בלאט 1 פון 3

ענגלישע קעניגן עליזאבעט II איז טויט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 1:29 pm
דורך תרמב
די אפיס פון די בריטישע קעניגרייך האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט זאגנדיג אז די דאקטורים זענען באזארגט איבער די געזונט צושטאנד פונעם קעניגן, דאס האט געפירט צו שפעקולאציעס אז די קעניגן איז געשטארבן, ווייל זיי האבן געזאגט אז מ'גייט נישט מעלדן ביז די גאנצע פאמיליע איז דארט, און זיי אלע קומען צו פארן יעצט, די מידיא אנקארס האבן שוין אן שווארצע רעקלעך און נעקטייס ווי די פראטאקאל איז אז מ'דארף גיין ווען די מאנארך שטארבט, דאס איז א אנדייטונג אז זיי ווייסן דערוועגן און זיי ווארטן אויף רשות צו מעלדן, מענטשן האבן שוין אנגעהויבן צו לייגן בלומען ארום די באקינגהעם פאלאץ, עס איז אינטערסאנט אז די קעניגן האט נאך באגריסט צוויי טעג ליז טרוס צו ווערן די נייע פרעמיערשע אין ענגלאנד, אויף די בילדער האט נישט אויסגעקוקט ווי זי האלט שוין ביים שטארבן.

קומט יעצט אריין די נייעס אז BBC האט אפיציעל באשטעטיגט אז די קעניגן איז געשטארבן היינט אין אוונט, עס איז ערווארטעד אז דער זון פרינץ טשארלס זאל איבערנעמען די סימבאלישע מלוכה, די גאנצע בריטישע קאמענוועלט איז איינגעהילט אין א טרויער...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 1:38 pm
דורך מר. קלונימוס
יעצט האלט די שוין נישט ביים שטארבן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 1:47 pm
דורך שאלתיאל
רעבעצין עליזאבעט איז געשטארבן.

לויט א ספעציעלע פראטאקאל מיטן נאמען ''לאנדאן ברידזש'' וועלכע איז גרייט נאך פון די 60'יער יארן וועט די פראצעדור אריבערגיין ווי פאלגענד:

פרעימיער מיניסטער (ליז טראס וועלכע איז ממש יעצט ערוועלט געווארן) וועט באקומען די ביטערע בשורה דורך די פריוואטע סעקרעטאר פונעם קעניגן דורך א זיכערע טעלעפאן ליניע.

-סעקרעטאר פון ממשלה באקומעט די נייעס און ער מעלדעט עס פאר די מיניסטארן

-די נוסח :'' אין די מינוט זענען אונז אפגעדעיט געווארן איבער די טויט פון הוד מלכותה''

די פענער גייען אראפ צו האלב. ביז צען מינוט וועט דער בית המלוכה אפדעיטן די ברייטע מאסן

- די פרעסע וועט באקומען די נייעס דורך די אפיציעלע מידיע אפיס און די פרעזענטארן וועלן אנטון טונקעלע שניפלסעך און די באריכט וועט זיך אנפאנגען מיט א סעריע בילדער גרייט פון פאראויס ביז עס וועט ארויסגיין די אפאציעלע באריכט.

- די אויפנאמע פון טשארלס אלץ קעניג וועט זיין צומארגנס. זייגער 10 וועט זיך צוזאמען קומען א ספעציעלע קאמיטע אין די פאלאץ וועלכע וועט אויסרופן טשארלס אלץ יורש.

-2 טעג נאך די טויט אויסרוף וועט די ארון געשטעלט ווערן אין באקינגהאם פאלאץ.

- די גרויסארטיגע לווייה וועט פארקומען 10 טעג נאכן טויט אויסרוף אין וועסטמינסטער קירכע. די טאג פון לוויה וועט זיין א נאציאנאלע יום אבל און טרויער פאראדן וועלן מארשירן איבער גאנץ ענגלאנד.

און איך האב געמיינט אז נאר אונז האבן אדמו"רים און רבי'ס..

