים. אבער די געוויסע וואס האבן יא געצויגן מסקנות פון דעם אז אפאר ראשי קהילה פון קהילת מהר"א זענען אומגעקומען אויף טראגישע אופנים, אז דאס ווייזט אויף עפעס, זענען מכובד אריינצוקומען מיט הסברים דא אויך.
אלע ראשי קהילה לעבן דערווייל ווי אויך די גבאים וואס זענען אינוואלווד אין ענינים, ר' מענדל בינער און ר' יודל זענען געווען גבאים מיט א תמימות צו באגלייטן און משמש זיין דעם רבי'ן ווי שרייבן קוויטלעך און טיילים שיריים זיי זענען בכלל נישט געווען פארמישט אין עניני הקהילה נישט געטשעפעט קיין פליג
נעם נישט מיין פוינט נישט ריכטיג. איך בין נישט געקומען זאגן אז ער איז "אויך" אוועק צוליב זיינע מעשים.. ח"ו. איך בין געקומען זאגן פארקערט, די באשעפער האט זיך זיינע חשבונות, און מען קען "דארטן" אויך נישט וויסן...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 12:09 pm
דורך היסטאריע
ווי אלט? ווען איז ער געווארען גבאי?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 12:10 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שטים האט געשריבן:אונז פארשטייען נישט די אייבישטערס דרכים. אבער די געוויסע וואס האבן יא געצויגן מסקנות פון דעם אז אפאר ראשי קהילה פון קהילת מהר"א זענען אומגעקומען אויף טראגישע אופנים, אז דאס ווייזט אויף עפעס, זענען מכובד אריינצוקומען מיט הסברים דא אויך.
דאס דערמאנט די מעשה ווען א איד פון קהילת צאנז קלויזנבורג, וועלכער האט געטראגן שבת מיט'ן עירוב, איז נעבעך טראגיש אומגעקומען אין אן עקסידענט האבן אפאר "חסידים ואנשי מעשה" געשריגן ביי זיין לויה "מחלליה מות יומת"...!
א פאר טעג שפעטער איז ל"ע געשעהן אן עקסידענט וואו א יונגל פון קהילתינו הקדושה איז אומגעקומען... זענען זיי געבליבן שטיל.. זיי האבן געמאכט די חשבונות פון באשעפער...!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 12:28 pm
דורך [NAMELESS]
היסטאריע האט געשריבן:ווי אלט? ווען איז ער געווארען גבאי?
69 יאר
געווען קודם גבאי ביי מהר''א אלס קרית יואלע רב ביי די פאליטיק איז ער אריבער צום ברך משה און פון דארט צו מהר''יי
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 12:33 pm
דורך שמן למאור
berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:אונז פארשטייען נישט די אייבישטערס דרכים. אבער די געוויסע וואס האבן יא געצויגן מסקנות פון דעם אז אפאר ראשי קהילה פון קהילת מהר"א זענען אומגעקומען אויף טראגישע אופנים, אז דאס ווייזט אויף עפעס, זענען מכובד אריינצוקומען מיט הסברים דא אויך.
דאס דערמאנט די מעשה ווען א איד פון קהילת צאנז קלויזנבורג, וועלכער האט געטראגן שבת מיט'ן עירוב, איז נעבעך טראגיש אומגעקומען אין אן עקסידענט האבן א פאר ..."חסידים ואנשי מעשה"...געשריגן ביי זיין לויה..."מחלליה מות יומת"...! א פאר טעג שפעטער איז ל"ע געשעהן אן עקיסדענט וואו א יונגל פון קהילתינו הקדושה איז אומגעקומען...זענען זיי געבליבן שטיל...זיי האבן געמאכט די חשבונות פון באשעפער...!
איך האב געהערט די מעשה א טראפקעלע אנדערש..
זיי האבן געשריגן מחלליה מות יומת!
האט איינער צוגעגאנגען און געפרעגט "די האלטסט אז ער איז געשטארבן וועגן די עירוב"? האבן זיי געשריגן "אודאי"!! די אייבישטער שטראפט נישט אומזינסט!
האט ער זיי געפרעגט "אויב אזוי פארוואס האט ער זיך אויסגעלעבט אזוי פיל שיינע יארן געזינט און פריש טראגנדיג מיט די עירוב"?
