בלאט 1 פון 1
פארוואס פאלגן די תורה
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:06 pm
דורך ברוך בענדיט
איך וויל ארויפברענגען א ענין וואס האט מיר שטארק געבאדערט נאך פון די ישיבה קטנה יארן אין איך האף אז אפאר חברים דא וועלן אביסל אויפלייכטן די נעפל וואס הערשט ביי מיר אין דעם...
שכר ועונש, לאמיר זאגן אז אונז פארשטייען שוין פארוואס דער אויבערשטער דארף די מענטשליכע מצוות אין וויל נישט קיין עבירות...
און אויף דעם שטייט אין די תורה אז ער וועט געבן שכר ועונש כדי דאס צו אינפארסירן...
לאמיר זאגן אז אונז פארשטייען שוין פארוואס ער דארף עס טאקע אויספירן (אויב ער פירט עס אויס) ווען עס איז בפשטות גענוג אז אונז מיינען אז עס איז דא....
דא קום איך צו.... אז שטייט אין די תורה אז דער באשעפער איז גערעכט און יושר, קומט דאך אויס אז ער גייט באשטראפן רעלאטיוו צום עבירה, וואס הייסט אז עס גייט נישט זיין איינער גייט האבן מער ווי דעם צווייטן.. אויב האסטו הנאה אויף דער וועלט גייסטו נישט האבן אזוי סאך הנאה ווי דער וואס ליידט אויף די וועלט ווייל עס איז דא יושר....
איז לכאורה ווען איך טוה אן עבירה אויף דער וועלט פארשטייט זיך אז עס ווערט אויך אריינגערעכנט די הנאה פון עס יעצט האבן אבער ער גייט נישט באקומען קיין מער שכר אויף יענע וועלט וואס דאס האט נישט די הנאה פון יעצט האבן....
בקיצור אויב דער וואס באשטראפט מיך איז אינגאנצן ביושר און גלייך, פארוואס זאל איך האבן א פראבלעם צו זינדיגן ווען ער גייט מיך נישט באשטראפן מער פון וואס עס קומט זיך פאר די הנאה....
אויב איינער פארשטייט און האט א בעסערע כח הסברה ווי מיר, זאל פליז אריינקומען....
Re: פארוואס פאלגן די תורה
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:13 pm
דורך צוזאמגעדרייט
פארוואס זאל ער דיך געבן ווייניגער הנאה אויף יענע וועלט ווייל דו האסט געהאט הנאה אויף דער וועלט? מיינסט אז ער האט א באגרעניצטע מאס הנאה און די מיזט אויסקלויבן ווי עס אויס-צו-ניצן? מיינסט גאט איז פשוט א קארגער?
כ'מיין אז דיין זארג איז עמזיסט, ער וועט דיר געבן פיל בעסערס ווי די מוסלמענישע דמיונות...
Re: פארוואס פאלגן די תורה
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:17 pm
דורך ברוך בענדיט
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:פארוואס זאל ער דיך געבן ווייניגער הנאה אויף יענע וועלט ווייל דו האסט געהאט הנאה אויף דער וועלט? מיינסט אז ער האט א באגרעניצטע מאס הנאה און די מיזט אויסקלויבן ווי עס אויס-צו-ניצן? מיינסט גאט איז פשוט א קארגער?
כ'מיין אז דיין זארג איז עמזיסט, ער וועט דיר געבן פיל בעסערס ווי די מוסלמענישע דמיונות...
נאכאמאל די האלסט אז דער וואס ליידט אויף דער וועלט קומט זיך נישט מער הנאה אויף יענע וועלט ווי איינער וואס לעבט א חיים טובים?
מען רעדט דאך ע"פ יושר....
למעשה האט אים די באשעפער נישט געפייניגט פאר גארנישט....
Sent from my Pixel using Tapatalk
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:01 am
דורך היסטאריע
שכר ועונש וואס שטייט אין די תורה, מאכט נישט קיין סענס סייווי, ווייל פארוואס זאל איך איבער לאזען איין הנאת עולם הזה, צוליב אנדערע הנאת עולם הזה.