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 2:11 pm
דורך שאלתיאל
טראכט נאר אריין אין דעם:

א מענטש וואס האט נישט געהאט קיין שום פראקטישע איינפלוס, בעיקר סימבאליש.

איז אויפגענומען געווארן בלויז אלץ א המשך צו די שושולת, אירע מאמע איז געווען קעניגן. נישט ווייל זי איז געווען עפעס א מורם מעם אדער א ספעציעלע פערזענליכקייט.

קיינער פארשטייט נישט פארוואס מען דארף דאס האבן בכלל אבער עס האט אפגעקאסט מיליארדן פארן פאלק.

די קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך די בנש"קים,יעדער מיט אויפגעבלאזענען טיטלען אבער א באנדע פאראזיטן וואס האבן גארנישט געטון און געלעבט אויפן חשבון פון פאלק.

געהעריגע רעביסטעווע..

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 2:27 pm
דורך תרמב
באקומען פון איינעם א ווערטל

זי האט נעבעך אסאך מיטגעמאכט, אן אייניקל אירע האט זיך אויסגעטאן די ווייסע זאקן און חתונה געהאט מיט א ספרדישע....

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 3:18 pm
דורך Chasidishmashpia
געווען א מיתת נשיקה?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 3:24 pm
דורך תוכו כברו
אז מ'רעדט שוין, וואס איז די מעשה מיט די ענגלישע מלוכה, דער קעניג האט עפעס מאכט אדער ס'איז בלויז א סימבאלישע זאך?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:21 pm
דורך כלבאשבוע
א טשיקאווע מעשה האט זיך אויסגעשפילט אויף סאושל מידיא היות אז אין קאנאדא דארפן נייע בירגער שווערן געטריישאפט צו די מלוכה און ווען די נייעס איז אריינגעקומען איז מען געבליבן סטאק אינדערמיט, סהאט גענומען א וויילע ביז מען האט אויסגערופען

His Mastery King Charles III, King of Canada

און

The Queen is dead, long live the king"!

https://twitter.com/robroc/status/15679 ... 8hnKE-ELUA

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 6:05 pm
דורך פרייוויליג
שאלתיאל האט געשריבן:טראכט נאר אריין אין דעם:

א מענטש וואס האט נישט געהאט קיין שום פראקטישע איינפלוס, בעיקר סימבאליש.

איז אויפגענומען געווארן בלויז אלץ א המשך צו די שושולת, אירע מאמע איז געווען קעניגן. נישט ווייל זי איז געווען עפעס א מורם מעם אדער א ספעציעלע פערזענליכקייט.

קיינער פארשטייט נישט פארוואס מען דארף דאס האבן בכלל אבער עס האט אפגעקאסט מיליארדן פארן פאלק.

די קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך די בנש"קים,יעדער מיט אויפגעבלאזענען טיטלען אבער א באנדע פאראזיטן וואס האבן גארנישט געטון און געלעבט אויפן חשבון פון פאלק.

געהעריגע רעביסטעווע..
עס איז טאקע צייט צו אויפלעזן די גאנצע קעניגרייך און דאנעטן די געלט פאר היימלאזע.

די וועלט זאל פשוט נישט רעאגירן צו די קינגדעם מער.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 6:23 pm
דורך לפורקנך סברית
נישט אמת.
די גאנצע קעניגרייך אינדוסטרי ברענגט אריין שווערע מיליאנען פון טוריזם..

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 6:53 pm
דורך קהל'ס נער
בותי ורמורי!
איך דערקלער א רעוואלוציע אקעיגן די נייע קעניג פון ענגלאנד און איך דערקלער מיך אלץ דער נייע קעניג, כ'האב שוין געקויפט אין toys4u א קרוין מיט א קעיפ, עולם, פון היינט בין איך קליג כ'האב א מיינונג, כ'בין ארויפגעקיקט, און ווער עס וועט נישט אויספאלגן מיינע באפעלען וועט מען....עעהההם....נעווער מיינד
אבער פליז פארגינטס מיך כאטש דעם "אייער מאיאסטעט הער @קהל'ס.....