האבן זיי געענטפערט "אונז פארשטייען נישט די אייבישטערס דרכים"...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 1:30 pm
דורך berlbalaguleh
נוח:...I can't figure you out...למעלה מהשגתינו...!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 1:30 pm
דורך [NAMELESS]
ס׳נישט מער ווי ציניש און ביטער אז בשעה שמתו מוטל לפניו איז מען פארנומען מיט סארקאסטישע שפעקולאציעס. כ׳מיין אז גאר ווינציג פון די היגע באזוכער זענען סימפאטיש צו סאטמאר, און עס פעלט זיך נישט אויס אין יעדן אשכול אריינצופרעגלען נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע שיטו״ת.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 1:45 pm
דורך תוכו כברו
עמעזאן האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:ווי אלט? ווען איז ער געווארען גבאי?
69 יאר
געווען קודם גבאי ביי מהר''א אלס קרית יואלע רב ביי די פאליטיק איז ער אריבער צום ברך משה און פון דארט צו מהר''יי
חסידי מהר"א האבן גרויס מזל אז ער איז אריבער צו מהרז"ל, ווען ער בלייבט ווען ביי מהר"א וואלטן חסידי מהרז"ל זיכער תולה געווען זיין טויט אין די ווענט פון די קרית יואל'ער בית החיים...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 3:22 pm
דורך חדשים
עמעזאן האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:ווי אלט? ווען איז ער געווארען גבאי?
69 יאר
געווען קודם גבאי ביי מהר''א אלס קרית יואלע רב ביי די פאליטיק איז ער אריבער צום ברך משה און פון דארט צו מהר''יי
מען האט אים שוין פארשיקט פון מהר”א פאר די פאליטיק
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 7:53 pm
דורך berlbalaguleh
תוכו כברו האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:ווי אלט? ווען איז ער געווארען גבאי?
69 יאר
געווען קודם גבאי ביי מהר''א אלס קרית יואלע רב ביי די פאליטיק איז ער אריבער צום ברך משה און פון דארט צו מהר''יי
חסידי מהר"א האבן גרויס מזל אז ער איז אריבער צו מהרז"ל, ווען ער בלייבט ווען ביי מהר"א וואלטן חסידי מהרז"ל זיכער תולה געווען זיין טויט אין די ווענט פון די קרית יואל'ער בית החיים...
תוכו כברו: ייש"כ. אונז ווייס מיר ווער די "זאגערס" זענען. די ראשי המדברים. (דארט וואו מ'דארף נישט.) און נאכדעם זענען זיי די נרדפים. און די איבעריגע פשט'ל ווייסט דאך א יעדער. לאמיר פאלגן יהורם'ס עצה...!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 9:30 pm
דורך שמעון וואלף
חדשים האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:ווי אלט? ווען איז ער געווארען גבאי?
69 יאר
געווען קודם גבאי ביי מהר''א אלס קרית יואלע רב ביי די פאליטיק איז ער אריבער צום ברך משה און פון דארט צו מהר''יי
מען האט אים שוין פארשיקט פון מהר”א פאר די פאליטיק
מ'האט אים פארשיקט ווען מהר"א האט אנגעהויבן מיט די רב הצעיר מעשיות און פראבירט צו פארשענערן זיין אימעזש. ר' יודל איז געווען אן עבד נאמן פאר מהר"א און מיט א תמימות געטון וואס זיין אויבערהאר האט באגערט, ווער ס'געדענק יענע צייטן פארשטייט. ווען מהר"א האט זיך געגרייט איבערצונעמען די מלוכה און זיך געוואלט מוחל זיין די עבירות, האט ער געווארפן ר' יודל איבערן דראנג און גענומען א נייעם גבאי.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 11:24 am
דורך signout
שמעון וואלף האט געשריבן:חדשים האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:ווי אלט? ווען איז ער געווארען גבאי?
69 יאר
געווען קודם גבאי ביי מהר''א אלס קרית יואלע רב ביי די פאליטיק איז ער אריבער צום ברך משה און פון דארט צו מהר''יי
מען האט אים שוין פארשיקט פון מהר”א פאר די פאליטיק
מ'האט אים פארשיקט ווען מהר"א האט אנגעהויבן מיט די רב הצעיר מעשיות און פראבירט צו פארשענערן זיין אימעזש. ר' יודל איז געווען אן עבד נאמן פאר מהר"א און מיט א תמימות געטון וואס זיין אויבערהאר האט באגערט, ווער ס'געדענק יענע צייטן פארשטייט. ווען מהר"א האט זיך געגרייט איבערצונעמען די מלוכה און זיך געוואלט מוחל זיין די עבירות, האט ער געווארפן ר' יודל איבערן דראנג און גענומען א נייעם גבאי.
אסאך פריער ווי דעם, דער איד לעבט נישט אין ס'האט נישט קיין פשט צו אריינגיין אין דעטאלען,