בלאט 1 פון 1

וואס וואלסטו געטוישט אויפ'ן לאגא פון קאווע שטיבל?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 8:16 pm
דורך berlbalaguleh
דער לאגא פון קאוועשטיבל איז שוין לאורך ימים ונשים דא (מסתמא) מיום הוסדה.

עס האט, און טוט נאכאלטץ סימבאליזירן דעם מהות און פערזענליכקייט פון קאווע שטיבל. 2 אידן זיצן און שמועסן מיט א רואיגקייט. איינער טרינקט א (געשמאקע) קאווע. זיין חבר דרשנ'ט.

אבער ס'זענען זיך פארלאפן אן א שיעור געשעענישן אין סאציאלן און פאליטישן לעבן. זיכער אין די אידישע וועלט. מיין שאלה איז וואס מ'קען דא טוישן (בחסר או ביתר) כדי צו סימבאליזירן דאס איצטיגקייט און פרישקייט פון דעם פלאטץ.

ווער ס'האט געדאנקען און עצות ווערט געבעטן זיך אנצורופן. ס'נישט זיכער אז די הנהלה וועט עס אננעמען. און אדורכפיהרן. אבער פרובירן מעג מען...ייש"כ למפרע...!

Re: וואס וואלסטו געטוישט אויפ'ן לאגא פון קאווע שטיבל?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 8:44 pm
דורך פרנס החודש
איך וואלט צו געלייגט אויסגעגאסענע קאווע און צעטרויטענע טישוס אויף דער ערד.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 11:01 pm
דורך קהל'ס נער
וויבאלד אין די לעצטע 10 יאר איז וויד (weed) שטארק אריינגעקימען ביים עולם, וואלט געוועהן ראוי ציצילייגן ווי איינער איז מקטיר א לילקע-ציבעך לשמו יתברך.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 11:09 pm
דורך berlbalaguleh
ייש"כ פאר אלע מגיבים (בהווה ובעתיד). נאר איך מיין אז ס'וואלט געווען שטארק אינטרעסאנט ארויפצולייגן א מאסק אויפ'ן פנים פון דעם שמועסער וועלכער טרינקט יעצט נישט קיין קאווע.

ווער ווייסט מיט וועלכע נאך משוגעת'ן די גוי'אישע וועלט וועט אויפקומען.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 12:23 am
דורך שמעקעדיג
איך מיין מען זאל צולייגן א עפל און א אראנדזש.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 12:39 am
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'מיין טשאקאלאד איז בעסער

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 4:29 am
דורך טאמבל סאס
berlbalaguleh האט געשריבן: 2 אידן זיצן און שמועסן מיט א רואיגקייט.
עט די מאמענט זעען זיי דאך נישט אויס ווי קיין אידן אלזא וואלט איך געטוישט איינעם און געמאכט פאר א חסידישער איד. דעם אנדערעם וואלט איך געמאכט אויסזעהן ווי די רשע פון די הגדה. מיט אייליקע ציין..

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 4:51 am
דורך וואלווי
כ'וואלט נאר ארויסגענומען די בענקל און טיש'ל.
מ'בלייבט מיט צוויי מענטשען זיצען און די לופט.
ס'איז אסאך קילער אזוי...

