בלאט 1 פון 1
חינוך איבער ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט מיידלעך
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 1:59 pm
דורך פרנס החודש
איך האב היינט ב״ה אנגעהויבן מיין נייע ארבייט אלס א סאושעל סקולס טיטשער/קאונסלער אין א געמישטע ארטאדאקסישע מוסד.
אלס מיין ארבייט וועל איך דארפן געבן קלאסן פאר אינגלעך און מיידלעך, און אויך איינס אויף איינס קאונסעלינג מיט קינדער.
איז מיר פונקט אויפגעקומען א פראגע: מיט וועלכע רעכט האבן מיינע רבי׳ס אין חדר מיך נישט אויסגעלערנט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די אנדערע מין? וואס פאר א מין ווירטשאפט איז עס צו אוועקמאכן די גאנצע נושא מיט׳ן זאגן ״ מ׳טאר נישט קוקן אויף קיין מיידלעך? סיי אין שולחן ערוך איז דא הלכות איבער דעם, אויך לגבי פשוטע דרך ארץ איז עס גאנץ קאמפליצירט. האבן זיי נישט געטראכט אז איך וועל אמאל ברויכן ארבייטן צוזאמען מיט די אנדערע מין ? האבן זיי געטראכט אז די אלע הלכות איבער די אנדערע מין איז הלכתא למשיחא? אדער האבן זיי בכלל געטראכט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 2:31 pm
דורך מי אני
פונקט האב איך געליינט
די עטנאָגראפישע שטודיע פון דר. לאה טאַראַגין-זעלער און דר. בּען קאסטאן איבער די צוגאנג צו סע*קס-עד אינערהאלב די חרדי׳שע געמיינדעס אין א״י און אין ענגלאנד. בתו״ד שרייבן זיי:
Examining how religious minorities negotiate their boundaries vis-à-vis what is cast as the external world has become one of the pillars of the anthropology of religion. Over the past thirty years, scholars have particularly focused on fundamentalist groups and demonstrated how self-protective communities are inclined to reinforce internal taboo systems by tightening restrictions that pertain to modesty, probity, and bodily practices (e.g., Mahmood 2005; Stadler and Taragin-Zeller 2017; Taragin-Zeller 2014, 2015). Building on the seminal work of Mary Douglas (1966), researchers have defined these groups as “enclave cultures” (Almond et al. 2003, 34; Sivan 1995): distinct communities with highly demarcated cultural and moral boundaries as well as strict taboos that partition outsiders from insiders and along rigid lines of gender. Aimed at thwarting the putative efforts of “demonic forces” to corrupt the group (Almond et al. 2003, 34–36), these taboos and barriers segregate the “virtuous” and “morally superior” fundamentalists from the influences of the “depraved,” “polluted,” and “dangerous” host society (Sivan 1995). As Nurit Stadler (2009, 2) puts it, “piety, with its mastering body regime, is the only force capable of changing or restraining the secular and heretical nature of the world and thus perhaps of ensuring its future, if not present, redemption.”
Religious schools are a primary strategy to segregate identity, which reinforces gen- dered taboos, concepts, and practices (Aran 1991; Davidman 2011; Fader 2009; Hakak 2012; Zalcberg-Block 2011)
ולעצם השאלה מיין איך אז די פראבלעם וטענה איז אנדערש. מיינענדיג, עס איז נישט א פראבלעם אז ״מ׳האט נישט אויסגעלערענט ווי אזוי זיך יא אומצוגיין מיט׳ן אנדערן מין״ בשב ואל תעשה, וויבאלד ביי דעם (אחוץ אין די ראַמען פון געשלעכט והמסתעף) דארף מען זיך אומצוגיין אזוי ווי מ׳גייט זיך אום מיט עני נארמאלע מענטש (אחוץ אויב גייט מען שוין אריין אין דזשענדער-אידענטיטעט פּאַליטיקס און אישׁוּס); עכ״פ לגבי בּעיסיק מענערס וכדומה. די פראבלעם איז אז מ׳האט דייקא יא אויסגעלערענט, בקום ועשה, ״זיך
דייקא נישט אומצוגיין מיט׳ן אנדערן מין
בכלל״.
לגבי יהדות והלכה איז טאקע יא דא א טענה אז מ׳דארף אויסלערנען בקום ועשה א ״יא״ ווי אזוי זיך אומצוגיין וויבאלד עס האט חילוקים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 2:36 pm
דורך פרנס החודש
דו האלסט טאקע אז מען קען אוועקנעמען די גאנצע קאמפליצירטקייט מיט זאגן פשוט "פיר דיך אויף ווי א נארמאלע מענטש"? זענען מענטשליכע באציאונגען אזוי פשוט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 2:42 pm
דורך מי אני
ווי געזאגט, אינדרויסן פון די ראַמען פון געשלעכט (וכמובן איז דאך א פרוי א מענטש און נישט נאר א סע*קס-אביעקט) איז דאס ענליך צו זאגן אז מ׳דארף געבן לעקציעס ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אנדערע ראסעס. דאס איז, כמובן, גאר קאַנדעסענדינג. ואיה״נ אז מ׳דארף אויסלערנען איבער די געדאנק פון ראסע-רילעישאנס אין די ראַמען פון טאַלעראנס וכדומה והמסתעף, איז דאס אין דעם ענליך צו אויסלערנען איבער די געדאנק פון געשלעכט והמסתעף בכלליות וואס איז נוגע ביי רילעישאנס מיט׳ן אנדערן מין. אבער לגבי ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט א מענטש qua מענטש, דארף דאס זיין אייניג, ענליך צו אזוי ווי מ׳האט נישט צו מאכן א חילוק בלעקציעס צו ווי אזוי זיך ספעציעל אומצוגיין מיט אנדערע ראסעס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 2:45 pm
דורך פרנס החודש
דו ביסט שוין צו לינק…[emoji854]
Re: חינוך איבער ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט מיידלעך
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 2:49 pm
דורך פרנס החודש
דו קומסט מיט די מאדערנע געדאנק דאס אלע זענען אייניג. אבער אין רוב סאסייעטיס איז יא דא חילוקים אין צוגאנג, בפרט ביי אונזער ציבור.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 4:48 pm
דורך חדשים
מי אני איז הונדערט פראצענט גערעכט. פיר דיך אויף מיט זיי מענטשליך. זיי זענען מענטשן פונקט ווי אינגלעך. טראכט נישט א גאנצע צייט פון זייער דזשענדער, קוק זיי אן אלץ היומען ביעונג.
