בלאט 1 פון 1

הרב בערלאנד ווערט פארשיקט פון אוקריינא

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 5:20 pm
דורך מתבודד
אויפן וועג קיין אומן ביים אוקריינא-מאלדובה גרעניץ, האט מען פארשיקט הרב בערלאנד צוריק אריין קיין מאלדובה מיט א שווארצן זיגל אויפ’ן פאספארט, אנגעבליך צוליב וואס ער האט גערעדט מיט א צייט צוריק קעגן זעלענסקי.
מפי השמועה האט ער צוגעזאגט עולם הבא פאר ווער עס וועט הרג’ענן דעם אוקראיני פרעזידענט... די וועג אהין האט הרב ברלאנד געמאכט מיט א פריוואטן פליגער קאסטנדיג א קנאפע 200 טויזנט ש”ח.

ציניקער צייגן אן אז מיט אזא קאמוניסטישער מהלך אין אוקראינה איז שוין פוטין א געווינער...
(פערזענליך האלט איך גראדע אז בשעת מלחמה איז נישט מער ווי רעכט אים נישט אריינצולאזן)

ווער עס האט פרטים און אוואדי אויב איינער האט מיטגעהאלטן די קיבוץ מלדובה זאל ביטע אריינקומען..

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 8:56 pm
דורך באהעלפער
גענוג. באהעלפער איז אויסגעשפארט.
מנהל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 9:46 pm
דורך מחצה''ק
בשובו בנים מפרסמים וידאו: לטענתם הלל כהן איים על חסידיו של הרב ברלנד שלא יעיזו אפילו באמירה אחת קטנה לעשות טעות "אתם תתחרטו" לטענתם הוא איים בויזה שחורה גם על החסידים

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 2:59 am
דורך קבצו זקנים
באהעלפער האט געשריבן:גענוג. באהעלפער איז אויסגעשפארט.
מנהל
נאך אזא לעכטיגען יום טוב הייבט שוין אהן אויסצושפארן פין אוזערע ברידער און חברים אין ק״ש? את אחי אנכי אבקש און ברענג ציריק דעם באהעלפער על מקומו ועל כנו. איז דעיס נישט די ענין פין די הייליגע טעג אז דער רבונו של עולם זאגט קיינמאל נישט ׳געניג איז געניג׳.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 11:39 pm
דורך שמעקעדיג
וואס טוט דער רבש"ע מיט די ספרי מתים?...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 2:04 am
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס טוט דער רבש"ע מיט די ספרי מתים?...
מ'דארף האבן די ספרי מתים, ווייל אן זיי איז נישטא קיין בינונים..

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 10:13 am
דורך היסטאריע
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס טוט דער רבש"ע מיט די ספרי מתים?...
זיי קומען צוריק אין א נייע גלגול. והמ"י.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 2:02 pm
דורך פויגל מילעך
היסטאריע האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס טוט דער רבש"ע מיט די ספרי מתים?...
זיי קומען צוריק אין א נייע גלגול. והמ"י.
והמבין יבין? דהיינו

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 3:13 pm
דורך פרנס החודש
פויגל מילעך האט געשריבן: והמבין יבין? דהיינו
מיט דיין תגובה האסטו שוין פארענטפערט דיין פראגע
[emoji1787]

נשלח: דינסטאג אקטאבער 04, 2022 2:53 pm
דורך פויגל מילעך
פרנס החודש האט געשריבן:
פויגל מילעך האט געשריבן: והמבין יבין? דהיינו
מיט דיין תגובה האסטו שוין פארענטפערט דיין פראגע
[emoji1787]
איך פארשטיי נישט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 04, 2022 2:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אנטשולדיגונג פאר'ן לייגן דאפלט, חזרה איז אלץ א גוטע זאך.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 4:47 pm
דורך נחום הסופר
למעשה איז דער 'הרב' בערלאנד צום סוף נישט געווען אין אומאן אויף ראש השנה

פיין און וואויל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 12:37 am
דורך town1
נחום הסופר האט געשריבן:למעשה איז דער 'הרב' בערלאנד צום סוף נישט געווען אין אומאן אויף ראש השנה

פיין און וואויל
”בנפול אויבך אל תשמח ובכשלו, אל יגל לבך פן-יראה השם, ורע בעיניו והשיב מעליו אפו.“ (משלי כ"ד, פסוק י"ז – י"ח)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 2:38 am
דורך דוד שריפטליך
מתבודד האט געשריבן:אויפן וועג קיין אומן ביים אוקריינא-מאלדובה גרעניץ, האט מען פארשיקט הרב בערלאנד צוריק אריין קיין מאלדובה מיט א שווארצן זיגל אויפ’ן פאספארט, אנגעבליך צוליב וואס ער האט גערעדט מיט א צייט צוריק קעגן זעלענסקי.
מפי השמועה האט ער צוגעזאגט עולם הבא פאר ווער עס וועט הרג’ענן דעם אוקראיני פרעזידענט... די וועג אהין האט הרב ברלאנד געמאכט מיט א פריוואטן פליגער קאסטנדיג א קנאפע 200 טויזנט ש”ח.

ציניקער צייגן אן אז מיט אזא קאמוניסטישער מהלך אין אוקראינה איז שוין פוטין א געווינער...
(פערזענליך האלט איך גראדע אז בשעת מלחמה איז נישט מער ווי רעכט אים נישט אריינצולאזן)

ווער עס האט פרטים און אוואדי אויב איינער האט מיטגעהאלטן די קיבוץ מלדובה זאל ביטע אריינקומען..
איך ווייס פון א אינגערמאן וואס האט שוין געהאט א שווארצע זיגל נאך פון קאוויד צייטן ווען די גרעניצן פון אוקראינה זענען געווען פארשלאסן און ער האט זיך אריינגעשמאגלט פארשטעלט ווי א גוי האט ער איצט נאכאמאל פרובירט צו שווערצן אזוי ווי ער האט געטוען פאר יאר אבער עס האט אים נישט געהאלפן צופיל........ ווייל איז געווארן ארעסטירט און נאך צוויי טעג באפרייט און געפראוועט ראש השנה און מאלדאווע......

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 7:10 pm
דורך נחום הסופר
town1 האט געשריבן:
נחום הסופר האט געשריבן:למעשה איז דער 'הרב' בערלאנד צום סוף נישט געווען אין אומאן אויף ראש השנה

פיין און וואויל
”בנפול אויבך אל תשמח ובכשלו, אל יגל לבך פן-יראה השם, ורע בעיניו והשיב מעליו אפו.“ (משלי כ"ד, פסוק י"ז – י"ח)
"ישמח צדיק כי חזה נקם פעמיו ירחץ בדם הרשע" (תהלים נ"ח, פסוק י"א)