בלאט 1 פון 4

ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיבות

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 1:25 am
דורך [NAMELESS]
אין א הילעכיגע פראסק פאר די חסידישע ציבור און א טיפע שאנדע פאר די יהדות החרדית האט די ניו יארק טיימס געדרוקט א באריכט אויף די ערשטע זייט אין די הייעך וואס דעקט אויף וואס גייט פאר אין אונזערע חדרים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 1:33 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 1:58 am
דורך וואולקאן עראפציע
דיין שמחה'דיגע שטימונג ביים מעלדן די נייעס פאסט ענדערש פאר א ווילדע פובליק סקול אינגל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 2:00 am
דורך [NAMELESS]
וואולקאן עראפציע האט געשריבן:דיין שמחה'דיגע שטימונג ביים מעלדן די נייעס פאסט ענדערש פאר א ווילדע פובליק סקול אינגל.
מיין ניק איז טאקע ששון ושמחה, אבער איך בין נישט אייביג בשמחה...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 2:03 am
דורך לייבל שטילער
איז עס עוועילעבעל אונליין?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 2:09 am
דורך [NAMELESS]
נאך נישט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 3:04 am
דורך [NAMELESS]

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 5:05 am
דורך פרנס החודש
דער ארטיקל איז א געוואלדיגע גוטע ארבייט. עס מאכט זייער קלאר אז מען רעדט פון חסידישע ישיבות און נישט אלגעמיינע ארטאדאקסישע ישיבות. די צומישעניש איבער פונקטליך וועלכע מוסדות מען רעדט איז געווען די שטערקסטע עדווענטעדש פון פיערלס, זיי האבן פרובירט צו פאמפן מיט אזעלכע מוסדות ווי דרכי תורה וכדומה און ווארפן זאמד אין די אויגן און די פרעסע ביז היינט איז מער ווייניגער געפאלן פאר דעם. דאס איז אן ארטיקל געשריבן רוהיג אן קיין שנאה, און איז זייער עמפינדליך צו דעם חרידישן ציבור. אזא ארטיקל גייט בלי ספק טוישן די גאנצע מהלך פון די היימישע דיפענס און די צוגאנג פון די מערכה וועט זיך מוזען טוישן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 8:25 am
דורך כלבאשבוע
כבין זייער אנטוישט און אנדערוועלמד

כהאב געמיינט סקומט א לענדמארק ארטיקל מיט א גרונטליכע פארש ארבעט וואס קריכט אריין אין די קישקעס, אנשטאט האבמיר דא באקומען גאנץ א פארווע ארטיקל וואס איבער האלב דערפון קייט איבער אלטע זאכן אן צוגעבן עפעס שטארקע ממשות אדער חידושים

מהאט דא געמאכט אזא מין ווינט כאילו סקומט א האריקעין ווילמע, ביזדערווייל איז עס א רוח מצויה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 12:05 pm
דורך היסטאריע
כלבאשבוע האט געשריבן:כבין זייער אנטוישט און אנדערוועלמד

כהאב געמיינט סקומט א לענדמארק ארטיקל מיט א גרונטליכע פארש ארבעט וואס קריכט אריין אין די קישקעס, אנשטאט האבמיר דא באקומען גאנץ א פארווע ארטיקל וואס איבער האלב דערפון קייט איבער אלטע זאכן אן צוגעבן עפעס שטארקע ממשות אדער חידושים

מהאט דא געמאכט אזא מין ווינט כאילו סקומט א האריקעין ווילמע, ביזדערווייל איז עס א רוח מצויה
אפשר האבן זיי מורא געהאט פין שמחה אייכנשטיין און פארדעם נאכגעלאזט פין דער העצערישע חלק.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 12:16 pm
דורך berlbalaguleh
כלבאשבוע האט געשריבן:כבין זייער אנטוישט און אנדערוועלמד

כהאב געמיינט סקומט א לענדמארק ארטיקל מיט א גרונטליכע פארש ארבעט וואס קריכט אריין אין די קישקעס, אנשטאט האבמיר דא באקומען גאנץ א פארווע ארטיקל וואס איבער האלב דערפון קייט איבער אלטע זאכן אן צוגעבן עפעס שטארקע ממשות אדער חידושים

מהאט דא געמאכט אזא מין ווינט כאילו סקומט א האריקעין ווילמע, ביזדערווייל איז עס א רוח מצויה
כלבא שבוע: אבער מער קרוב לאמיתן של דברים...!

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 12:17 pm
דורך פרנס החודש
די שטארקייט פונעם ארטיקל איז דווקא אז עס איז מענטשליך און נישט העצעריש, ווילד, אדער מוגזם.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 12:19 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:כבין זייער אנטוישט און אנדערוועלמד

כהאב געמיינט סקומט א לענדמארק ארטיקל מיט א גרונטליכע פארש ארבעט וואס קריכט אריין אין די קישקעס, אנשטאט האבמיר דא באקומען גאנץ א פארווע ארטיקל וואס איבער האלב דערפון קייט איבער אלטע זאכן אן צוגעבן עפעס שטארקע ממשות אדער חידושים

