בלאט 1 פון 1

די ריכטיגע פשט פון "אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו"

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 8:05 pm
דורך קהל'ס נער
(אמר התורה שרייבער, דעיס האב איך געשריבען אלץ א תגובה אין א אנדערע אשכול, אבער כדאי ס'זאל ארכיווירט ווערן כראוי, לייג איך עס איבער אין די תורה אפטיילונג.)
מתבודד האט געשריבן:די גאנצע זאך איז א פשוט’ע תאווה, אדער צום מערסטנס א מחלה. ביי מיר גילט נאך דער כלל ’’אין הקב”ה בא בטרוניא עם בריותיו” מילא א שווערע נסיון, יא. אבער א אנדערע טבע, ניין.
מעו האט פארדרייט די פשט פון "אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו".
ס'מיינט נישט "אז דער אייבערשטער געט נישט קיין נסיון וואס מען קען נישט ביישטיין" פאר 2 סיבות.
1. די מציאות פאטשט אין פנים.
2. פון די גמ' אליינס זעהט מען אז דנר אייבערשטער שיקט יא נסיונות וואס מען קען נישט ביישטיין, כדלהלן.

ובכן, וויל דאך יעדער איינער וויסן וואס איז יא פשט, דארף מען לערנען די גאנצע גמ' וועט מען פארשטיין די קאנטעקסט, אזוי:

הגמרא (מסכת עבודה זרה ג.) אומרת שלעתיד לבוא יראו הגויים את השכר שמגיע לישראל, וירצו גם הם לקיים את התורה: "אמר להן הקב"ה: שוטים שבעולם, מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת, מי שלא טרח בערב שבת מהיכן יאכל בשבת? אלא אף על פי כן, מצוה קלה יש לי וסוכה שמה, לכו ועשו אותה"... מיד כל אחד ואחד נוטל והולך ועושה סוכה בראש גגו, והקדוש ברוך הוא מקדיר עליהם חמה בתקופת תמוז, וכל אחד ואחד מבעט בסוכתו ויוצא, שנאמר: "ננתקה את מוסרותימו ונשליכה ממנו עבותימו". מקדיר, והא אמרת: אין הקדוש ברוך הוא בא בטרוניא עם בריותיו! משום דישראל נמי זימני דמשכא להו תקופת תמוז עד חגא והוי להו צערא. והאמר רבא: "מצטער פטור מן הסוכה"! נהי דפטור, בעוטי מי מבעטי?!

זעט מען אז די נסיון פון נישט קענען זיצן אין סוכה גייען זיי נישט קענען עומד זיין, ווייל ס'גייט במציאות זיין אזוי הייס אז ס'איז אוממעגליך צי זיין אין סוכה, פרעיגט די גמ' והרי אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, דהיינו וויאזוי קען מען שטראפן אויף א נסיון וואס זיי האבן נישט געקענט עומד זיין? אויף דעם ענטפערט די גמ', אז זיי וועלן ווערן געשטראפט פארן צושטויסן די סוכה וואס דאס איז א נסיון וואס זיי קענען יא עומד זיין.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 8:19 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אין אנדערע ווערטער: א נסיון וואס מ׳קען נישט ביישטיין, איז דאך ׳אונס רחמנא פטריה׳ און מ׳ווערט נישט געשטראפט דערויף.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 8:24 pm
דורך קהל'ס נער
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער: א נסיון וואס מ׳קען נישט ביישטיין, איז דאך ׳אונס רחמנא פטריה׳ און מ׳ווערט נישט געשטראפט דערויף.
בא @בְּתוֹךְ עַמִּי והעמידן אל אחת....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 10:02 pm
דורך מתבודד
קודם שכ’ח קהל’ס פאר’ן עומד זיין לאמיתה של תורה, כמותך ירבו בישראל בכלל ובשטיבל בפרט.

