צי דאַרפן געוויסע דורכפאלן?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 1:29 pm
א פריינט האט איבערגעזעצט א פעיסבוק פאסט פין אשר לאווי, די דירעקטאָר פין ZAAKAH, און געבעטן מען זאל עס פאוסטן.
איבער די לעצטע פאר טעג, האב איך געהאט אסאך שמועסן מיט מענטשן וועגן די ניו יארק טיימס ארטיקל, איבער די נושא פון ישיבה עדיוקעישן (אדער מאנגל דערפון) און ס’איז געווען איין נקודה וואס האט געהאלטן אין איין ארויפקומען אויפ’ן טיש, דעריבער, פיל איך פאר וויכטיג עס צו אדרעסירן:
קריטיקער פונעם באריכט און פונעם מאוומענט צו פארברייטערן די עדיוקעישן אין ישיבות, בדרך כלל דריקן זיך אויס אז די "קאמיוניטי" וויל עס נישט, און ממילא איז עס אן אומרעכט זיי צו צווינגען זיך צוצושטעלן.
וואס עס שטערט מיר די מערסטע דערוועגן איז אזוי: "ווער ווערט פארעכנט ווי א חלק פון די קאמיוניטי"?
רעכנט מען די מענטשן וואס ווילן א בעסערע עדיוקעישן אבער וואס האבן מורא אפן ארויסצוזאגן זייער מיינונג?
רעכנט מען די מענטשן וואס זענען אינעווייניג ווייל זיי זענען געבוירן געווארן אין א קאמיוניטי וואס נעמט נקמה מיט א הויכע פרייז און באשטראפט די וואס רירן זיך אוועק פון די תקנות וואס ווערן באשטימט ביי די וואס זיצן פון אויבן?
צו רעכנט מען די מענטשן וואס זענען געווען א חלק פון די קאמיוניטי און האבן פאר סיי וועלכע סיבה איר איבערגעלאזט, אדער צוליב א טויש פון ווירדן, אדער גאר צוליב שלעכטע ערפארונגען אינעווייניג, אדער אפילו, צוליב וואס זיי האבן פשוט באשלאסן ס’נישט פאסיג פאר זיי מער אבער יעצט טרעפן זיי זיך געשעדיגט פון די עדיוקעישן וואס פעהלט זיי?
ווער באשליסט ווער עס איז יא אדער נישט א חלק פון אונז? און וועמענ'ס סוקסעס איז יא אדער נישט וויכטיג!?
איך האב אן אנדערע טענה צו מענטשן וואס רעאגירן צום באריכט מיט ווארפן טענות וואס האבן נישט קיין האפט. אז די סעקיולערע וועלט איז איין גרויסע בייזע שפיל, פול מיט דראגס און פארברעכנס וכו', בעת אונזער געמיינדע וואס ווערט קריטיקירט ביי די טיימס האט נישט אזעלכע פראבלעמען…
טוען מיר נישט פארעכענען סעקשועל עביוז, ווי אויך די געוואלד-טאטן וואס קומען פאר אין שטובער, ווי רציחה’דיגע פארברעכנס!? איז פינאנציעלע פארברעכנס נישט קיין עוולה? אדער אפשר רעכנט מען נישט די קרבנות פון די פארברעכנס ווי א חלק פון די קאמיוניטי? ווי קענען מיר אפילו מאכן מיר דעם אנשטעל כאילו ס’איז נישט דא א מאסן דראג און אלקאהאל פראבלעם - כאטש פאקטיש עקזיסטירט עס שוין איינמאל? אדער אפשר טייטשן מיר עס אויס אז אזעלכע מענטשן זענען אטאמאטיש נישט א חלק פון אונזער קאמיוניטי און ממילא זענען זיי נישט אונזער פראבלעם?
ווייל דאס איז וואס איך האב צוגעזעהן אין מיינע צען יאר פון טון די ארבעט וואס איך טוה: א קאמיוניטי וואס מאכט אן אנשטעל כאילו זיי האבן נישט קיין פראבלעמען און ווי נאר ס’מאכט זיך א פראבלעם ווארפן מען יענעם ארויס און זאגן זיך אפ פון סיי וועלכע אחריות - אזוי אז מען זאלן קענען אנגיין און אנשטעלן א פנים ווי כאילו זיי זענען עפעס בעסער פון יעדן אין אלע אופנים.
דעי עטיטוד איז גראדע זייער אמעריקאניש: זיך צו מאכן כאילו מען איז אן אויסנאם און בעסער אין אלעם בשעת ס’איז זייער קלאר נישט אזוי.
אלס קינד האב איך געהאט א געוואלדיגע פחד פון אניוריזם’ס, דאס איז ווען ס’פלאצט אן אדער אין קאפ וואס ס’נישט קיין אפטע ערשיינונג, איך פלעג הערן אין בארא פארק כסדר פון מענטשן וואס זענען געשטארבן פלוצלונג פון אן אניוריזם... און איך האב מורא געהאט פאר מיין לעבן! אז ס’וועט מיר חלילה אויך אנטרעפן אומגערישט אין איך וועל חלילה שטארבן. ווען איך בין עלטער געווארן האב איך אויסגעפינען אז אניוריזם איז לשון נקיה פאר "סועסייד"...
אין יענע צייטן האב איך שוין געהאט פרובירט צוויי מאל אן "אניוריזם" און איך האב פארלוירן אסך פריינט פון "אניוריזם'ס". שפעטער האב איך אנגעהויבן ארבעטן פאר די ארגאניזאציע און איך האב באקומען ערשט-האנטיגע געלעגנהייטן צו זען פונקטליך ווי ברייט פארשפרייט די אלע פראבלעמאטישע זאכן זענען אין אונזער קאמיוניטי: ווי דראג עדיקשען, אווערדאז, סועסייד, גענג ווייעלנס און טינעידזש פרעגנענסיס.
די צוויי נושאים זענען זייער נאנט פארבינדן איינע מיט די אנדערע. בפרט ווען די אנטי-יאפעד עולם האט אזוי ליב אנצושטעלן א פנים כאילו מיר האבן נישט אזעלכע פראבלעמען אין אונזער געמיינדע און ניצן עס אלס א תירוץ אוועקצורויבן פון אונזערע קינדער די רעכט פון א בעיסיק עדיוקעישן. די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי קענען דאס טון איז נאר דורכ'ן אפמאכן אז עטליכע אדער, זיי מיר מוחל, אסאך, קינדער אין די קאמיוניטי זענען נישט גענוג וויכטיג פאררעכנט צו ווערן אלס מיטגלידער פון די קאמיוניטי.