בלאט 1 פון 2

וויפיל ידיעות התורה האבן אונזערע בחורים?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 1:43 pm
דורך Chasidishmashpia
טוט זיך יעצט א מהומה וועגן די ארטיקל אין די ניו יארק טיימס. אלע חרדישע עסקנים קומען מיט די תירוץ אז ביי אונז איז נישטא קיין רוצחים דראגס וכו'. הגדיל אחד לעשות ארויסצוגעבן א "פארהער" ווי אזוי עס וועט אויסזעהן אויב די ישיבות וועלן לערנען וועגן "האלאווין" . עס האט מיר באמת ארויף געברענגט א שמייכל. אבער לעומת זה אינה ה' לידי א "פארהער" וואס איינער האט ארויסגעגעבן וואס איז כדי מען זאל דאס געבן פאר 13 יעריגער בחורים וואס לערנען לימודי קודש רוב שעות היום און לאמיר זעהן וויפיל זיי קענען פון "אונזער" היסטאריע!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 1:50 pm
דורך באהעלפער
CCI_000032.jpg

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 2:03 pm
דורך באהעלפער
Chasidishmashpia האט געשריבן:טוט זיך יעצט א מהומה וועגן די ארטיקל אין די ניו יארק טיימס. אלע חרדישע עסקנים קומען מיט די תירוץ אז ביי אונז איז נישטא קיין רוצחים דראגס וכו'. הגדיל אחד לעשות ארויסצוגעבן א "פארהער" ווי אזוי עס וועט אויסזעהן אויב די ישיבות וועלן לערנען וועגן "האלאווין" . עס האט מיר באמת ארויף געברענגט א שמייכל. אבער לעומת זה אינה ה' לידי א "פארהער" וואס איינער האט ארויסגעגעבן וואס איז כדי מען זאל דאס געבן פאר 13 יעריגער בחורים וואס לערנען לימודי קודש רוב שעות היום און לאמיר זעהן וויפיל זיי קענען פון "אונזער" היסטאריע!
זאל מיר מוחל זיין ווער ס'האט געמאכט די ערשטע צעטל. אבער ס'איז זיך סותר מיניה וביה.
איינס
רוב שאלות ווייסט יעדע חדר יונגעל
צוויי
די לעצטע שאלות האט בלויז מיט חב''ד און ברעסלעוו - אויך נשתכח...
דריי
אויב מ'דארף וויסן וועגן די מאור ושמש, איז דאך נישט נשתכח, און אויב מ'דארף וויסן פון די חייט, איז דעם רבינס נאז בלאזען נישט קיין טפל...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 2:23 pm
דורך berlbalaguleh

חסידי'ישע משפיע: דאס איז די אמת'ע גזירת החינוך (עיין באשכול אחר). מ'לערנט נישט קיין שום אידישע היסטאריע אין אונזערע ישיבות. א בחור פון 17 18 יאר קען מיינען אז רב האי גאון און דער ווילנער גאון זענען געווען ברידערס, אדער קאזינס, און אז דער נודע ביהודה האט געהייסן ר' יודל. (דעם לעצטן נאמען וויל איך נישט זאגן. מפני מעשה שהיה. איינער א גאר גרויסער פיקח (בלשון סגי נהור) איז זיך געגאנגען בארימען אז ער הייסט ווי דער נודע ביהודה, ווייל ער (האט) אויך געהייסן יודל פ----. מ'האט איהם טאקע גערופן יודל פ----!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 2:27 pm
דורך באהעלפער
דו רעדסט אזוי גרויס. לאמיר זען צו דו ווייסט יא וויאזוי דער נודע האט געהייסן אויפ'ן משפחה נאמען?
[ס'טאקע נאכנישט געווען אפיציעל, אבער מ'האט זיך גערופען לויט די זיידע'ס כללות'דיגע נאמען אומאפציעל]

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 2:42 pm
דורך Espresso
ס'הערשט א שרעליכן גזירה החינוך אויף אונזער געמיינדע. מ'לערנט נישט אויס פאר אונזערע קינדער גארנישט!

