דער צעמישטן שטן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

דער צעמישטן שטן

שליחה דורך שמן למאור »

עס איז געווען פאריגע מוצאי ראש השנה, מען האט קוים אריינגעטראטן אינעם נייער יאר שנת תשפ"ב לפ"ק, יעדער איז געווען אויפגעהייטערט איבערן פרישן זיסע יאר וואס עס ערווארט אונז, אבער דער שטן האט געשוימט פאר כעס! דער איר אלטער טריק האט אים ווידער פארנארט!!!

די באי ביתו פונעם שטן האבן אים קוים געקענט בארוהיגן, ער האט געשריגן אין געקאפעט מיט די פיס אזש מען האט געמיינט אז ער כאפט באלד א נערוון צאמברוך... מען האט צוזאמגעריפן שנעל די נכבדי המלאכי חבלה, עס האבן זיך צוזאמענגעלאפן די חשובע שווארצע מלאכים מיט ווייסע בערד און גאלדענע בעקעטשעס... די גבאים פונעם יצר הרע האבן געלאזט וויסן אז די מצב טויגט נישט, ער גייט שיעור נישט אראפ פון זינען....

זיי האבן מיר ווידער פארנארט!!! האט ער געשריגן איין מאל און נאכאמאל. איך האב שוין געהאט אנגעגרייט צום געריכט גאנצעטע געפעק מיט דאקומענטן מיט הוכחות און קלארע באווייז קעגן אלע באשילדיגטע, איך האב שוין געווארט און געציילט די טעג צום געריכט. שוין פון ראש חודש אלול ווען מען האט אנגעהויבן בלאזן שופר האב איך מיר געריבן די הענט... איך האב שוין געווארט אויף ראש-חודש-בענטשן כדי צו קענען געוואר ווערן ווען די דאטום פונעם געריכט איז... און... זיי האבן מיר ווידער פארנארט!! זיי האבן געהיפט אויפן ר"ח בענטשן, און נאכמער פון דעם... זיי האבן נישט געבלאזן קיין שופר ערב ר"ה!!!

וואספארא גערעכטיגקייט איז דאס?? די אידעלעך טוען זיך צאם אגאנץ יאר פארשינדארטיגע מעשים. עס קומט פאר א קאורטקעיס איינמאל א יאר... און מען מאכט טריקס... די אידעלעך ווייסן זאגער פונעם מדרש אז מען דארף זיך שערן און אנטון שיין ווייל מען איז גאר "מובטח" אז מען גייט ארויסגיין זכאי בדין... און רב אלימלך בידערמאן האט זיי דערציילט דעם ווארט אז מען דארף זיך נישט זארגן ווייל די שופט איז זייער טאטע.. און... מען פאפט אויס דעם הויפט פראקואר ער ווייסט נישט ווען ער דארף אנקומען אין געריכט.. און די אידעלעך שווערצן אזוי ארויס א גוט יאר! און ווען איך דערמאן זיך איז שוין צו שפעט.. מען האט שוין פארשריבן פאר די אידן א כתיבה וחתימה טובה. יא.. מען מאכט אן אפיעל.. מען ווארט ביז יום כיפור, אבער עס האט שוין יענע פנים. גיי דריי צירוק א פסק פון די שופט, און בפרט אז איך ווייס אז די גאנצע מעשה איז ריגד. עס קומט למעשה גיבט מען א חתמ'ע לטובה און פערטיג.

און די זעלבע שפיל גייט שוין אהן פאר איבער 2,000 יאר!!! יאר איין יאר אויס...!! עד כאן!!! געניג געווען!! איז דאס די עולם האמת אדער נישט? איז מלך במשפט יעמיד ארץ, אדער מען מאכט קינצן? איז עס מלך אוהב צדקה ומשפט, אדער מאכט ער עיוות הדין פאר זיינע קינדער??

"הערטס ענק אלע איין" שרייט די שטן צו זיינע אפעצירן וואס שטייען ארום דעם טיש. קומענדיגע יאר וועל איך זיך נישט לאזן! איך וועל שוין זען צו געדענקן און אנקומען קאמפסגרייט צום פראצעס!

די ס"מ עליטע האבן מיטגעשאקלט מיט די קאפ.. אבער זיי געדענקן נאך פון פאריאר ווי די זעלבע מעשה האט זיך אויך אפגעשפילט.. עפעס ליידט אונזער אלטע פירער פון אלטסהיימערס.. די זכרון טויגט אים שוין נישט.
***
שוין פון ראש חודש אלול היי יאר האט זיך די שטן אויסגעשטעלט א גרויסע לוח אינעם ס"ם הויפטקווארטיר.. ער מאכט א הילכיגן קאונטדאון... יעדן טאג מעקט ער אויס נאך א טאג און ער האלט חשבון ווי א זייגער...
אבער לאמיך ענק אויסזאגן דעם סוד וואס איך בין געוואר געווארן דערפון פון גאר א פארלעסליכע מקור...
דעם פאריגן שבת נצבים ווען די שטן האט געזען אז מען בענטשט נישט ראש חודש איז ער געווארן אינגאנצן צעמישט!!! און ווען מען האט נישט געבלאזן היינט אינדערפרי קיין שופר האט זיך זיין קאפ גענימען שווינדלען!!! וואס גייט פאר??? ווען איז ראש השנה פאר א גוט יאר? עפעס איז מיין לוח נישט גוט...