ואגב, כאפ א שמועס מיט דיין פרינציפל און פרעג אים/ר וואס זענען די נארמאטיווע אויפירונגען פון די סקול’ס געזעלשאפט. דו קוקסט אויס קלוג און וועסט שנעל כאפן ווי איין און ווי אויס. And you're good to go...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 7:57 pm
דורך פרנס החודש
איך בין היינט געווען אין גלעזער געשעפט, איך בין געשטאנען און געווארט אין די רייע, פלוצלינג זעה איך די מיידלעך פארנט פון מיר שפרונגען אפ אין די זייט, און א בחור לויפט דורך מיט א בהלה, די פנים אויסגעדרייט צו די וואנט…. ער איז לכאורה אביסל צוטומלט געווארן פון א אויסשטעל אביסל אנדערש פון ישיבה, ב"ה ער האט עס געמאכט ביז אינדרויסן בשלום...
איינער זאל אים ביטע אראפזעצן מיט א משניות אבות און אים צו ווייזן די משנה "איזוהי דרך ישרה שיבור לו האדם..."
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 10:22 pm
דורך חדשים
דאס און ענליכס גייט אריין אין טוב תורה עם דרך ארץ. און טאקע ביי די וואס גייען אין די שיטה פרובירן יא אויסצולערנען די אינגלעך און די מיידלעך וויאזוי זיך צו באנעמען מיט די אנדערע מין. און זיי זענען טאקע מער עקספאוזט בשיטה. וכידוע האט מען עס נישט אנגענומען צווישן אונזערע קרייזן און די רעסט איז היסטארי.. ויצא העגל הזה..
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 12:42 am
דורך שמעקעדיג
פרנס, דיין חתן רבי האט דיר נישט אויסגעלערנט ווי אזוי אומצוגיין מיט מיידלעך?....
איך ווייס נישט דיין עידזש, און צי דו ביסט בכלל חתונה געהאט, אבער אויב האסטו א ווייב מיט טעכטער, אדער אפילו שוועסטער, מיין איך איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זיי. עס קען זיין אביסל אנקאמפטעבל אנהייב, אבער אז דו וועסט משלט זיין דיין מח על הלב וועט דיר זיין גרינגער.
ואסיים בברכה, הצלחה רבה אין דיין ארבעט! זאלסט גרינג קענען אויפטון וואס דו דארפסט!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 12:46 am
דורך שמעקעדיג
איך וועל מודה זיין אז עס פעלט אין אויסלערנען "מעננארס" אין אונזערע חדרים און ישיבות, אבער מצד שני טאר מען נישט פארגעסן פון וואו אונז קומען, ביי אונזערע אבות און רבי'ס זענען מיידלעך געווען א סכנה פאר די נשמה כדי נישט צוצוקומען צו קיין הארבע איסורים, מען איז געגאנגען מיט די שיטה פון "מוטב שיהי' שוטה כל ימיו ואל יהי' רשע שעה אחת לפני המקום", אז מען קוקט פון דעם פערספעקטיוו קען מען גרינגער פארשטיין זייער מהלך.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:51 am
דורך מאטי
ס'איז א דינע שטריק צווישן "האלטן" און "טריעטן" אלע גלייך. פון איין זייט איז דא נאטורליכע צו קולטוראלע הבדלים און אויב ווייסט מען נישט ווען מ'טרעט אויף א לעבעדיגע ווייער טרעפט מען זיך גיין אויף אייער-שאלעכץ.
פון די אנדערע זייט, דעפינירן לויט די אנדערשקייטן איז אליינס א טריגער און פארזיכערט צו אומנויטיג פאראייביגן דעם ענין.
די רבי'ס וואס זאגן: "כ'האב גארנישט געפרעגט די פריערדיקע מלמד, אלע קינדער דא זענען אייניג"
זייער שיין, אבער למעשה... דארף מען א געוויסע אנונג פון די שוואכקייטן און די מעלות צו וויסן וואס צו באארבייטן און ס'איז זיכער נישט אייניג ביי א יעדן.
ווייס אבער לעבל נישט! טראכט אבער זאג נישט! האלט די אינפארמאציע אין אן אפגעהיטענע קעמערל, לאז דאס נישט ווערן א חלק פון דיין אדער יענעמס מהות. גיב די benefit of doubt איבער אלעס וואס דו ווייסט אויף אים/איר אויף א טאג טעגליכע באזיץ, לאז דאס נישט ווערן א מוסטער פאר שפעטער