חז"ל און אלע ראשונים זאגען אז דער אמת'ע שכר איז עפעס אנדרעש אינגאנצען, א שכר וואס איז אסאך מער וואס די קענסט ריכטיג פארשטיין און משיג זיין אויף דער וועלט. און עס שטייט נישט אין דער תורה פאר אסאך סיבות וואס זיי ווייזען אהן. און דער עיקר סיבה ווייל מען דארף א טיזער וואס זאל רעדען צום גוף, און זאל מסכים זיין אויפצוגעבען די הנאות עולם הזה. נעם א הייוועי, עס איז דא א ספיד לימיט, וואס איז דער שכר פין פארען דער ספיד לימיט? אז מען גייט נישט געהרג'ט ווערען אין א עקסידענט. פארוואס דארף מען דער טיקעטס? ווייל דאס פארשטייט דער גוף. דער שכר פין לעבען איז נישט גענוג אויף צו מאטיוועיטען.
זיי ווייזען אהן אויף הנאת רוחני, דער חובת הלבבות זאגט, אז דער תענוג רוחני וואס דער פרוש שפירט, איז אסאך מער ווי דער הנאה פין דער פרעסער. איך בין נישט קיין פרוש, און קען נישט מקיים זיין די ווערטער, אבער מן הסתם איז עס אמת, און קענסט עס טרייען אליין, נאך א תענית פילט מען זיך נישט עפעס בעסער ווי נאך א סעודה? דאס איז נאר א מעין דמעין. דער הנאה נאך עוסק זיין אין רוחניות, דער הנאה ווען עס קומט א בליץ פין שכל, איז פיל מער ווי די הנאות גשמיות פין עולם הזה. און מיט דעם אלעם איז דאס נישט גענוג צו שטיפען א מענטש אהין, ווייל, אזוי איז עס, עס איז שווער צו פארשטיין, אבער מענטשען האבן א איינגעגעסענע נטיה פין זיין סעלף דעסטראקטיוו.
איז דער עצה, לאז אפ שכר ועונש, טראכט נישט פין דעם, א נער איז דער וואס האט מורא פאר דער שטעקען (צדיקים), טראכט פין דער תכלית, וואס איז דער תכלית פין מיין יש, ווי קען איך אנקומען, און מאך בעיבי סטעפס ווי אזוי מען קען אנקומען אהין, און הייב אהן ארבעטען. לאז שכר ועונש פאר די דאמיס, פאר וועמען עס איז מעיקרא געמאכט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 5:20 pm
דורך חדשים
וועם דען ווילסטו פאלגן?
איך בין נישט אזוי זיכער אז דאס וואס דו ווילסט טון איז אנדערש ווי די תורה...
Re: פארוואס פאלגן די תורה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 5:41 pm
דורך צוזאמגעדרייט
היסטאריע האט געשריבן: און קענסט עס טרייען אליין, נאך א תענית פילט מען זיך נישט עפעס בעסער ווי נאך א סעודה?
Hell's no
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 9:20 pm
דורך מרדכי מרדכי
אויב האב איך נישט קיין טעות איז די איינציגסטע שכר עונש וואס שטייט אין די תורה נאר לגבי די וועלט
גיהנום, גן עדן און עולם הבא ווערט ערשט דערמאנט אין חז"ל
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 1:59 pm
דורך ברוך בענדיט
היסטאריע האט געשריבן:שכר ועונש וואס שטייט אין די תורה, מאכט נישט קיין סענס סייווי, ווייל פארוואס זאל איך איבער לאזען איין הנאת עולם הזה, צוליב אנדערע הנאת עולם הזה.
חז"ל און אלע ראשונים זאגען אז דער אמת'ע שכר איז עפעס אנדרעש אינגאנצען, א שכר וואס איז אסאך מער וואס די קענסט ריכטיג פארשטיין און משיג זיין אויף דער וועלט. און עס שטייט נישט אין דער תורה פאר אסאך סיבות וואס זיי ווייזען אהן. און דער עיקר סיבה ווייל מען דארף א טיזער וואס זאל רעדען צום גוף, און זאל מסכים זיין אויפצוגעבען די הנאות עולם הזה. נעם א הייוועי, עס איז דא א ספיד לימיט, וואס איז דער שכר פין פארען דער ספיד לימיט? אז מען גייט נישט געהרג'ט ווערען אין א עקסידענט. פארוואס דארף מען דער טיקעטס? ווייל דאס פארשטייט דער גוף. דער שכר פין לעבען איז נישט גענוג אויף צו מאטיוועיטען.