סיריעסלי, קען איינער מסביר זיין מיט וואס איז זי מער קעניגען ווי ראפי די קינג איז א קעניג?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 7:15 pm
דורך מתבודד
קהל'ס נער האט געשריבן:בותי ורמורי!
איך דערקלער א רעוואלוציע אקעיגן די נייע קעניג פון ענגלאנד און איך דערקלער מיך אלץ דער נייע קעניג, כ'האב שוין געקויפט אין toys4u א קרוין מיט א קעיפ, עולם, פון היינט בין איך קליג כ'האב א מיינונג, כ'בין ארויפגעקיקט, און ווער עס וועט נישט אויספאלגן מיינע באפעלען וועט מען....עעהההם....נעווער מיינד
אבער פליז פארגינטס מיך כאטש דעם "אייער מאיאסטעט הער @קהל'ס.....
פארגעס פון ווערן קעניג אזוי שנעל, צוליב ’געוויסע’ סיבות האט מען אפגעשטיפט די קרוינונג אויף נאך א יאר...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 7:44 pm
דורך חב''ד הויזן
קהל'ס נער האט געשריבן:בותי ורמורי!
איך דערקלער א רעוואלוציע אקעיגן די נייע קעניג פון ענגלאנד און איך דערקלער מיך אלץ דער נייע קעניג, כ'האב שוין געקויפט אין toys4u א קרוין מיט א קעיפ, עולם, פון היינט בין איך קליג כ'האב א מיינונג, כ'בין ארויפגעקיקט, און ווער עס וועט נישט אויספאלגן מיינע באפעלען וועט מען....עעהההם....נעווער מיינד
אבער פליז פארגינטס מיך כאטש דעם "אייער מאיאסטעט הער @קהל'ס.....

סיריעסלי, קען איינער מסביר זיין מיט וואס איז זי מער קעניגען ווי ראפי די קינג איז א קעניג?
ווייל די פאלק האט איר געקרוינט. סימפל.

אז דו וועסט האבן א ציבור וואס וועט דיך קרוינען דאן ביזטו קעניג. אין מלך בלא עם.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 8:08 pm
דורך מרדכי מרדכי
די לצים פאסמאקעווען זיך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 8:36 pm
דורך Nanach
פאר אלע דא וואס מיינען אז עס איז נאר סימבאליש, לאמיר אייך מודיע זיין לא מיט אן א'.

די קעניג אין ענגלאנד האט באמת א כח, עס איז טאקע נישט קיין טאטעל מאנארכי, אבער די פאוער ליגט ביי די קעניגרייך. פאר איין דוגמא, אין ענגלאנד וואוט מען נאר פאר די האוז אף קאמאנס (עקוועוועלענט צי קונגרעס אין אמעריקע). די האוז אף לארדס (עקוועוולענט צו סענאט דא) קומט אדער בירושה אדער ווען די קעניג שטעלט אריין, און עס איז אנלימיטעד וויפיל די מלוכה קען אריינשטעלן, און טעקניקעל קען די מלוכה עס צונעמען אפילו פון איינעם וואס האט עס בירושה (עס געשעהט כמעט נישט).

דאס איז איינע פון די וועגן פאר די מלוכה צו קאנטראלן די געזעצן אן צו דארפן וועטאען.

איך בין פויל צו שרייבן ווייטער אבער תן לחכם ויחכים, סערטש אביסל וועסטו זען אז זי/ער האט געהעריג פאוער, אזוי ווי א קאנסטעטאשענעל מאנארך.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 8:43 pm
דורך שאלתיאל
טעארעטיש האט זי אביסל פאוער אבער פראקטיש- זירא. יעדער זאך וואס זי טוט מוז זי זיך דורכרעדן מיט ד פרעמיער און זי איז צוגעבינדן צו אומגעשריבענע ראלס און געזעצן און. למעשה האט זי נישט קיין געהאט קיין פראקטישע אייינפלוס אויף גארנישט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 9:01 pm
דורך Nanach
שאלתיאל האט געשריבן:טעארעטיש האט זי אביסל פאוער אבער פראקטיש- זירא. יעדער זאך וואס זי טוט מוז זי זיך דורכרעדן מיט ד פרעמיער און זי איז צוגעבינדן צו אומגעשריבענע ראלס און געזעצן און. למעשה האט זי נישט קיין געהאט קיין פראקטישע אייינפלוס אויף גארנישט.
טאקע דאס בין איך שולל אין מיין תגובה, זי האט געהאט אסאך מער פאווער ווי מענטשן ווייסן.
לייג דיר גוט אריין דערין וועסטו געוואר ווערן אסאך חידושים

