בלאט 1 פון 1

ישיבות אין פאניק צוליב ריזיגע נ"י טיימס באריכט אין נאנטע טעג

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:02 am
דורך ששון ושמחה
א דרינגענדע אסיפה איז היינט פארופן געווארן צווישן אלע היימישע מוסדות נאכדעם ואוס ס'איז ארויסגערינען אז די נ"י טיימס גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א גרויסע באריכט איבער עדיוקעישאן אין די היימישע ישיבות, וואס גייט געדרוקט ווערן אין די נאנטע טעג.

לויט ווי מ'הערט ארבייטען זיי שוין אויף דעם באריכט פאר אפאר יאהר, און האבן באוויזן צו אינטערוויוען הונדרעטע מענטשן, היימישע און נישט היימישע און געוועזענע היימישע, וועגן די נושא.