יא רבותי! די טריק האט נאכאמאל געארבייט!! עס קומט א גוט יאר פאר אונז אלע!!! אייגנטליך ווייס איך נישט פארוואס איך האב מיך געמוזט ארויסרייסן פון בעט היינט פארטאגס 4:30 צו זאגן סליחות און זיך אויסבעטן א גוט יאר, די הויפט פראסיקיוטער דער שטן איז דאך צעמישט...

מען קען זיין רואיג! געניג מיט די אנגעצויגנקייטן! מען קען צוגיין צום יום הדין מיט א זיכערן געוויסן אז אויך היי יאר וועלן אונז אויסקרוזן דעם פראצעס און די שופט וועט אונז דן זיין גוט צו א שנה טובה ומתיקה...

איך בעט נאר דער עולם, אז ווען ענק זעהן היינט דעם שטן (ווען ער קומט ענק איינרעדן צו טון עבירות..) זאלן ענק נישט רעדן גארנישט וועגן ראש השנה.. ענק קענען נאך אומוועלנדיג אוועקגעבן די גאנצע סוד... און איך האף אויך אז דער שטן ליינט נישט קיין קאווע שטיבל, ווייל אויב יא זעמער אויף צרות, ער וועט דערגיין די סוד...
אויב מען זעט ווי @שטן סיינט אריין אין שטיבל היינט, זאל מען באלד מודיע זיין פארן מנהל אז מען דארף אים זאפארט אויסשפארן...
(דער אמת איז אז אפילו ער ווערט געוואר, האבן אונז נאך געניג עצות אין זאפאס. די זוהר האט אן אריכות איבער די שטן וואס קומט מקטרג זיין אויף ראש השנה -כנראה אז געוויסע יארן ווערט ער געוואר- און ווען מען בלאזט שופר ווערט ער צעמישט. אזוי צו אזוי זענען אונז מסודר...)

פאר א סיבה ריפט מען אים דער מלך זקן וכסיל...

זאלן טאקע אלע אידעלעך בכלל, און תושבי השטיבל בפרט, האבן א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

נאך אפאר טריקס וואס מיר טוען זיך צו פארזיכערן א גוט יאר...

1. מיר טינקן די עפל אין די האניג.

2. מיר עסן נישט קיין ניס.

3. מיר עסן די קאפ פון א פיש.

4. מיר שלאגן כפרות.

5. מיר עסן באקסעדיגע לאקשן.

6. מיר עסן רינדיגע חלות.

7. מיר גייען צו תשליך (אריינציווארפן די עבירות אינעם טייך)

וכ וכ וכ...

די שטן האט ניטאמאל א שאנס...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

א געלונגען פאלק. אלס פארדינט מען נאר פון עסן. ווען משה רבינו האט געווינען די מלאכים איז אויך נאר עסען, בשר וחלב.
אן אלטע כלל, never stand between a bear and his food, פון די האניג ר"ה ביז די לאטקעס זאת חנוכה, וועט די שטן לאנג האבן פארלוירן זיין קעיס, מיט ערבוב און קר"ע שטן קען ער זיך אן עצה געבן, אבער נישט מיט זיסע מייערן און קרעפליך.

יאכלו ענוים וישבעו
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

עס דערמאנט מיך פון דער באבע פון צאינה וראינה וואס האט יערליך געקלאגט איבער יוסף פארוואס ער לאזט זיך נאכאמאל נארן פון די ברידער נאך וואס ער ווייסט שוין וואס גייט פאסירן. דא אבער איז עס טאקע א וואונדער, קאם אן ,דו האנדלסט דא שוין עטליכע טויזענט יאר מיט א כאפטע אידעלעך וואס קומען יאר יערליך מיט בלעכענע פנימ'ער און מיט די זעלבע טריקס און קענסט זיך נישט אויסלערנען כאטש עטליכע פון זיי??? סיריעסלי, דו ביסט דער גרויסע פארכטיגע 'שטן' פון די ביכער וואס דורות פון אידישע קינדער האסן און פארכטן און וועקן זיך אויף אינמיטן נאכט מיט שרעקעדיגע חלומות??
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
פארשפארט