אונז גראדואירן פון אונזערע ישיבות עמעראצעם דאורייתא ומדרבנן. א דורכשנליכער יונגערמאן קען נישט לערנען א פרק נביא אליינס, קען נישט לערנען א בלאט גמרא אליינס, אן די הילף פון אן ארטסקראל שר"י אדער מתיבתא גמרא. מיר קענען נישט שרייבן קיין שום שפראך, אויב עפעס אביסל א פארגרייזטער לשון קודש. אבער יידיש? קוקט אייך ארום, רוב עולם קאן נישט ספעלן אין יידיש. מיר קענען נישט אונזער היסטאריע חוץ פון וואס מיר לערנען אין חומש. יא, מיר ווייסן אז מיר האבן געהאט א דוד המלך, און נאך עם שלמה, רחבעם, אבער דא בעיסיקלי ענדיגט זיך עס. יא, אונז קענען די מגילה מעשה, און אז ס'זענען געווען חורבנות, אבער וואס בבל אדער רוים האבן געוואלט ביי די חורבנות ווייסמער נישט. וואס איז געשען מיר יידן דערנאך, הונדערטער יארן פון חז"ל, משנה, גמרא, סבראי, גאונים, וואו מ'האט זיך געפינען, וואו די ישיבות זענען געווען, גארנישט!

אונזערע מוסדות רופן זיך בשקר "מוסדות החינוך", אבער חוץ פון אויסלערנען וויאזוי מ'ווארפן זאכן אויפן ענגליש טיטשער לערנט עס קיין סאך נישט אויס. אונז קומען ארויס נאך לאנגע יארן זיצנדיג איבער אכט שעה יעדן טאג לערנען תורה, און מ'קענמער נישט גארנישט.

דער עיקר איז אז די פארענטשעס ביים טיש זאלן זיין פול.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 2:45 pm
דורך nothing
אפי טעגליכע הלכות וואס יעדעס יודיש יונגעל ווייסט איז א געוואלד

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 3:15 pm
דורך berlbalaguleh
באהעלפער האט געשריבן:דו רעדסט אזוי גרויס. לאמיר זען צו דו ווייסט יא וויאזוי דער נודע האט געהייסן אויפ'ן משפחה נאמען?
[ס'טאקע נאכנישט געווען אפציעל, אבער מ'האט זיך גערופען לויט די זיידע'ס כללות'דיגע נאמען אומאפציעל]
באהעלפער: צוערשט א תשובה אויף דיין שאלת גולם. דער נודע ביהודה האט געהייסן ר' יחזקאל לאנדא...
יעצט צו דיר אליינס. ביטע זיי נישט אזוי בא'גדול'ט מיט דיינע ידיעות און קענטעניסן, ווייל איך האב ווייניגער רויטע האר אין מיין בארד ווי דו. אויך, ווען מיר וועלן זיך פארהערן מיט ידיעות (איך נעם נישט אן דעם טשאלענדזש מתחילה) 'עמיר זעהן ווער ס'וועט ארויסקומען מיט ידו על התחתונה. (מ'מוז נישט זיין דוקא א גערער צו דעם, לאל)