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 9:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קהל'ס נער האט געשריבן:סיריעסלי, קען איינער מסביר זיין מיט וואס איז זי מער קעניגען ווי ראפי די קינג איז א קעניג?
מיט א צירקע 1500 יאר צוריק האט געלעבט א מענטש מיט'ן נאמען Cerdic וואס האט געגרינדעט די קעניגרייך פון וועסעקס און זיך אונטערגענומען צו באשיצן אלע מענטשן וואס וואוינען אין זיין קעניגרייך (ווילאנג מ'באליידיגט איהם נישט...), ויקרא שמו בישראל Cerdic of Wessex. פאר איבער טויזענט יאר האבן ער און זיינע יורשים געטריי געדינט די איינוואוינער פון וועסעקס, געהאלטן ארדענונג אין לאנד, געדינגען סאלדאטן און זיי געפירט אין קאמף קעגן פיינטליכע קעניגן און אינוואדירער ווי די Danelaw און נאך, אין לויף פון די יארן זענען 15 פון זיי אומגעקומען אויפ'ן שלאכטפעלד דינענדיג געטריי זייער היימלאנד, זיי האבן מצליח געווען אין זייער מלחמות מיט פיינטליכע קעניגן און דאס קליינעם לענדל איז זיך צואוואקסן אין די לענג און די ברייט ביז זיי האבן איינגענומען גאנץ ענגלאנד און שפעטער דאס גאנצע בריטישע אינזל. אזוי האבן זיי געטריי געפירט און געשיצט דאס לאנד ביז אום 1643 ווען די קאזינס פון קעניג טשארל'ס דער ערשטער (AKA פארלימענט...) האבן צאמגעשטעלט אן אייגענע ארמיי און איהם אנידערגעזעצט און צום טויט פאראורטיילט און געשטעלט טאמעס פעירפעקס אלץ Commander-in-Chief of the Forces צו באשיצן דאס לאנד אנשטאט. אום 1660 האט פארלאמענט געשלאסן אן אפמאך מיט טשארלס' זוהן - טשארלס II - און מ'האט איהם געלאזט צוריקקומען זיך באזעצן אינעם אחוזה וואס זיינע אור-עלטערן האבן זיך אזוי מוסר נפש געווען אויפצובויען און באשיצן אבער די אויפגאבע צו באשיצן דאס לאנד איז געבליבן ביים Commander-in-Chief of the Forces (איין אויסנאמ'ס פאל איז געווען קעניג דשארדש II וואס האט געפירט די ארמיי אין קריג אין יאר 1743) און מיט דעם האט זיך געענדיגט די עיקר דשאב פונעם בריטישן מאנארך און פון דעמאלטס און ווייטער זיצן זיי במנוחה און עסן די פירות פון זייערע אורעלטערנ'ס מסירות נפש... למעשה זיצט דער קעניג נישט ממש ליידיג, כ'ווייס נישט וואס פונקטליך זיין אויפגאבע איז אבער לויט ווי איך פארשטיי דינט ער ענליכע פונקציעס ווי ראובן ריבלין אין מדינת ישראל (אזוי פארענטפערט מען איין קשיא מיט א צווייטע קשיא :lol: ).

איפכא מסתברא? קען זיין, אבער דאס איז וויאזוי די גאנצע זאך האט זיך אנגעפאנגען, קוק דא.