זיי ווייזען אהן אויף הנאת רוחני, דער חובת הלבבות זאגט, אז דער תענוג רוחני וואס דער פרוש שפירט, איז אסאך מער ווי דער הנאה פין דער פרעסער. איך בין נישט קיין פרוש, און קען נישט מקיים זיין די ווערטער, אבער מן הסתם איז עס אמת, און קענסט עס טרייען אליין, נאך א תענית פילט מען זיך נישט עפעס בעסער ווי נאך א סעודה? דאס איז נאר א מעין דמעין. דער הנאה נאך עוסק זיין אין רוחניות, דער הנאה ווען עס קומט א בליץ פין שכל, איז פיל מער ווי די הנאות גשמיות פין עולם הזה. און מיט דעם אלעם איז דאס נישט גענוג צו שטיפען א מענטש אהין, ווייל, אזוי איז עס, עס איז שווער צו פארשטיין, אבער מענטשען האבן א איינגעגעסענע נטיה פין זיין סעלף דעסטראקטיוו.
איז דער עצה, לאז אפ שכר ועונש, טראכט נישט פין דעם, א נער איז דער וואס האט מורא פאר דער שטעקען (צדיקים), טראכט פין דער תכלית, וואס איז דער תכלית פין מיין יש, ווי קען איך אנקומען, און מאך בעיבי סטעפס ווי אזוי מען קען אנקומען אהין, און הייב אהן ארבעטען. לאז שכר ועונש פאר די דאמיס, פאר וועמען עס איז מעיקרא געמאכט.
גערעכט, איך האב געוויסט אז עס גייען אריינקומען אפאר מיט דעם אז נישט שכר ועונש איז די סיבה פון פאלגן.....
וואס איך פרעג איז אז למעשה האט מען געמאכט אזא זאך וואס הייסט שכר ועונש מיך צו דערשרעקן אדער מיך צו מאכן אין עפעס ....
די שאלה איז ווי אזוי דארף דעס מיך דערשרעקן....
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 2:01 pm
דורך ברוך בענדיט
מרדכי מרדכי האט געשריבן:אויב האב איך נישט קיין טעות איז די איינציגסטע שכר עונש וואס שטייט אין די תורה נאר לגבי די וועלט
גיהנום, גן עדן און עולם הבא ווערט ערשט דערמאנט אין חז"ל
אבער מען מיז איינזעצן ווי זיי... אחוץ אויב די תורה איז הוילע בלאף
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 3:29 pm
דורך היסטאריע
וואס איך פרעג איז אז למעשה האט מען געמאכט אזא זאך וואס הייסט שכר ועונש מיך צו דערשרעקן אדער מיך צו מאכן אין עפעס ....
די שאלה איז ווי אזוי דארף דעס מיך דערשרעקן...
ווער זאגט עס דארף דיר דערשרעקן?
אבער, לאמיר דיר פרעגן, פארוואס האסטו נישט מורא?
פין תפיסה האסטו יא מורא?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 4:44 pm
דורך ברוך בענדיט
פשטות דארף עס מיך דערשרעקן...
פארוואס דען איז עס געמאכט געווארן....
ווי קומט אריין דא תפיסה?
די גאנצע קשיא איז ע"פ דעס אז גאט איז א שטיק יושר.....
תפיסה דארף מיך טאקע נישט דערשרעקן ווייל אויב גלייב איך אז גאט טוט עס איז עס א זאך וואס איך גיי אדער האב באקומען הנאה אנשטאט דעם.....
איך מיין אז דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן... גערעכט ביסטו ווייל איך האב עס נישט גיט ארויסגעברענגט....
די קשיא איז אז אויב מען גלייבט אז דער אייבערשטער איז אלעס ביושר ממילא גייט קיינער נישט האבן ווייניגער ווי דער צווייטע, קומט אויס אז גאט גייט מיך נישט אוועקנעמען אדער באשטראפן מער ווי רעלעטיוו צו די הנאה וואס איך האב געהאט פון זינדיגן.... איז וואס איז די פראבלעם?