מהאט דא געמאכט אזא מין ווינט כאילו סקומט א האריקעין ווילמע, ביזדערווייל איז עס א רוח מצויה
אפשר האבן זיי מורא געהאט פין שמחה אייכנשטיין און פארדעם נאכגעלאזט פין דער העצערישע חלק.
א שוואכע השערה. ווייל ווען זיי (די נ.י.ט.) קומען מיט שנאה דערשרעקן זיי זיך גאנץ ווייניג וואס סיי ווער ביי אונז זאגט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 12:21 pm
דורך מתבודד
דורכגעליינט דעם ארטיקל. דערמאנט מיר פונעם ’שטירמער’.
שפייעט פאקטן אבער שפריצט שנאה.
זאל אונז גאט באהיטן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 12:31 pm
דורך חמול על מעשיך
מתבודד האט געשריבן:דורכגעליינט דעם ארטיקל. דערמאנט מיר פונעם ’שטירמער’.
שפייעט פאקטן אבער שפריצט שנאה.
זאל אונז גאט באהיטן.
יא יא די נוי יארק טיימס איז שוין לאנג באקאנט מיט זייער אנסמיטישע ארטיקלען

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:04 am
דורך פרנס החודש
IMG_0387.jpg
אויך בין איך נייגעריג ווי אונזערע אונגארישע זיידעס זענען געווען אין 1942 ווען די ניו יארק טיימס האט באריכטעט איבער סיסטעמאטישע מאסן מארד פון די פוילישע אידן.

IMG_0388.jpg

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 8:30 am
דורך היסטאריע
פרנס החודש האט געשריבן:
IMG_0387.jpg
אויך בין איך נייגעריג ווי אונזערע אונגארישע זיידעס זענען געווען אין 1942 ווען די ניו יארק טיימס האט באריכטעט איבער סיסטעמאטישע מאסן מארד פון די פוילישע אידן.
דיינע אונגארישע גדולים האבן פאלש געזאגט פאר דיינע אונגארישע זיידעס אז אלעס וועט זיין גוט,בעת זיי האבן גוט געוויסט פין די שחיטות אין פוילן, דריי נישט אין קאפ אז דער טיימס איז אנטיסעמיטען.
דער פאליסמאן וואס גיבט דיר א טיקעט איז אויך א אנטיסעמיט?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 9:08 am
דורך חב''ד הויזן
היסטאריע האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:
IMG_0387.jpg
אויך בין איך נייגעריג ווי אונזערע אונגארישע זיידעס זענען געווען אין 1942 ווען די ניו יארק טיימס האט באריכטעט איבער סיסטעמאטישע מאסן מארד פון די פוילישע אידן.
דיינע אונגארישע גדולים האבן פאלש געזאגט פאר דיינע אונגארישע זיידעס אז אלעס וועט זיין גוט,בעת זיי האבן גוט געוויסט פין די שחיטות אין פוילן, דריי נישט אין קאפ אז דער טיימס איז אנטיסעמיטען.
דער פאליסמאן וואס גיבט דיר א טיקעט איז אויך א אנטיסעמיט?
דו באשולדיגסט אז די אונגארישע גדולים האבן געוויסט פון די פוילישע שחיטות און האבן עס בייזוויליג פארהוילן פונעם ציבור?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 10:53 am
דורך היסטאריע
חב''ד הויזן האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:
IMG_0387.jpg
אויך בין איך נייגעריג ווי אונזערע אונגארישע זיידעס זענען געווען אין 1942 ווען די ניו יארק טיימס האט באריכטעט איבער סיסטעמאטישע מאסן מארד פון די פוילישע אידן.
דיינע אונגארישע גדולים האבן פאלש געזאגט פאר דיינע אונגארישע זיידעס אז אלעס וועט זיין גוט,בעת זיי האבן גוט געוויסט פין די שחיטות אין פוילן, דריי נישט אין קאפ אז דער טיימס איז אנטיסעמיטען.
דער פאליסמאן וואס גיבט דיר א טיקעט איז אויך א אנטיסעמיט?
דו באשולדיגסט אז די אונגארישע גדולים האבן געוויסט פון די פוילישע שחיטות און האבן עס בייזוויליג פארהוילן פונעם ציבור?
העלא? איך באשולדיג? די ליינסט היסטארי אמאהל? האסט אמאהל געליינט וועגען דער נושא?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 11:32 am
דורך אלע צוזאמען
אזוי? וועלכע רב/רבי/מנהיג האט געזאגט אז ס'גייט גוט זיין? נישט געווען אזאנס! יא, ס'געווען אזעלכע וואס האבן געזאגט אז ס'איז א גזירה משמים, אבער צו איינרעדן דעם עולם, הייבט זיך נישט אן, פונקט פארקערט, די גער'ע רבי רבי אברהם אלימלך מקרלין הי''ד רבי אלחנן וואסערמאן הי''ד די גאלאנטע רב הי''ד און נאך, האבן געשריגן היבש פארדעם אז ווער ס'קען זאל פארלאזן דאס פלאץ.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 11:43 am
דורך פרנס החודש
וויפיל פון די וואס דו האסט דערמאנט זענען געווען אונגארישע גדולים?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 1:53 pm
דורך סאנטיאגא
היינט אינדערפרי בין איך געווארן אריינגעשניטן צוויי באזונדערע מאל פון צוהיצטע מאטאריסטן, דעם צווייטן מאל עפנט דער שייגאץ אויף די פאדערשטן פענסטער און נעמט זיך בילן אויף מיר מיטן טייטל פינגער "יו עף דזשו!! היטלער דידנט פיניש היס דזשאב" פרעג איך אים וואס איז? די טיימס? פרעגט ער צוריק "וואס?! וואס טיימס? די שוהל'ן!!"