איך ליג נישט אין די סוגיא נאר אין בעט במילא קען זיין כ’בין מיך טועה, אבער בפשטות איז די קשיא פון גמ’ נישט אז זיי גייען נישט קענען עומד בנסיון זיין נאר אז זיי גייען בכלל נישט זיין מחוייב.
והאמר רבא: מצטער פטור מן הסוכה דהיינו כביכול מאכט חוזק מיטן מעניש זיין אויף א מצוה וואס ער האט גורם געווען מ’זאל בכלל זיין פטור, וכלשון רש”י, בטרוניא: בעלילה.
במילא דיין צווייטע ראי’ איז אפגעפרעגט און די כלל קען נאך אלס זיין אמת. (כאטש ביסט גערעכט אז ס’איז נישט ריכטיג פשט)

און טאקע לגבי בתוך’ס תגובה, דאס איז ביי מצוות סוכה דייקא ווי די דין זאגט ’מצטער פטור מן הסוכה’, אבער אויב האב איך א ”זייער” שטארקע ניסיון בין איך א אונס? רחמנא פטרייה? מן יימר??

(לגבי די מציאות וואס פאטשט אין פנים וויל איך נישט רעדן, ווייל ס’פראסקעט אזוי שטארק אז ס’שווער מבחין זיין בין אמת לנגיעות...)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 12:01 am
דורך שמעקעדיג
מתבודד האט געשריבן:איך ליג נישט אין די סוגיא נאר אין בעט
:lol:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 12:29 am
דורך קהל'ס נער
מתבודד האט געשריבן:קודם שכ’ח קהל’ס פאר’ן עומד זיין לאמיתה של תורה, כמותך ירבו בישראל בכלל ובשטיבל בפרט.

איך ליג נישט אין די סוגיא נאר אין בעט במילא קען זיין כ’בין מיך טועה, אבער בפשטות איז די קשיא פון גמ’ נישט אז זיי גייען נישט קענען עומד בנסיון זיין נאר אז זיי גייען בכלל נישט זיין מחוייב.
והאמר רבא: מצטער פטור מן הסוכה דהיינו כביכול מאכט חוזק מיטן מעניש זיין אויף א מצוה וואס ער האט גורם געווען מ’זאל בכלל זיין פטור, וכלשון רש”י, בטרוניא: בעלילה.
במילא דיין צווייטע ראי’ איז אפגעפרעגט און די כלל קען נאך אלס זיין אמת. (כאטש ביסט גערעכט אז ס’איז נישט ריכטיג פשט)

און טאקע לגבי בתוך’ס תגובה, דאס איז ביי מצוות סוכה דייקא ווי די דין זאגט ’מצטער פטור מן הסוכה’, אבער אויב האב איך א ”זייער” שטארקע ניסיון בין איך א אונס? רחמנא פטרייה? מן יימר??

(לגבי די מציאות וואס פאטשט אין פנים וויל איך נישט רעדן, ווייל ס’פראסקעט אזוי שטארק אז ס’שווער מבחין זיין בין אמת לנגיעות...)
אשרי העם שאפילו במיטה עוסקים בתורה.

ובכן, די קשיא איז אז מען קען נישט עומד זיין,
אויף דעים ענטפערט די גמ' אז מען קען יא עומד זיין ווייל ביי די יודן מאכט זיך אמאל א היץ און מ'איז נאכאלץ אין סוכה,
פרעיגט די גמ' אפ די אוקימתא (אז מען קען יא עומד זיין) ווייל אויב אזוי זענען זיי פטור אלץ מצטער,
מילא גייט מען ציריק אז מען קען נישט עומד זיין,
מילא ווערט ציריק שווער פארוואס ווערן זיי געשטראפט,
און אויף דעים איז די תירוץ אז זיי ווערן געשטראפט פארן צושטויסן די סוכה.

יעצט לגבי בתוך, ביסט גערעכט אז מצטער פטור איז נאר ביי סוכה, אבער אינז רעד מיר דאך פון א ניסיון וואס מען קען נישט עומד זיין.