דערווייל, אויסער אטאקירן און אוועקמאכן א יעדן איינעם האביך נאכנישט געזעהן דיינע גרויסע, געוואלדיגע ידיעות. אז איך זאל האבן עקסטער רעספעקט פאר דיר.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 3:28 pm
דורך באהעלפער
איך האב בכלל נישט קיין רויטע האר...
און דער נודע ביהודה איז געווען מיין זיידע, און ער האט זיך גערופען לאנדא, אבער זיין משפחה נאמען איז געווען 'היילפערין'. און כאטש דו זעסט נישט מיינע ידיעות, האסטו דאס נישט געוואוסט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 3:30 pm
דורך צקון לחש
פרופ' נדב שנרב -
שמח מעבר לים: ה"ניו יורק טיימס" יצא בתחקיר מקיף על בתי הספר החסידיים במדינת (ובעיקר בעיר) ניו יורק. התחקיר מגלה כי אף שמוסדות החסידים שואבים כספים כבדים מהמערכת הציבורית, התלמידים בהם עוסקים בעיקר בלימוד גמרא, ורמת לימודי האנגלית והמתמטיקה של בוגריהם היא בקירוב טוב אפס.
העיתון ראיין הורים ובוגרים של המערכת החסידית, אסף חומרי לימוד, מבחנים ומטלות אשר נבדקו על ידי מומחים, והציג את תוצאות מבחני הסקר בבתי הספר החסידיים אשר ברובם הציונים נמוכים מאלו של בתי הספר הציבוריים הגרועים ביותר בעיר. מערכת כושלת, המגדלת אנשים חסרי כישורי חיים, מתנהלת על חשבון המס שאנו משלמים! זועק ה NYT, והעיר ניו יורק נבוכה.
רק החסידים התכנסו אתמול בעריהם, שתו לחיים וברכו הגומל. נס גלוי אירע להם: הרשעים מן ה"טיימס" לא העלו בדעתם לשכור גם כמה רמי"ם מלייקווד, שיבדקו באיזו רמה של ידיעת הגמרא יוצאים התלמידים ממוסדותיהם.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 4:01 pm
דורך berlbalaguleh
באהעלפער האט געשריבן:איך האב בכלל נישט קיין רויטע האר...
און דער נודע ביהודה איז געווען מיין זיידע, און ער האט זיך גערופען לאנדא, אבער זיין משפחה נאמען איז געווען 'היילפערין'. און כאטש דו זעסט נישט מיינע ידיעות, האסטו דאס נישט געוואוסט.
און איך הייס אויף מיין משפחה נאמען בעל עגלה. אויך האניג קוועטשער. ווייל איך בין אן אייניקל פון הרב נחמן שלמה האניג קוועטשער. זכותו יגון עלינו. און פון מיין מאמע'ס זייט ביניך א רעכט (אדער לינק) איהר איניקל פון דעם זאסקעוויטשער רב זכר צדיק ליבראכעה. הרב נתן נטע טראמפייטער פליקער זצוקללה"ה...און דו האסט דאס אויכעט נישט געוויסט...הא האה...או. קעי,בעיבי ענאוו.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 4:43 pm
דורך באהעלפער
Espresso האט געשריבן:ס'הערשט א שרעליכן גזירה החינוך אויף אונזער געמיינדע. מ'לערנט נישט אויס פאר אונזערע קינדער גארנישט!

אונז גראדואירן פון אונזערע ישיבות עמעראצעם דאורייתא ומדרבנן. א דורכשנליכער יונגערמאן קען נישט לערנען א פרק נביא אליינס, קען נישט לערנען א בלאט גמרא אליינס, אן די הילף פון אן ארטסקראל שר"י אדער מתיבתא גמרא. מיר קענען נישט שרייבן קיין שום שפראך, אויב עפעס אביסל א פארגרייזטער לשון קודש. אבער יידיש? קוקט אייך ארום, רוב עולם קאן נישט ספעלן אין יידיש. מיר קענען נישט אונזער היסטאריע חוץ פון וואס מיר לערנען אין חומש. יא, מיר ווייסן אז מיר האבן געהאט א דוד המלך, און נאך עם שלמה, רחבעם, אבער דא בעיסיקלי ענדיגט זיך עס. יא, אונז קענען די מגילה מעשה, און אז ס'זענען געווען חורבנות, אבער וואס בבל אדער רוים האבן געוואלט ביי די חורבנות ווייסמער נישט. וואס איז געשען מיר יידן דערנאך, הונדערטער יארן פון חז"ל, משנה, גמרא, סבראי, גאונים, וואו מ'האט זיך געפינען, וואו די ישיבות זענען געווען, גארנישט!

אונזערע מוסדות רופן זיך בשקר "מוסדות החינוך", אבער חוץ פון אויסלערנען וויאזוי מ'ווארפן זאכן אויפן ענגליש טיטשער לערנט עס קיין סאך נישט אויס. אונז קומען ארויס נאך לאנגע יארן זיצנדיג איבער אכט שעה יעדן טאג לערנען תורה, און מ'קענמער נישט גארנישט.

