וואס גייט פאר מיט שאולזאן?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
וואס גייט פאר מיט שאולזאן?
שאולזאן הידוע האט שוין נישט געפאוסט קיין נייע זאכן אויף זיין וועבסייט פון פאריגן פרייטאג (געווענליך לייגט ער יעדן טאג ארויף נייעס)
עפעס האט ער געשריבן אז ער גייט אנהייבן מקצר זיין מיט זיינע ליל ששי באריכטן צוליב עניני רפואה, האט עס א שייכות?

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נו, נו. לאמיר זעהן ווען די וועלט וועט שרייבן איבער איהם סענזאציאנאלע און סקאנדאליעזע באריכטן. און אריינקריכן אין זיין פריוואטן לעבן. ללא רחם. אזוי ווי ער האט געטון מיום עמדו על דעתו. וויפיהל צער און עגמת נפש און אומזיסטע בזיונות און זאגאר פאלשע באשולדיגונגען וואס ער האט געמאכט.
מיין עיקר אפשיי צו איהם און זיינע טונקעלע מעשים איז נישט נאר געווען זיינע באריכטן איבער פאליטישע געשעענישן און אינערליכע לשה"ר און רכילות פון קהילות און יחידים. נאר אויך. ספעציעל זיינע אנדערע טונקעלע מעשים מגונים און שאנטאזש (עקסטארשן) וואס ער האט געטון צו יחידים. איך וועל עס נישט ארויסשרייבן פשוט משום הרחק מן הכיעור והדומה לו. אבער איך האב געליינט אין אן איזראעלי צייטונג איבער יענע אקטיוויטעטן. ווי ער האט אריינגענאר'ט אומשולדיגע יונגעלייט. און נאכדעים אויסגעפרעסט גרויסע געלטער פון זיי. אז ער זאלל נישט מפרסם זיין די אינפארמאציע וואס ער האט איבער זיי.
מיין עיקר אפשיי צו איהם און זיינע טונקעלע מעשים איז נישט נאר געווען זיינע באריכטן איבער פאליטישע געשעענישן און אינערליכע לשה"ר און רכילות פון קהילות און יחידים. נאר אויך. ספעציעל זיינע אנדערע טונקעלע מעשים מגונים און שאנטאזש (עקסטארשן) וואס ער האט געטון צו יחידים. איך וועל עס נישט ארויסשרייבן פשוט משום הרחק מן הכיעור והדומה לו. אבער איך האב געליינט אין אן איזראעלי צייטונג איבער יענע אקטיוויטעטן. ווי ער האט אריינגענאר'ט אומשולדיגע יונגעלייט. און נאכדעים אויסגעפרעסט גרויסע געלטער פון זיי. אז ער זאלל נישט מפרסם זיין די אינפארמאציע וואס ער האט איבער זיי.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'איז אפשר נאך צו פריה צו שרייבן .."זיכרונות"...מעמוארן איבער איהם. אבער דאך. אפס קצהו. ווען ס'האט אויסגעבראכן א געוויסער סקאנדאל אין א גרויסע קהילה, האט ער עס באשריבן מיט אלע מטעמים און פיטשעוועקס. ער האט זיך נאך בארימט אז מ'האט איהם געבעטן אז ער זאלל שרייבן מיט א ביסל רחמנות און איינזעעניש, האט ער זיך בארימט אז ער האט נישט נאכגעגעבן די בקשה. ער האט געזאגט אז אויב ער באשרייבט עפעס אויף א שיינעם, מענטשליכן וועג וועט ער נישט פארקויפן קיין סאך צייטונגען. משא"כ אויב ער באזאלצט די מעשה. ער האט געברענגט א ראיה. אז ער האט דעם ערשטן טאג פארקויפט מער פון 5 טויזנט קאפיעס. ער האט געמוזט דרוקן נאך. און אלעס איז פארקויפט געווארן.
נאר נישט אלע זיינע שפיצלעך זענען איהם געלונגען. איין אזא פאל איז געווען מיט ק"ק סאטמאר. (נאך פאר די ארוני/זאלוני פאליטיק) ער איז געקומען צו די ראשי הקהילה און געזאגט אז ער האט א סאך אינפארמאציע איבער זאכן וואס שפיעלן זיך אפ אין די קהילה. און דאס איז ווערד געלט. כדי ער זאלל עס נישט באשרייבן וויל ער א סכום וואס די קהילה זאלל איהם באצאללן. די ראשי הקהילה האבן זיך געמאכט ווי זיי נעמען אן ערנסט זיין פארשלאג. און זיי האבן איהם געזאגט אז זיי זענען גרייט איהם צו געבן א סכום פון 20,000 דאללער. זיי האבן אנגעגרייט אנגעצייכנטע ביללס וואס די די.עי.'ס אפיס האט זיי געגעבן. וואס מ'קען ניצן אלס עווידענס אז ער האט באקומען דאס געלט. אויך האט מען אנגעגרייט א ווידיאו רעקארדינג מאשין (דאס איז געווען אין די בראשית יארן פון די טעכנאלאגיע). מ'האט אפגעשמועסט א צייט ווען ער וועט קומען אפנעמען דאס געלט. נאכדעם האבן איהם אפגעווארט די דעטעקטיווס און איהם ארעסטירט. פאר עקסטארשן.