לגבי מציאות, זאג ר' צדוק אויך אזוי איך בין עים נישט חושד מיט נגיעות.


עניוועי, כ'דערמאן מיך יעצט מיינע גיטע יארן, ווען כ'פלעיג עוסק זיין במלחמתה של תורה...איי ווי נעמט מען די גיטע יארן אזוי שנעל אוועקגעפארען....

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 5:59 am
דורך ודברת בם
איך מיין אז פשט אז גאר אנדערש.

קודם אן הקדמה. מ'רעדט דא נישט פון קיין שטראף. פאר שטויסן א סוכה באקומט מען נישט קיין שטראף. Period.

די באשעפער, כביכול, זאגט פאר די גוים עטץ זענטס jokers? ווילסטו די תורה? ס'איז א שווערע ארבייט אן קיין reward. פארוואס? די ווילסט הנאת המצווה? פראביר א גערינגע געשמאקע סוכה! ס'איז נישט קיין הנאה פאר ענק מער!. ווי איינער זאגט אז די האסט געטרינקען וויין אלע יארן (טרח בערב שבת) האסטו הנאה פון די דעים אז נישט נישט. קענסט נישט אנקומען צו א וויין טעסטינג און זאגן איך וויל. ס'איז סתם ביטער.. מ'קען אפילו צולייגען ווייל לעתוד לבא קומט נישט קיין שכר. די תורה אליינס איז שכר כידוע. צדיקים יושבים ועטרתיהן בראשיהן וכו'.

זאגט די גוי איך פארשטיי דערצו איך וויל עס. Try me

מאכט עס גאט ביטער הייס. פרעגט די גמרא וואסארא tryout איז דאס? ס'איז א טריק? בטרוניה? אז מ'איז פטור איז דאך נישט דא די געשמאק פון די מצווה וכו' סארא עקזעמפאל tryout איז דאס?

ענטפערט די גמרא איינער וואס פארשטייט צו סוכה און די טעם דערפון שטויסט נישט קיין סוכה אז ער קען נישט זיצען ווייל ער איז פטור. די ממש האסט נישט קיין געשמאק דערפון. לאז דיך אפ.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 11:42 am
דורך היסטאריע
ס'מיינט נישט "אז די אייבערשטער געט נישט קיין ניסיון וואס מען קען נישט ביישטיין" פאר 2 סיבות.
1. די מציאות פאטשט אין פנים.
2. פון די גמ' אליינס זעיט מען אז די אייבערשטער שיקט יא נסיונות וואס מען קען נישט ביישטיין, כדלהלן

אין דער נאנטער אשכול, וועגן בחירה, שטייט דער אז דער רמב"ם האלט אז עס איז דא בחירה אויף יעדעס זאך. לויט אים איז נישטא קיין נסיון וואס מען קען נישט ביישטיין.

אין די גמרא ע"ז, וועגן סוכה שטייט נישט פארקערט, דארט שטייט אז דער נסיון איז אויף דער שטויסען, און אויף דעם האבן זיי יא בחירה.

מצטער פטור צו הסוכה איז נישט קיין דין מכח אונס רחמנא פטריה, עס איז א דין אין הלכות סוכה, והדברים עתיקים.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 9:38 pm
דורך חדשים
קהל'ס נער האט געשריבן:(אמר התורה שרייבער, דעיס האב איך געשריבען אלץ א תגובה אין א אנדערע אשכול, אבער כדאי ס'זאל ארכיווירט ווערן כראוי, לייג איך עס איבער אין די תורה אפטיילונג.)
מתבודד האט געשריבן:די גאנצע זאך איז א פשוט’ע תאווה, אדער צום מערסטנס א מחלה. ביי מיר גילט נאך דער כלל ’’אין הקב”ה בא בטרוניא עם בריותיו” מילא א שווערע נסיון, יא. אבער א אנדערע טבע, ניין.
מעו האט פארדרייט די פשט פון "אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו".
ס'מיינט נישט "אז דער אייבערשטער געט נישט קיין נסיון וואס מען קען נישט ביישטיין" פאר 2 סיבות.
1. די מציאות פאטשט אין פנים.
2. פון די גמ' אליינס זעהט מען אז דנר אייבערשטער שיקט יא נסיונות וואס מען קען נישט ביישטיין, כדלהלן.