דער עיקר איז אז די פארענטשעס ביים טיש זאלן זיין פול.
ס'דא געוויסע זאכן וואס מ'קען משפר זיין, אבער מ'קען נישט זאגן אז מיר האבן נישט קיין קנין ידיעות בכלל.
קענסט עס זאגן אויף א פרט, אבער נישט אויף א כלל. ווייל אין די עכט חסידישע קהילות, ווי מ'האט נישט געלייגט קיין דגוש אויף נאנ-סענס, ווי ציונות און דאס גלייכן, האט מען געפילעוועט ידיעות התורה והמסורה זייער אסאך, און רוב רובם יצאו מצויינים עד לאחת.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2022 5:04 pm
דורך Chasidishmashpia
באהעלפער האט געשריבן:
Chasidishmashpia האט געשריבן:טוט זיך יעצט א מהומה וועגן די ארטיקל אין די ניו יארק טיימס. אלע חרדישע עסקנים קומען מיט די תירוץ אז ביי אונז איז נישטא קיין רוצחים דראגס וכו'. הגדיל אחד לעשות ארויסצוגעבן א "פארהער" ווי אזוי עס וועט אויסזעהן אויב די ישיבות וועלן לערנען וועגן "האלאווין" . עס האט מיר באמת ארויף געברענגט א שמייכל. אבער לעומת זה אינה ה' לידי א "פארהער" וואס איינער האט ארויסגעגעבן וואס איז כדי מען זאל דאס געבן פאר 13 יעריגער בחורים וואס לערנען לימודי קודש רוב שעות היום און לאמיר זעהן וויפיל זיי קענען פון "אונזער" היסטאריע!
זאל מיר מוחל זיין ווער ס'האט געמאכט די ערשטע צעטל. אבער ס'איז זיך סותר מיניה וביה.
איינס
רוב שאלות ווייסט יעדע חדר יונגעל
צוויי
די לעצטע שאלות האט בלויז מיט חב''ד און ברעסלעוו - אויך נשתכח...
דריי
אויב מ'דארף וויסן וועגן די מאור ושמש, איז דאך נישט נשתכח, און אויב מ'דארף וויסן פון די חייט, איז דעם רבינס נאז בלאזען נישט קיין טפל...
רוב שאלות ווייסט יעדע חדר יונגעל?
אני הקטן האב צופעליג געטראפן א חדר אינגעל דעם שבת און ער האט נישט געוויסט די תרי עשר און די נביאות... מער האב איך נישט געפרעגט....
עס איז א דבר שאפשר לברר פרעג דיך נאך ביי דיינע נעפיוס וכו' און אדרבה באריכט די רעזולטאטן

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2022 5:06 pm

איר ווייסט די מעשה דחייט? מה ענין זה ל די רביס נאז בלאזן?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2022 8:49 pm
דורך באהעלפער
Chasidishmashpia האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:
Chasidishmashpia האט געשריבן:טוט זיך יעצט א מהומה וועגן די ארטיקל אין די ניו יארק טיימס. אלע חרדישע עסקנים קומען מיט די תירוץ אז ביי אונז איז נישטא קיין רוצחים דראגס וכו'. הגדיל אחד לעשות ארויסצוגעבן א "פארהער" ווי אזוי עס וועט אויסזעהן אויב די ישיבות וועלן לערנען וועגן "האלאווין" . עס האט מיר באמת ארויף געברענגט א שמייכל. אבער לעומת זה אינה ה' לידי א "פארהער" וואס איינער האט ארויסגעגעבן וואס איז כדי מען זאל דאס געבן פאר 13 יעריגער בחורים וואס לערנען לימודי קודש רוב שעות היום און לאמיר זעהן וויפיל זיי קענען פון "אונזער" היסטאריע!
זאל מיר מוחל זיין ווער ס'האט געמאכט די ערשטע צעטל. אבער ס'איז זיך סותר מיניה וביה.
איינס
רוב שאלות ווייסט יעדע חדר יונגעל
צוויי
די לעצטע שאלות האט בלויז מיט חב''ד און ברעסלעוו - אויך נשתכח...
דריי
אויב מ'דארף וויסן וועגן די מאור ושמש, איז דאך נישט נשתכח, און אויב מ'דארף וויסן פון די חייט, איז דעם רבינס נאז בלאזען נישט קיין טפל...
רוב שאלות ווייסט יעדע חדר יונגעל?
אני הקטן האב צופעליג געטראפן א חדר אינגעל דעם שבת און ער האט נישט געוויסט די תרי עשר און די נביאות... מער האב איך נישט געפרעגט....
עס איז א דבר שאפשר לברר פרעג דיך נאך ביי דיינע נעפיוס וכו' און אדרבה באריכט די רעזולטאטן
דארט ווי מ'פרעדיגט וועגן ציונות, ווייסט מען נישט עפעס אנדערש. אבער יעדע חסידישע מוסד וואס איז נישט אונטערן סאטמארער איינפלוס, ווייסט דאס אלעס זייער פרי

