בלאט 1 פון 1

ראש השנה׳דיגע געדאנקען

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 11:58 pm
דורך מונטסורי
סתם צופלויגענע רעיונות פון דורכאויס ראש השנה העעל"ט
***
מיינע טרערן ביים דאווענען איז א ראי' אז נאך אלעם איז יא דא א גאט, ווייל עס ווערט דאך געברענגט אז די התעוררות לבכי וואס א מענטש האט ראש השנה קומט בשעת מען איז אים דן, טא, אויב איז נישטא קיין גאט ווער דען איז מיר דן?

ער האט אונז פיין מסדר געווען מיט זיין אלול, מ'קען פארשוועכן צען יום כיפור'ס אבער לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער, אז דער טאטע האט געוויינט און דער זיידע האט געוויינט און זיין זיידע האט געוויינט, וועסטו אויך אויך וויינען, מען קען נישט צוריקשטופען די מאסע פון הונדערט דורות, ס'איז נאר דא איין וועג אויף שביל ר' דוב.
***
אינם סידור נאך ושמרו ביים שבת׳דיגן מעריב איז אויך אריינגעדרוקט דער יום טוב׳דיגער וידבר משה, דער ראש השנה'דיגער תקעו בחודש שופר, און אויך דעם יום כיפור'דיגן "כי ביום הזה". פארשטיי איך נישט פאר וועם דאס איז ווייל די יום כיפור'דיגער מעריב איז נישט געדריקט אינם סידור. אפשר פאר רעפארם שולן?
***
מען זאגט לטהר חוסיו בדין, דער באשעפער זייפט אונז אינם יום הדין, און מ׳ווייסט דאך אויך שוב יום אחד לפני מיתתך, דערפאר לייגט מען נישט קיין זייף ביים בית הכסא כדי זיך צו דערמאנען תשובה צו טון יעדן טאג.
***
דער חזן שרייט חמול עלינו ועל עוללינו וטפינו העכער פון אלע אנדערע אבינו מלכינו׳ס. פאר מיר אבער איז עס א פשיטא אז דער באשעפער וועט אוודאי רחמנות האבן אויף די פיצלעך, זאג איך עס אייגענטליך רואיגער.
***
מרחוק ה׳ נראה לי, איך געדענק אים פונם ווייטן אמאל, פונם פארנעפלטען עתיד, איך הער אים ווי עפעס א פייף פונם לייף-גארד אין סווימינג פול, די אויער נאך פול מיט וואסער, די גלעזער איז נאך אין די שיך. ער זאגט מיר אהבת עולם אהבתיך אבער זעען זע איך נאר א צינישער אפשיי. סלאוען קעטערינג איז פול, אויב דו ביסט טאקע דער וואס היילט, וואס׳זשע מאכסטו קראנק? וואס שרייסטו עוד אבנך בתולת ישראל, עוד תטעי כרמים, אז תשמח בתולה ובחורים וזקנים… עוד… אָז… כ׳גיי, כ׳וועל, אויב דו קענסטו דעמאלטס דאן וואו ביסטו היינט?

חאצאצקער רבי זאגט בעסער לייז אונז אויס אלץ אידן ווי איידער אלץ משוגעים חלילה, און איך זאג דיר אונז זעמיר שוין יעצט גוט משוגע טאטע׳ניו, דיינע גאולות וועלן שוין קיין סאך נישט העלפען, דאך אבער, פרובירן שאדט נישט, לאמיר זען וואס דו קענסט, ווייז אונז אונז דיין בעסטע שאס, מיר ווארטען אלע, צינד אונז אן די לעקטער אין קאפ, א גאולה פרטית יעדן אינדיווידואל און א גאולה כללית אונז אלעמען.
***
מען בעט ביים דוכנ׳ען אויף חלומות בין שחלמתי על עצמי ובין שחלמתי על אחרים ובין שחלמו אחרים עלי. פארוואס בעט מען נישט אויך אויף חלומות שחלמו אחרים על אחרים?
***
די שטריימלעך און טיכלעך שפיגלען זיך אפ אינם איסט ריווער, די ברויט ברעקעלעך שווימען ארום ציללאז, די קינדער שרייען און די קאטשקעלעך מאכן א סעודה׳לע. איך בעט ותשליך במצולות ים כל חטאתם אבער באמת וואלט מיר נישט געטון אַרן אז ער ווארפט מיר אויך אריין צוזאמען מיט די עבירות, די וואסער איז היימליך און ציענד, עס ווילט זיך מיר גיין קושן דעם לויתן, כמים לים מכסים און קושטס מיר אלע די אחוריים, ס׳איז מיר גוט דארט אויך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 1:12 am
דורך תוהו ובוהו
איך האב נישט געדאווענט אזוי לאנג ווי דיר אבער דאס זענען מיינע צופידלטע רעיונות.