ובכן, וויל דאך יעדער איינער וויסן וואס איז יא פשט, דארף מען לערנען די גאנצע גמ' וועט מען פארשטיין די קאנטעקסט, אזוי:

הגמרא (מסכת עבודה זרה ג.) אומרת שלעתיד לבוא יראו הגויים את השכר שמגיע לישראל, וירצו גם הם לקיים את התורה: "אמר להן הקב"ה: שוטים שבעולם, מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת, מי שלא טרח בערב שבת מהיכן יאכל בשבת? אלא אף על פי כן, מצוה קלה יש לי וסוכה שמה, לכו ועשו אותה"... מיד כל אחד ואחד נוטל והולך ועושה סוכה בראש גגו, והקדוש ברוך הוא מקדיר עליהם חמה בתקופת תמוז, וכל אחד ואחד מבעט בסוכתו ויוצא, שנאמר: "ננתקה את מוסרותימו ונשליכה ממנו עבותימו". מקדיר, והא אמרת: אין הקדוש ברוך הוא בא בטרוניא עם בריותיו! משום דישראל נמי זימני דמשכא להו תקופת תמוז עד חגא והוי להו צערא. והאמר רבא: "מצטער פטור מן הסוכה"! נהי דפטור, בעוטי מי מבעטי?!

זעט מען אז די נסיון פון נישט קענען זיצן אין סוכה גייען זיי נישט קענען עומד זיין, ווייל ס'גייט במציאות זיין אזוי הייס אז ס'איז אוממעגליך צי זיין אין סוכה, פרעיגט די גמ' והרי אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, דהיינו וויאזוי קען מען שטראפן אויף א נסיון וואס זיי האבן נישט געקענט עומד זיין? אויף דעם ענטפערט די גמ', אז זיי וועלן ווערן געשטראפט פארן צושטויסן די סוכה וואס דאס איז א נסיון וואס זיי קענען יא עומד זיין.
די מדרש רבה לערנט יא אז דער אייבערשטער געט נישט קיין נסיון וואס מען קען נישט ביישטיין (בראשית פרשה ל"ב פ"ג).
וז”ל, כתיב (תהלים יא, ה): "ה' צדיק יבחן ורשע ואוהב חמס שנאה נפשו" אמר רבי יונתן היוצר הזה אינו בודק קנקנים מרועעים שאינו מספיק לקוש עליהם אחת עד שהוא שוברם, ומי הוא בודק בקנקנים יפים אפילו מקיש עליהם כמה פעמים אינם נשברים, כך אין הקדוש ברוך הוא מנסה את הרשעים אלא את הצדיקים שנאמר "ה' צדיק יבחן" וכתיב (בראשית כב, א): "והאלהים נסה את אברהם".
אמר רבי יוסי בן חנינה הפשתני הזה בשעה שהוא יודע שהפשתן שלו יפה כל שהוא כותשה היא משתבחת וכל זמן שהוא מקיש עליה היא משתמנת, ובשעה שהוא יודע שהפשתן שלו רעה אינו מספיק לקוש עליה אחת עד שהיא פוקעת, כך אין הקב"ה מנסה את הרשעים אלא את הצדיקים שנאמר "ה' צדיק יבחן".
א"ר אלעזר משל לבעל הבית שהיה לו ב' פרות אחת כחה יפה ואחת כחה רע על מי הוא נותן את העול לא על זאת שכחה יפה, כך הקדוש ברוך הוא מנסה את הצדיקים שנאמר "ה' צדיק יבחן".