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2022 8:56 pm
דורך באהעלפער
א אלטע מאלעריי, וויאזוי מיר זענען אינעם סעקולערער סעסייעטי...
jpg (15).jpg

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 3:09 am
דורך רביה''ק זי''ע
זייער א שטארקע נקודה, און אט פונקט דאס האב איך געזאגט פאר עליזה שפירא ווען זי האט מיר אויסגעפרעגט פאר'ן ניו יארק טיימס ארטיקל. זי האט מיר געפרעגט וועגן די לימודי חול אין די מוסדות וואו איך האב געלערנט, האב איך איר געזאגט אז קוים וואס מ'האט געלערנט לימודי קודש, די גאנצע חסידישע חינוך סיסטעם איז גארנישט מער ווי א בעיביסיטינג סערוויס. מ'שטעלט דיך אריין אין א בית מדרש מיט אן אוצר הספרים און דו דארפסט אליין נעמען די מיה צו עפענען א ספר און נאכקוקן, פרעגן א מגיד שיעור, זיך דורכשמועסן מיט חברים, ס'נישט דא געהעריג קיין קוריקולום וואס מ'לערנט. ווי יענער ראש ישיבה האט געזאגט אז ס'דא וואס מיינען אז פרייטאג איז נישט דא קיין סדרי הישיבה, אבער ס'איז נישט ריכטיג, פרייטאג איז דא געהעריגע סדר נאר די לימוד איז אז מ'לערנט וואס מ'וויל, און וויבאלד דער עולם וויל נישט לערנען גארנישט לערנט מען גארנישט...

און אז מ'רעדט שוין האט מיך מיין טאטע אנגערופן לעצטע וואך פרעגן מיין חוות דעת איבער דעם ארטיקל און צו איך האב געזעהן די קליפס פון די וואס "ענטפערן אפ", האב איך איהם געזאגט אז איך זעה נישט וואס ס'דא צו "ענטפערן", זיי זאגן פשוט טרוקענע פאקטן, איינער דינגט זיך דערמיט? זאגט ער מיר יא אבער "זיי" זאלן "אונז" נישט איינטיילן וויאזוי מחנך צו זיי אונזערע קינדער, מיר גיבן זיך זייער גוט אליין אן עצה... האב איך איהם *אנגעשריגן - "ניין! עטץ געבטס ענק נישט אליינס אן עצה! עטץ צו'מזיק'טס ענקערע קינדער, און דו ווייסט עס גאנץ גוט!", "יא" - האט ער זיך פארענטפערט - "אבער אונזערע פירות זענען נאכאלץ בעסער ווי די גוי'אישע (ליין: ניו יארקער שווארצע, מעקסיקאנע, און פאטריקאנע) פירות..." האב איך איהם געענטפערט אז ענק זענען דאך נישט קיין גוים, דער גוי צו'מזיק'ט נישט זיינע קינדער, ער לאזט זיי זיך אליינס צו'מזיק'ן ווייל ער האלט נישט אז עלטערן דארפן נעמען אחריות אויף זייערע קינדער'ס חינוך נאר מ'קען לאזן די קינדער מחונך ווערן פון די גאס, ענק האלטן דאך אבער אז עלטערן טראגן יא די פולע אחריות אויף זייערע קינדער'ס חינוך איז פארוואס נעמען ענק זיך נישט אין די הענט אריין? לאמיר זעהן וואו עטץ נעמטס אחריות! שוין, האט ער גענומען זאגן אנדערע נארישע ארגומענטן האב איך מיך אנגערופן אז די שמועס דערמאנט מיר פון די רעבארן זלמן לייב וויכוחים אין ישיבה, און דארט האט זיך די שמועס געענדיגט...

