בלאט 1 פון 1
כינוס בחורי ישראל
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 9:15 pm
דורך דאס איז נישט מיך
עס ווערט געפלאנט א גרויסע כינוס פאר די בחורים פין נ"י און נ"ז קומעדיגע מאנטאג אקעגן פגעי האטעכנעלאגיע
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 9:18 pm
דורך דאס איז נישט מיך
י''א אז עס גייט אויפטרעטען דארט הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א וואס וויילט יעצט אין נוא יארק
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 10:30 pm
דורך תוכו כברו
ווער שטייט אינטער דעם?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:29 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:41 pm
דורך שמן למאור
די עקסטרעמיסטן הערן נישט אויף. קודם די פרויען, יעצט די בחורים...
איינער מוז טרעפן א בעסערע דזשאב פאר די עסקנים ליידיגייערס.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 12:00 am
דורך קהל'ס נער
גארנישט קיין עקסטרעמיסטן און ליידיגייערס, דיי עווענט-פלענערס האבן געטראפן א נייע טאקטיק צי מאכן געלט דורך כינוסים אקעיגן פגעי הווייסעכוואס, און יעדע פאר וואכן מאכט מען איבער די joke, איינמאל פאר מענער נאכדעים פרויען נאכדעים קינדער נאכדעים בחורים, ווען די אינטערנעט סקעם גייט שוין זיין אויסגעדראשען, גייט מען מאכן כינוסים אקעיגן לאנגע פאנג'עלאוס אא"וו, מען קען נישט האבן קיין טענות אויף זיי, אמער זיי טוען עס דאך...עהעם...לעצוירעח פערנאתע.....
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 12:21 am
דורך מי ימצא
אויב סאיז דאך לצורך פרנסה און מיר טוען דאך אלעס נאר לצורך פרנסה, מיינד יאר אוין ביזנעס!
איים סארי מען זאל מיך נישט נעמען ראנג, וואס איז אנדערש דער וואס האקט אויף דעי וואס האקן? סך הכל האסטו באקומען א חינוך צו האקן אויף עקרעמיסטן. און יענער האט באקומען א חינוך צו האקן אויף אויפגעקלערטע.
יעדער זאל טייטשן מיינע ווערטער ווי אזוי זיי ווילן. אבער איך מיין סאיז צייט צו אפלאזן יענעם'ס עבירות, געב א געזונטע חינוך פאר דיינע קינדער, אז זיי האבן גארנישט מיט יענעם. קיינער קען אונז נישט זאגן וואס צו טאהן, אבער אונז קענען אויך נישט זאגן יענעם וואס צו טאהן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 12:36 am
דורך קהל'ס נער
מי ימצא האט געשריבן:אויב סאיז דאך לצורך פרנסה און מיר טוען דאך אלעס נאר לצורך פרנסה, מיינד יאר אוין ביזנעס!
איים סארי מען זאל מיך נישט נעמען ראנג, וואס איז אנדערש דער וואס האקט אויף דעי וואס האקן? סך הכל האסטו באקומען א חינוך צו האקן אויף עקרעמיסטן. און יענער האט באקומען א חינוך צו האקן אויף אויפגעקלערטע.
יעדער זאל טייטשן מיינע ווערטער ווי אזוי זיי ווילן. אבער איך מיין סאיז צייט צו אפלאזן יענעם'ס עבירות, געב א געזונטע חינוך פאר דיינע קינדער, אז זיי האבן גארנישט מיט יענעם. קיינער קען אונז נישט זאגן וואס צו טאהן, אבער אונז קענען אויך נישט זאגן יענעם וואס צו טאהן.
מיין באבע פלעיגט זאגן (נישט ממש) "ווען מ'קטן'ט אקעיגן די ווינט ווערט מען נאס".
איי דאונט קעיר זאל די עקסטרעמיסטן פון מיין זיין גיין מיט גאטשעס מוזהבות אויפן קאפ, אבער ווען זיי הייבן אן אינז צי באשמיצן גייען זיי ציריקכאפן.
Re: כינוס בחורי ישראל
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 12:44 am
דורך צוזאמגעדרייט
איך'ל שטארבן ווי א פאר'קטן'טע גאטקע ווי איידערן זיין איינס פון אכציג טויזנט קעלבן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 12:55 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מי ימצא האט געשריבן:אויב סאיז דאך לצורך פרנסה און מיר טוען דאך אלעס נאר לצורך פרנסה, מיינד יאר אוין ביזנעס!
איים סארי מען זאל מיך נישט נעמען ראנג, וואס איז אנדערש דער וואס האקט אויף דעי וואס האקן? סך הכל האסטו באקומען א חינוך צו האקן אויף עקרעמיסטן. און יענער האט באקומען א חינוך צו האקן אויף אויפגעקלערטע.
יעדער זאל טייטשן מיינע ווערטער ווי אזוי זיי ווילן. אבער איך מיין סאיז צייט צו אפלאזן יענעם'ס עבירות, געב א געזונטע חינוך פאר דיינע קינדער, אז זיי האבן גארנישט מיט יענעם. קיינער קען אונז נישט זאגן וואס צו טאהן, אבער אונז קענען אויך נישט זאגן יענעם וואס צו טאהן.
יא, כ׳געב בס״ד א געזונטע חינוך פאר מיינע קינדער... אבער ווען ס׳דא א ווינט/מצב/כינוס אין גאס האט עס ווי נישט ווי אן השפעה אויף מיין שטוב אויך. און בכלל וואסערע פארגלייך - צווישן די האקערס אין די האקערס אויף די האקערס - איז דאס?
זיי מאכן כינוסים, פלאקאטן ברבים; און אונז דא און ווינקל טאר מיר זיך נישט ארויסגעבן דאס ווייטאג?? ווארט נאר ווארט, ווען אונז וועל מיר זיך צאמנעמען ׳בכינוס גדול׳ קעגן זיי...!
Re: כינוס בחורי ישראל
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 1:06 am
דורך דער גאלדענער אדלער
תוכו כברו האט געשריבן:ווער שטייט אינטער דעם?
מן הסתם עטליכע פרומע ליידיגייערס וואס זוכן זיך צו משתלט זיין על הצבור, ובחדא מחתא שוין צו מאכן אפאר טולער באופן נקיה ודלה
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
Re: כינוס בחורי ישראל
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 2:02 am
דורך פרנס החודש
גארנישט מיט טעכנאלאגיע , אפאר ביסנעס מענטשן ווילן קרוינען צבי מאיר זילבערבערג פאר א מין גדול הדור.
Re: כינוס בחורי ישראל
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 2:04 am
דורך פרנס החודש
אויב וועלן זיי מצליח זיין צוזאמברענגען קווינס מיט מאנרא אונטער איין דאך, איז עס א אויפטוה איינס אין דער וועלט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 9:47 am
דורך תוכו כברו
שמועות אז דער כינוס איז געקענסלט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 10:41 pm
דורך קידוש
רויב גרויסע ראשי ישיבות האבען ארויגעבעקט ( אדער קיינמאל מסכים געווען)
עס וועט פארקומען היינט נאכט אין בארץ פארק( בעלזע זאל) פאר וועלכע בחורים עס ווילען גיין, נישט קיין באשטימטע ישיבות
Re: כינוס בחורי ישראל
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 10:44 pm
דורך פרנס החודש
פרנס החודש האט געשריבן:אויב וועלן זיי מצליח זיין צוזאמברענגען קווינס מיט מאנרא אונטער איין דאך, איז עס א אויפטוה איינס אין דער וועלט.
לא זכינו…