מ’ברענגט א ראי’ פון די גמרא אין כתובות (דף ל"ג ע"ב), אלמלי נגדוהו לחנניא מישאל ועזרי' הוי פלחו לצלמא. ווייל די אייבירשטער האט געוויסט אז אם הוי נגדוהו הוי פלחי לצלמא לכן לא ניסו בזה.

דא האסטו פון די חפץ חיים אין שמירת הלשון. וז"ל שם: "וְיֵשׁ שֶׁסִּבָּתָן הוּא מִצַּד הַיֵּאוּשׁ. דְּהַיְנוּ שֶׁהַיֵּצֶר מְפַתֶּה אוֹתָם שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְאִישׁ מְדִינִי כְּלָל לַעֲמֹד בָּזֶה, אִם לֹא שֶׁיִּפְרֹש לְגַמְרֵי מֵעִנְיְנֵי הָעוֹלָם, וְזֶה אִי אֶפְשָׁר, וְתוֹלִין אֶת עַצְמָן בְּמַאֲמַר חֲזַ"ל (בבא בתרא קס"ה.): וְכֻלָּן בְּלָשׁוֹן הָרָע, עַל כֵּן הֵם מִתְיָאֲשִׁין לְגַמְרֵי מִשְּׁמִירַת זֶה הָעִנְיָן.
וּבֶאֱמֶת זוֹהִי טָעוּת גְּדוֹלָה, דְּאִם כֵּן לָמָּה צִוְּתָה הַתּוֹרָה עַל זֶה בְּלֹא תַעֲשֶׂה? הֲלֹא יָדוּעַ הוּא, דְּאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו, וַהֲוָה לֵהּ לְהַתּוֹרָה לִכְתֹּב דָּבָר זֶה רַק בְּעִנְיַן הַמִּדּוֹת, כְּמוֹ שְׁאָר מִדּוֹת קְדוֹשׁוֹת, שֶׁנֶּאֱמָרוֹת רַק לַאֲנָשִׁים יְחִידִים. אֶלָּא וַדַּאי דְּיוֹצֵר הָאָדָם שָׂם בְּכֹחַ כָּל אִישׁ וְאִישׁ מִיִּשְׂרָאֵל, שֶׁאִם רַק יָשִׂים עֵינָיו וְלִבּוֹ עַל דְּרָכָיו, יוּכַל לְהִזָּהֵר מִזֶּה. וְכִדְאִיתָא בְּסִפְרִי פָּרָשַׁת הַאֲזִינוּ (דברים ל"ב ד'): "אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל", שֶׁלֹּא בָּרָא בְּנֵי אָדָם לִהְיוֹת רְשָׁעִים, אֶלָּא לִהְיוֹת צַדִּיקִים, (פֵּרוּשׁ: דְּאִי לָאו הָכִי יֵשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, עָוֶל בְּחֻקּוֹ יִתְבָּרַךְ עַל הָעֹנֶשׁ שֶׁמַּעֲנִישָׁם אַחַר כָּךְ)" עכ"ל.

איך ברענג נאר צו די אלע מראי מקומות להשלמת האשכול, אבער לגופו של ענין פארשטיי איך עכט נישט וואס עס מיינט. עס גייט געקניפט און געבינדן מיט בחירה וואס איך פארשטיי נישט. אויך כאפ איך נישט וואס די ווערטער דארף צו מיינען, א תירוץ פאר דורכפאלן? א סימן אז עכט קענסטו יא זיך איינהאלטן? אויך, וואס איז דאס אנדערש פון א אונס? אויב נישט, וואס איז די חידוש דא? וואס איז די גדר? וואס טוט זיך מיט תחלתו ברצון וסופו באונס? ועוד...

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2022 10:19 pm
דורך היסטאריע
עס איז באקאנט די מחלוקת ראשונים אויב א אונס וואס ברענגט זיך אליין אהן, אויב עס האט א דין אונס.