***

דעם בעל תפילה'ס קאנפידענץ ביי וכל מאמינים; דעם בעל תוקע'ס ניצחון מינע אז דער שטן איז פארנומען אינעם שול קעגנאיבער און די תקיעות גייען געשמירט; דעם גבאי'ס סאטאספיקאציע פונעם האלבן שאקל מיינער נאך וואס ער האט מיר מכבד געווען אויפצומאכן דעם הייליגן קאסטן; מיין שכנ'ס יונגל וואס נעמט צאם זיין גאנץ ביסל קוראזש און פּיקט ארויס ביים דוכנ'ן נאר צו ווערן שאקירט אז ער זעט נאך; דער פּני-איד וואס שמייכלט פרום בשעת דער בעל מוסף הייבט שווערליך אויף זיינע עטליכע הונדערט פונט פון דער ערד; דער פארפרומטער עובד וואס שפרינגט ביי 'פרייד צו דיין לאנד און אנדערע-סארט-פרייד צו דיין שטאט'; דער אויבער-חכם וואס שטופט זיך מיט זיין טלית'לאזן קאפ און אנגעשפיצטע אויערן נישט צו פארפאסן דעם בריסקע שברים; דער צוגעפיצטער אינגערמאן וואס שמייכלט ציניש ביי ונתנה תוקף אבער ביי אבינו מלכנו באפאלט אים דער שד; דער מעומד-בלאזער וואס קען נישט באהאלטן זיין גליק ווען זיין תקיעה גדולה איז לענגער פונעם מיושב-בלאזער'ס; די נאסטאלגיע אין דער לופט ווען דער בעל מוסף קרעכצט צוויי מאל יביא; און דער נגיד ביים שנדר'ן אפאר אלפים אין אויסטויש פאר א דאזען מי שברך'ס.

און דאן איז דער עפל אין האניג געפאלן. פארפאלן, אונזער סמעדרש'ל שטעלט צו א שפרידלדיגער סאציאלאגישער רעגנבויגן פאר כמעט כל מה דבעי.

***

דאס שטיקל נאך ונתנה תוקף אז מיר זענען א צעקוועטשן שמאטע; א פארטריקנטער לולב; א וועפערעזירטע נפיחה, אבער דו ביסט דער אלמעכטיגער; אלצווייסער; אייביג-בלייבנדער. האט מיר עפעס אריינגעפירט אין א טיפע BSDM עקספיריענס. כ'מיין, עפטער אלל, היום הרת עולם.

***

סתם אזוי האט זיך מיר עפעס געוואלט גורס זיין: הסורר, ומעלים עין מסובלים.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 1:36 am
דורך רביה''ק זי''ע
תוהו ובוהו האט געשריבן: דאס שטיקל נאך ונתנה תוקף אז מיר זענען א צעקוועטשן שמאטע; א פארטריקנטער לולב; א וועפערעזירטע נפיחה, אבער דו ביסט דער אלמעכטיגער; אלצווייסער; אייביג-בלייבנדער. האט מיר עפעס אריינגעפירט אין א טיפע BSDM עקספיריענס.
https://youtu.be/doORQwer1kA

מיין עיקר פראבלעם מיט ראש השנה איז אז איך פארשטיי נישט וואס דויערט גאנצע צוויי טעג אויסצו'פועל'ן א גוט יאר, א געווענליכע יאר האב איך שוין אויסגע'פועל'ט די בעיסיקס דעם ערשטן נאכט ביי מעריב.

Re: ראש השנה׳דיגע געדאנקען

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 1:39 am
דורך טאמבל סאס
ווערי גוד! [emoji23][emoji23]

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 2:33 am
דורך וואלווי
מונטסורי האט געשריבן:מען בעט ביים דוכנ׳ען אויף חלומות בין שחלמתי על עצמי ובין שחלמתי על אחרים ובין שחלמו אחרים עלי. פארוואס בעט מען נישט אויך אויף חלומות שחלמו אחרים על אחרים?
ווייל אחרים על אחרים איז נישט דיין ביזנעס...