זיין סוף איז געקומען ווען ער האט זיך אנגעהויבן מיט די בארא פארק שומרים. די אזוי גערופענע בעיקערי באיס. זיי זענען געווען אריינגעמישט (שלא ברצונם) אין א פערזענליכן משפחה סיכסוך. ער איז געקומען צו זיי און געזאגט אז ער פארלאנגט א געוויסן סכום פון זיי אז ער זאלל זיי נישט באשרייבן. האבן זיי איהם געענטפערט (כדרכם) ..."ווען אונז וועללן ענדיגן מיט דיר, וועסטו אונז געבן א סכום פון געלט אז מיר זאללן דיך אפלאזן"... והך קאווע. און ס'איז טאקע אזוי געווען. זיי האבן איהם אנגעהויבן צו רודפ'ן עד חרמה. אזוי ווייט אז ער האט זיי טאקע געוואלט געבן געלט אז זיי זאלן זיך אפלאזן פון איהם. נאר ס'האט איהם גארנישט געהאלפן. ביז ער האט פארמאכט זיין שמוץ בלעטל. די אזוי גערופענע פנים חדשות...!

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
נעבעך, דער איד איז א מוסר השכל פאר אונז אלע, ווי טיף מען קען פארזונקען דורך די אייגינע נארישע מחלוקת און פאליטיק, זאל דאס זיין פאר אים א זכות ער זאל האבען א רפואה און תשובה שלימה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
באהעלפער: יא. זיי האבן אויסגעארבעט א גרונטליכן פלאן. און זיי האבן עס נאכגעפאלגט מעטאדיש. איינס פון זייערע אקציעס אקעגן איהם איז געווען אז זיי האבן אויסגערופן אן אפיציעלן באיקאט אויף זיין שמוץ בלעט, פנים חדשות (חלשות). זיי האבן אוועקגעשטעלט פאטאגראפיסטן (וואס איינער פון די הויפט אנפיהרערס פון די שומרים איז געווען אין די ליין) ביי די הויפט ניוס סטענדס וואו זיין צייטונג האט זיך פארקויפט. א יעדער וואס האט געקויפט זיין צייטונג האט מען אפגעפיקטשערט און מפרסם געווען ברבים. אז דער מענטש שטיצט א געמיינעם בעל לשון הרע ורכילות. את חטאי אני מזכיר. איך האב "דאך" זייער שטארק געוואלט קויפן דעם בלעטל. אויך ביניך געווען א שליח פאר א צווייטן מענטש. ביניך געגאנגען צו א ניוס סטענד נישט אין די אידישע געגנט. איך האב טאקע גענוג געציטערט אז א פאטאגראפיסט וועט אויסוואקסן און מיר נעמען א פיקטשער און מפרסם זיין ברבים. אויך האבן זיי אפגעראכטן א ..."פעיק"... לויה פאר חיים שאולזאן. מיט אן עכטן ארון (מתים) און הויכהילכערס וועלכע האבן אויסגערופן זיין לויה. אויך האבן זיי אפגעראכטן טעגליכע דעמאנסטראציעס ביי זיין הויז באגלייט מיט דרשות און לאזונגען אקעגן איהם. ווען ער האט חתונה געמאכט א זון, אין א לאקאלן האלל אין בארא פארק, האבן זיי ארויסגענימען א פערמיט צו מעגן דעמאנסטרירן ביים דעם האלל. ער האט געמוזט אנקומען צו פאליציי פראטעקשן. אויך האבן זיי געשריגן און געמאכט א גרויסן רעש ביי די חופה. און חתונה. לסוף האט ער בכלל אוועקגעמופט פון בארא פארק.באהעלפער האט געשריבן:איך געדענק גוט די אלע פרטים וואס דו שרייבסט. אבער כ'פארשטיי נישט ביז היינט וויאזוי האט שומרים עהם געקענט מסדר זיין.
דו ווייסט פרטים וויאזוי זיי האבן עהם געמאכט סטאפן דעם בלעטל?
איך וויל נישט זאגן דעם פסוק אויף איהם. ווייל ער קען נאך תשובה טון...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
https://youtu.be/-WCzRlb1BK0
אויב איינער קען מיך מסביר זיין וואס איז שלעכט מיט אים, וועט עס זיין אפרישיעיד.

אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זיכער: היינט איז ער א בעל צורה מיט א ברייט-צוואקסענע בארד. און ער זאגט דברים של טעם. נאר די נושא דא איז וואס זיין עבר איז געווען. מיט א דרייסיג יאר צוריק. ס'איז ערב ראש השנה. איך וויל נישט מקטרג זיין אויף א איד. נאר איך האב אויבן געשריבן א זייער קליינעם טייל פון זיין אויפפיהרונג. ער איז סך הכול געווען א בעל לשון הרע און רכילות. און נישט נאר פאר עטליכע מענטשן. נאר פאר טויזנטער. און ער האט דאס געטון פאר ..."פרנסה"...ער האט אויסגעפרעסט געלט פון מענטשן דורך שאנטאזש (עקסטארשן). און נאך ערגערס פון דעם.