מיט דעם קען מען סעטיספייען @קהל'ס נער אויך..
קהל'ס נער האט געשריבן:וויבאלד אין די לעצטע 10 יאר איז וויד (weed) שטארק אריינגעקימען ביים עולם, וואלט געוועהן ראוי ציצילייגן ווי איינער איז מקטיר א לילקע-ציבעך לשמו יתברך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 10:46 am
דורך תרמב
וואס אידאס? מאכן שינויים? ווי האט איר דאס געזעהן? איר ווייסט נישט אז חדש אסור מן התורה? מיר וועלן זיך נישט אוועקרירן פון וואס איז אלס געווען דורי דורות, אז ס'איז געווען גוט פאר אונזערע עלטערן איז עס גוט פאר אונז אויך.... די טוישונגען וועט מען לאזן פאר די משכילים....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:17 am
דורך שמעקעדיג
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'מיין טשאקאלאד איז בעסער
אויפ'ן פארלאנג פונעם פותח האשכול, ר' בערל, האב איך געשריבן עפל און אראנדזש, ווייל איך זעה ער נוצט דאס אסאך אין זיינע תגובות. קען זיין דו האסט ליב טשאקאלאד בעסער, אבער איך גיי לשיטת הר"ר' בערל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 6:51 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:איך מיין מען זאל צולייגן א עפל און א אראנדזש.
איך האלט אז רוב ליינערס און שרייבערס דא אויף קאווע שטיבל האבן נישט יורד געווען לסוף דעתו פון אונזער גרויסן און (הייליגן) רבי'ן.

מ'קען פון דעי חקירה אויפמאכן (לכה"פ) נאך אן אשכול. וואו מ'וועט דעבאטירן וואס אונזער גרויסער און הייליגער רבי שליט"א האט געמיינט.

The contest is on...!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 6:54 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'מיין טשאקאלאד איז בעסער
אויפ'ן פארלאנג פונעם פותח האשכול, ר' בערל, האב איך געשריבן עפל און אראנדזש, ווייל איך זעה ער נוצט דאס אסאך אין זיינע תגובות. קען זיין דו האסט ליב טשאקאלאד בעסער, אבער איך גיי לשיטת הר"ר' בערל.
אוי הרב שמעקעדיג שליט"א: דו האסט מיר קאליע געמאכט א גאנצן אשכול. איך האב געשריבן א תגובה נישט זעענדיג דיין ענטפער. ואיתו הסליחה...! דאס איז א סימן אז איך האב נישט קיין רוה"ק...!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 6:59 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב האט געשריבן:וואס אידאס? מאכן שינויים? ווי האט איר דאס געזעהן? איר ווייסט נישט אז חדש אסור מן התורה? מיר וועלן זיך נישט אוועקרירן פון וואס איז אלס געווען דורי דורות, אז ס'איז געווען גוט פאר אונזערע עלטערן איז עס גוט פאר אונז אויך.... די טוישונגען וועט מען לאזן פאר די משכילים....
הרב תרמב: אדרבה. זאג אונז וואספארא מענטשעלעך דייו זיידע און עלטער זיידע האבן געניצט אויף זייער קאווע שטיבל 'דערהיים אין שאראש פאטאק אדער הוידו נאנאש. און אונז עמיר זיך האלטן צו די מסורה...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 10:53 pm
דורך קידוש
איך וואלט עס געטוישט צו א רינדיכיגע גרופע מענטשען, יעדער אן אנדערע סייז פיגור, גרויסע קליינע קאפלעך, געלע / וויסע ציצית אדער גאר ווייט ענד ווייט געביגילטע העמעד ארויסגעשטעקט פונעם הויזען, ס'לעצטע וואלט איך געמאכט מיט 3/4 הויזען צו ארויסווייזען די "באני רעביט" זאקען,
די אלע וועלען רעפרעזענטירען אונזער קאלירפולע ציבור

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:38 pm
דורך נעקסט לעוועל
קידוש האט געשריבן:איך וואלט עס געטוישט צו א רינדיכיגע גרופע מענטשען, יעדער אן אנדערע סייז פיגור, גרויסע קליינע קאפלעך, געלע / וויסע ציצית אדער גאר ווייט ענד ווייט געביגילטע העמעד ארויסגעשטעקט פונעם הויזען, ס'לעצטע וואלט איך געמאכט מיט 3/4 הויזען צו ארויסווייזען די "באני רעביט" זאקען,
די אלע וועלען רעפרעזענטירען אונזער קאלירפולע ציבור
דאס רעזענפרירט די מקווה צימער אין ראדני... און א געוויסן זין