*כ'האב חס ושלום נישט געשריגן אויף מיין טאטע, בכלל בין איך נישט קיין מענטש וואס שרייט, כ'האב נאר גענוצט א "firm voice" ווי ס'הייסט, און אסאך מאל איז דאס דאס גאנצע וואס אזעלכע חברה דארפן צו הערן, פשוט א פעסטע ניין, ס'איז פונקט ווי מ'באהאנדלט א קליין קינד.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:52 am
דורך Chasidishmashpia
וויפיל מסכתות אין ש"ס קען א בחור ווען ער ענדיגט ישיבה קטנה?

טרעפט א ראש ישיבה און פרעגט אים וואס איז זיין ציל? פארוואס האט ער א ישיבה? וואס וויל ער די בחורים זאלן קענען וכו'.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 9:15 am
דורך היסטאריע
:arrow:
באהעלפער האט געשריבן:איך האב בכלל נישט קיין רויטע האר...
און דער נודע ביהודה איז געווען מיין זיידע, און ער האט זיך גערופען לאנדא, אבער זיין משפחה נאמען איז געווען 'היילפערין'. און כאטש דו זעסט נישט מיינע ידיעות, האסטו דאס נישט געוואוסט.
און איך האב געמיינט אז ער האט געהייסן יהודה לוסטיג.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 10:17 am
דורך באהעלפער
היסטאריע האט געשריבן::arrow:
באהעלפער האט געשריבן:איך האב בכלל נישט קיין רויטע האר...
און דער נודע ביהודה איז געווען מיין זיידע, און ער האט זיך גערופען לאנדא, אבער זיין משפחה נאמען איז געווען 'היילפערין'. און כאטש דו זעסט נישט מיינע ידיעות, האסטו דאס נישט געוואוסט.
און איך האב געמיינט אז ער האט געהייסן יהודה לוסטיג.
געמיינט האסטו, ווייל דו קענסט נישט קיין 'היסטאריע'.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:19 pm
דורך היסטאריע
א מעשה שהיה, א בחור האט אויסגעפאקט ספרים, קומט ער אהן צו א סעט שולחן ערוך, פרעגט ער מיט א תמימות, פארוואס האסטו נאר פיר חלקים? ווי איז דער פיפטע חלק?

מען לערנט נישט קיין שולחן ערוך, און ער הערט אזויפיל רעדן וועגן דער פיפטע חלק און מיינט אז עס עקזיסטירט טאקע.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:21 pm
דורך באהעלפער
היסטאריע האט געשריבן:א מעשה שהיה, א בחור האט אויסגעפאקט ספרים, קומט ער אהן צו א סעט שולחן ערוך, פרעגט ער מיט א תמימות, פארוואס האסטו נאר פיר חלקים? ווי איז דער פיפטע חלק?

מען לערנט נישט קיין שולחן ערוך, און ער הערט אזויפיל רעדן וועגן דער פיפטע חלק און מיינט אז עס עקזיסטירט טאקע.
לייג עס אריין צווישן די סיפורים פון עמיראצעם.
נישט ווייל דו און דיין גלייכן ווייסן נישט קיין סאך, מיינט אז כלל ישראל איז נייאיוו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 1:00 am
דורך berlbalaguleh
באהעלפער: שוין ווידער אטאקירסט דו איינעם פערזענליך. ווייל היסטאריע פארציילט די מעשה זאגסטו אז ער ווייסט נישט אז ס'איז נישט דא קיין פיפטע שו"ע.