לויט א רעפארט אין אן איזראעלי צייטשריפט, האט ער אויך ארגאניזירט אז עטליכע (נישט רעליגיעזע) יונגע פרויען זאללן פארנארן חסיד'ישע יונגעלייט. און ער האט זיי פאטאגראפיהרט אין קאמפראמיסיר'טע פאזיציעס. נאכדעם איז ער געגאנגען צו די באטרעפנדע מענטשן און זיי געזאגט אז ער האט אינפארמאציע (מיט פיקטשערס) וועגן זיי. וואס ער איז גרייט אריינצולייגן אין זיין צייטונג. אויב מ'וועט איהם נישט באצאלן א געוויסן (גרויסן) סכום פון געלט.
אט דאס איז געווען דער אריגינאלער הרב שאולזאן. ס'איז נישט באוואוסט אז ער זאלל האבן תשובה געטון אויף אט די מעשים לא טובים. אדער לכה"פ זיך מתנצל זיין. און בעטן מחילה (ברבים) פון די אלע מענטשן וועלכע ער האט פארשעמט און אויסגעפרעסט געלט...!

- נעקסט לעוועל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 294
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל
עיין ערך דודי זילברשלגberlbalaguleh האט געשריבן:
לויט א רעפארט אין אן איזראעלי צייטשריפט, האט ער אויך ארגאניזירט אז עטליכע (נישט רעליגיעזע) יונגע פרויען זאללן פארנארן חסיד'ישע יונגעלייט. און ער האט זיי פאטאגראפיהרט אין קאמפראמיסיר'טע פאזיציעס. נאכדעם איז ער געגאנגען צו די באטרעפנדע מענטשן און זיי געזאגט אז ער האט אינפארמאציע (מיט פיקטשערס) וועגן זיי. וואס ער איז גרייט אריינצולייגן אין זיין צייטונג. אויב מ'וועט איהם נישט באצאלן א געוויסן (גרויסן) סכום פון געלט.
אויך ענליכע מעשה, https://www.youtube.com/watch?v=iKqtiqWP28I
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
דער מעשה איז זיכער מער פין צען יאר אלט. דאס איז געוועהן א נסיון אין ארויסצושטויסן פין פאליטיק, דורך זיינע רייוועלס. דעמאלס איז געשטאנען נעמען פין די היימישע וואס האבן געדינגען דער מיידל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נעקסט לעוול: ייש"כ. יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס איך בין אזוי אויפגעברויזט אויף שאולזאן און זיינע מעשים מגונים. מילא, ווילאנג ער האט זיךמתעסק געווען אין היימישע פאליטיק און זיך געריסן מיט סאטמאר און אנדערע קהילות, האביך נישט געפיהלט קיין פערזענליכע קעגנערשאפט צו אט דעם פארשוין. ביננו. ווער האט דען נישט ליעב א זאפטיגע, רעבישע לשון הרע'לע אדער רכילות. נאר איך האב געליינט דעם רעפארט איבער זיינע מעשים מגונים פון עקסטארשן אויף יחידים, וועלכע זענען נישט קיין אישי ציבור (נישט אז אויף פאבליק מענטשן איז עס יא בארעכטיגט),האביך מין אינגאנצן פארעקלט פון דעם קרימינאלן בריאה.נעקסט לעוועל האט געשריבן:עיין ערך דודי זילברשלגberlbalaguleh האט געשריבן:
לויט א רעפארט אין אן איזראעלי צייטשריפט, האט ער אויך ארגאניזירט אז עטליכע (נישט רעליגיעזע) יונגע פרויען זאללן פארנארן חסיד'ישע יונגעלייט. און ער האט זיי פאטאגראפיהרט אין קאמפראמיסיר'טע פאזיציעס. נאכדעם איז ער געגאנגען צו די באטרעפנדע מענטשן און זיי געזאגט אז ער האט אינפארמאציע (מיט פיקטשערס) וועגן זיי. וואס ער איז גרייט אריינצולייגן אין זיין צייטונג. אויב מ'וועט איהם נישט באצאלן א געוויסן (גרויסן) סכום פון געלט.
אויך ענליכע מעשה, https://www.youtube.com/watch?v=iKqtiqWP28I
ווען ס'זאל זיין א וועג איהם אנקלאגן אין קרימינאלן געריכט און איהם איינזעצן אין תפיסה , וואלט איך געווען צופרידן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
היסטאריע: דאס איז מעגליך א צווייטע מעשה. אבער וואס איך האב געליינט איז אז שאולזאן האט געדינגען די (נל"ו) פשוט פאר עקסטארשן. דאס איז נאך א סאך ערגער ווי אן אקציע וואס איז פאליטיש מאטיווירט.היסטאריע האט געשריבן:דער מעשה איז זיכער מער פין צען יאר אלט. דאס איז געוועהן א נסיון אין ארויסצושטויסן פין פאליטיק, דורך זיינע רייוועלס. דעמאלס איז געשטאנען נעמען פין די היימישע וואס האבן געדינגען דער מיידל.