בלאט 1 פון 1

אלול’דיגע מחשבות

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 1:24 pm
דורך מתבודד
ענדלאזע וועגן, ציללאזע שטעגן,
שטיינער קריכן, ביימער ברעכן,
וואסערן שווימען, צו וואס צוקומען,
דאס לעבן צומישט, פארלוירן צו’חושט,
חברים משפחה, ביזנעס הצלחה,
שפירט א חלום, פילט א דמיון,
פשוט פאנטאזיע, א ביכל מעשה,
קיין מח, קיין געפיל, אלעס א שפיל,
אלול מיט שופר, האניג און כפרות,
תשליך מיט קיטל, פאסטן און סליחות,
כבן המתחטא, אבער ווי א עבד טאקע,
איך פאלג, ווייל מ’הייסט,
אבער טאטע, ווי איז מיין גייסט,
משכנו אחריך, הביאנו המלך,
נגילה ונשמחה, אפשר דאך...

Re: אלול’דיגע מחשבות

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:48 pm
דורך פאַטשיילע
דו קענסט מאכן א שאָטן קאלירפול,
דו קענסט מאכן פליסיגע ביימער,
דו קענסט מאכן א געשריי שטיל,
דו קענסט מאכן האניג פון ציינער.

דו קענסט מאכן שטייפע ליפט,
דו קענסט מאכן הייסע אייז
דו קענסט מאכן לעבן פון גיפט,
דו קענסט מאכן הינגער פון שפייז.

דו קענסט מאכן פייער פארגליווערט,
דו קענסט מאכן וואקסן פון אייזן
דו קענסט מאכן שטיין שניי וואס קוילערט,
דו קענסט מאכן דעם פארהער דורך גרייזן.

דו קענסט מאכן איין שעה אין א סקונדע,
דו קענסט מאכן א האלבע רונדע,
דו קענסט מאכן אלטע מענטשן יונג,
דו קענסט מאכן אן אלול וואס איז ליכטיג און גרינג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 10:27 pm
דורך היסטאריע
ווער קען טוהן די אלע זאכן?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 11:14 pm
דורך חמול על מעשיך
אינזער אלמעכטיגער פון אויבן
ער קוקט דא אין ווארט
צו עם נאר מיר זאלען גלויבן
זיי נישט פארנארט

שטערקער פון אלעם, בוסטו אליין
צו דיר נאר איך שטרעב
באוואכט יעדעם, פון גרויס ביז קליין
איך וויל נאר זיין אין דיין געוועב

אֲנִי לְדוֹדִי וְדוֹדִי לִי
מיין פריינט איך וויל מיט דיר זיין פאראייניגט
דּוֹדִי וּדְמֵה־לְךָ לִצְבִי
די בעסטע דמיון איז צו דיר זיין פארהייליגט






טאטע איך האב נישט פאר דיר קיין ווערטער מיט מאס
געב איך א צעמשעניש פונעם קיבארד ארויס
איך האף אז איין טאג וועל אין פארשטיין וואס איך וויל
אבער צו דיר איז דאס הארץ מער ווי א גבול

עמההיגתהחעמכךגבםאהחאניטנחרלקל
ןאהחגסלקבחאיגנב
גנקביכיהחטחנצכצדךקדםסתקתס
תגתבגתלכהחיחיחנט
חנמעמנאבצג.גצבצכחכצכלגגחעאיךהאבדירלי
בטחעגךקך’פזךסתכעצטחעחכמג
מגסמבמהמעמעמכ
חגדלקךרלטאטעטאטעטאטעהליילידקגקכר
הולםץםצטכהענהלהכלבצרהל וכו’






כתיבה וחתימה טובה

Re: אלול’דיגע מחשבות

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 12:00 am
דורך צוזאמגעדרייט
חמול על מעשיך האט געשריבן:אינזער אלמעכטיגער פון אויבן
ער קוקט דא אין ווארט
צו עם נאר מיר זאלען גלויבן
זיי נישט פארנארט

שטערקער פון אלעם, בוסטו אליין
צו דיר נאר איך שטרעב
באוואכט יעדעם, פון גרויס ביז קליין
איך וויל נאר זיין אין דיין געוועב

אֲנִי לְדוֹדִי וְדוֹדִי לִי
מיין פריינט איך וויל מיט דיר זיין פאראייניגט
דּוֹדִי וּדְמֵה־לְךָ לִצְבִי
די בעסטע דמיון איז צו דיר זיין פארהייליגט






טאטע איך האב נישט פאר דיר קיין ווערטער מיט מאס
געב איך א צעמשעניש פונעם קיבארד ארויס
איך האף אז איין טאג וועל אין פארשטיין וואס איך וויל
אבער צו דיר איז דאס הארץ מער ווי א גבול

עמההיגתהחעמכךגבםאהחאניטנחרלקל
ןאהחגסלקבחאיגנב
גנקביכיהחטחנצכצדךקדםסתקתס
תגתבגתלכהחיחיחנט
חנמעמנאבצג.גצבצכחכצכלגגחעאיךהאבדירלי
בטחעגךקך’פזךסתכעצטחעחכמג
מגסמבמהמעמעמכ
חגדלקךרלטאטעטאטעטאטעהליילידקגקכר
הולםץםצטכהענהלהכלבצרהל וכו’






כתיבה וחתימה טובה
מאדערענע ארט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 2:35 am
דורך קהל'ס נער
איינגעשלאפן אויפן קיבארד

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 9:17 am
דורך מתבודד
חמול על מעשיך האט געשריבן:
עמההיגתהחעמכךגבםאהחאניטנחרלקל
ןאהחגסלקבחאיגנב
גנקביכיהחטחנצכצדךקדםסתקתס
תגתבגתלכהחיחיחנט
חנמעמנאבצג.גצבצכחכצכלגגחעאיךהאבדירלי
ב
טחעגךקך’פזךסתכעצטחעחכמג
מגסמבמהמעמעמכ
חגדלקךרלטאטעטאטעטאטעהליילידקגקכר
הולםץםצטכהענהלהכלבצרהל וכו’
ממש ווי די בעל שם’ס אינגעלע מיטן פייפער.
לאכטס אלע לאכטס, די תגובה וועט נאך צוברעכן די עדיוקעישן גזירה!