למעשה שטערן זיי נישט קיינעם, זיי טארן ניטאמאל זאגן א מיינונג אין פאליטיק, ס'נישט ווי אנדערע לענדער וואו די קעניגליכע פאמיליעס האבן געמאכט טראבל און מ'האט זיי געמוזט ארויסטראסקענען אדער אומברענגען און בארויבן זייערע פאלאצן און פארמעגנס. זאלן זיי זיך ענדשויען מיט זייערע פאלאצן און וועכטער און ווער ס'פארגינט זיי נישט זאל קוקן די אנדערע זייט, לגבי די געלט וואס ס'קאסט אויפצוהאלטן דאס שפיל דאס ווערט געדעקט דורך די טוריזם וואס זיי ברענגען אן...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 9:33 pm
דורך שמן למאור
IMG_20220908_213210_966.jpg

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 9:41 pm
דורך berlbalaguleh
שאלתיאל האט געשריבן:טראכט נאר אריין אין דעם:

א מענטש וואס האט נישט געהאט קיין שום פראקטישע איינפלוס, בעיקר סימבאליש.

איז אויפגענומען געווארן בלויז אלץ א המשך צו די שושולת, אירע מאמע איז געווען קעניגן. נישט ווייל זי איז געווען עפעס א מורם מעם אדער א ספעציעלע פערזענליכקייט.

קיינער פארשטייט נישט פארוואס מען דארף דאס האבן בכלל אבער עס האט אפגעקאסט מיליארדן פארן פאלק.

די קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך די בנש"קים,יעדער מיט אויפגעבלאזענען טיטלען אבער א באנדע פאראזיטן וואס האבן גארנישט געטון און געלעבט אויפן חשבון פון פאלק.

געהעריגע רעביסטעווע..
שאלתיאל: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. די בני המלוכה. די פרינצן. די קינדער פון די קעניגן עליזאבעטה די צווייטע, יר"ה ע"ה, האבן אלע געדינט אין מיליטער. דער יונגערער זון איז אפילו געווען א געלערנטער מיליטערישער העליקאפטער פיילאט. די באבע, די מלכה בכבודה ובעצמה איז געווען ביי די צווייטע וועלט מלחמה א טראק מעקעניק. דער איינציגער וועלכער האט גארנישט בייגעשטייערט פאר'ן וואוילזיין פונ'ם לאנד איז געוען פרינץ פיליפ. וועלכער איז אליין נישט געווען קעניג. ווייל ער איז נישט געווען מזרע המלוכה. זיין תפקיד איז געווען צו שטיין ביי אלע אפיציעלע צערעמאניעס נעבן זיין רביצין און שמייכלען.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 9:47 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שטים האט געשריבן:
IMG_20220908_213210_966.jpg
עצי שיטים: ביי אונז (אין דער בלאט און דער איד) האט מען זיך געפיהרט אז מ'האט געשריבן די ניחום אבלים מודעה מיט'ן אידישן נאמען. וואס מ'האט איהר געגעבן ביים קידוש. אויף אידיש האט זי געהייסן..פריידא בתי' עדינבורג (ווינדזאר). אזוי ווי ס'שטייט אויף די היימישע חתונה בריוולעך. (מרת) לעפקאוויטש (פריינד).

ווי אלט איז זי געווען לאורך ימים?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 9:50 pm
דורך Nanach
berlbalaguleh האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
IMG_20220908_213210_966.jpg
עצי שיטים: ביי אונז (אין דער בלאט און דער איד) האט מען זיך געפיהרט אז מ'האט געשריבן די ניחום אבלים מודעה מיט'ן אידישן נאמען. וואס מ'האט איהר געגעבן ביים קידוש. אויף אידיש האט זי געהייסן..פריידא בתי' עדינבורג (ווינדזאר). אזוי ווי ס'שטייט אויף די היימישע חתונה בריוולעך. (מרת) לעפקאוויטש (פריינד).

ווי אלט איז זי געווען לאורך ימים?
96

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 9:56 pm
דורך צקון לחש
@רביה"ק זי"ע know your enemy, דער נשיא פון מדינת ישראל היינט צוטאג איז נישט ריבלין נאר הערצאג!