בלאט 1 פון 1

בד"ה איש החסד ר' יאנקי מאיער ע"ה נפטר געווארן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 1:22 am
דורך [NAMELESS]
עס קומט אן די ביטערע נייעס אז איש החסד ר' יאנקי מאיער ע"ה איז ליידער נפטר געווארן אין עלטער פון 59 יאר נאך א קורצע מחלה.

ר' יאנקי איז געוועהן גרינדער פון מתעסקים.

ברוך דיין האמת: העסקן יענקי מאיער ז״ל

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 1:23 am
דורך היכי דמי
איצט קומט אריין די שווערע בשורה איבער זיין פטירה נאכ׳ן נישט זיין געזונט א קורצע צייט.

בשורות טובות.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 1:26 am
דורך שמעון וואלף
בד"ה
אאל"ט איז ער נישט געזינט געווען יארן צוריק און ער האט זיך ארויסגעדרייט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 5:20 am
דורך כלבאשבוע
פון א פריינט אין די מוסלעם קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 9:50 am
דורך תוכו כברו
Wow ער האט נאך ממש לעצטנס געגעבן א אינטערוויו אויף קול מבשר.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 12:16 pm
דורך קאצקע ציקער
תוכו כברו האט געשריבן:Wow ער האט נאך ממש לעצטנס געגעבן א אינטערוויו אויף קול מבשר.
בנוגע?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 12:32 am
דורך בעל דרשן
ברוך דיין האמת
א שווערע בשורה געווען פון די גרעסטע בעלי חסד בדורינו
זאל ער זיין א גוטע בעטער תכלה שנה וקללותה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 12:55 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:בד"ה
אאל"ט איז ער נישט געזינט געווען יארן צוריק און ער האט זיך ארויסגעדרייט
שמעון וואלף: ייש"כ. ווי ס'זעהט אויס האט ער געוואוסט אז ער לעבט אויף געבארגטע צייט. און האט זיך משתדל געווען אריינצוכאפן וואס מער חסד און מעשים טובים. איך האב אליין געזעהן ווי ער האט זיך געריסן מיט א גוי א שונא ישראל פון א סיטי אמבולאנס קרו. איך ווייס נישט קיין פרטים. נאר ער האט גוט אנגעשריגן דעם גוי דעם אנטיסעמיט. אן פחד ומורא...יהא זיכרו ברוך...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 2:21 am
דורך שמעון וואלף
ר' בערל
דיין השערה איז איבערגעטריבן. דהיינו, ר' יענקי איז געווען א שר החסד נאך פאר ער איז קראנק געווארן די ערשטע מאל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:06 pm
דורך שבת אחים
העסקן רבי יענקי מאיער ז”ל. איז געוועהן א זעלטענהייט פון א קלוגער, פיינע מענטש, א עסקן וואס האט אלעס געטוהן לשמה. גארנישט געדארפט פאר זיך. א שטיק גאלד! א ריינע מענטש, נאר געזוכט א גאנצע צייט צוטוהן גוטס פאר מענטשען וואס ער האט בכלל נישט געקענט! איך האב גערעדט צו אים ערב שבועות אפאר מאהל וועגן א איד וואס מ׳האט ארעסטירט. ער ער איז געוועהן פארנומען מיט יענע קעיס אפאר שעה, אהין און צוריק, ער האט ניטאמאל געוואלט וויסן ווער יענער איז. ס׳איז אים קיינמאל נישט אנגעגאנגען קיין פריוואטע דיטעילס. ער האט נאר געוואלט טוהן חסד און גוטס! ממנו ילמדו! דאס הייסט א עסקן! חבל על דאבדין!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:25 pm
דורך שבת אחים
.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 10:37 pm
דורך קידוש
ער האט זיך פארופען פאר א חסיד פון א געוויסע קרייז?