כך מתאמרא משמא דעלמא.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 2:36 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן: דאס שטיקל נאך ונתנה תוקף אז מיר זענען א צעקוועטשן שמאטע; א פארטריקנטער לולב; א וועפערעזירטע נפיחה, אבער דו ביסט דער אלמעכטיגער; אלצווייסער; אייביג-בלייבנדער. האט מיר עפעס אריינגעפירט אין א טיפע BSDM עקספיריענס.
https://youtu.be/doORQwer1kA

מיין עיקר פראבלעם מיט ראש השנה איז אז איך פארשטיי נישט וואס דויערט גאנצע צוויי טעג אויסצו'פועל'ן א גוט יאר, א געווענליכע יאר האב איך שוין אויסגע'פועל'ט די בעיסיקס דעם ערשטן נאכט ביי מעריב.
ווייל די צדיקים וואס נעמען מיט אונזערע תפילות ארבעטען אריין ביי מוסף. כ'פארשטיי נישט, דו ווילסט נישט פארן מיט א גוטען קאנדאקטער?

חוץ מזה איז די יונגעל מיט די פייפער נישט געקומען ביינאכט אין שוהל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 2:45 am
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן: דאס שטיקל נאך ונתנה תוקף אז מיר זענען א צעקוועטשן שמאטע; א פארטריקנטער לולב; א וועפערעזירטע נפיחה, אבער דו ביסט דער אלמעכטיגער; אלצווייסער; אייביג-בלייבנדער. האט מיר עפעס אריינגעפירט אין א טיפע BSDM עקספיריענס.
https://youtu.be/doORQwer1kA

מיין עיקר פראבלעם מיט ראש השנה איז אז איך פארשטיי נישט וואס דויערט גאנצע צוויי טעג אויסצו'פועל'ן א גוט יאר, א געווענליכע יאר האב איך שוין אויסגע'פועל'ט די בעיסיקס דעם ערשטן נאכט ביי מעריב.
די ווידיא איז פיין! :lol:
כזע אבער נישט ווי עס קומט אהער...

דעם איה דילעמע

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 3:00 am
דורך שמן למאור
מען מוז זיך אויסקלייבן איינע...
שוין פון אנפאנג כתר האלט איך שוין די סידור אויפגעמישט צו דעם אייייהיי. מען וועט אריינכאפן דעם גאנצן געזאגעכטס בשעת דעם חזן גארגלט זיך דעם איה. טאמער שטעקט זיך ארויס דעם געבעט פונעם חזן'ס גארגלאכטס קען עס אפשר אפעקטירן דאס געבעט... ווער ווייסט.. כהאב נישט געטראפן אינערגעץ קיין פינקטליכע אינסטרוקציעס...

איך ווייס נישט וועגן ענק, אבער רוח הקודש אינטערסירט מיר גאנץ ווייניג.. דאס לאז איך פאר די רבי שליט"א צו בעטן. און בכלל איז דא א חשד אז די תפילה וועט נאר עושה'נען א מחצה, און עס וועט מיר בלויז באפאלן א רוח...
ווידער גוטע קינדער וועל איך בעטן ווען זיי וועלן אביסל אינטערוואקסן און כ'וועל זען במה דברים אמורים...
בלייבט מיר איבער צו בעטן פאר פרנסה!

אבער דעם דעמם געבעט איז די לענגסטע וואס איז דא דארטן... לענגער ווי די רוח הקודש און גוטע קינדער אינאיינעם.. און מען מוז אלעס אריינכאפן אין דעם קורצן איה... אז נישט וועט זיך אפשר נישט אראפגליטשן דעם פרנסה צום סוד אבא אינעם כתר... מוז איך ווי א פאכמאן אריינריקן א חיפערדיגע געבעט אין געציילטע מילי-סעקונדעס.

דערנאך מוז איך נאך למען השם מכוון זיין די אלע מאדנע שמות. עטס ווייסט פון וואס איך רעד, איא?.. די מיט די שורוק'ס און די קמץ'ס..
בערך אזוי.. פיסא ליטא רילא מידא ציחא קישא גימא ניסא...

און ווען איך ענדיג, מוז איך שנעל זאגן דעם ברוך כבוד השם ממקומו... ממקומו הוא יפן... ווייל די בעל תפילה ווארט נישט אויף מיין געבעטן אינמיטן דעם כתר... הגם אזוי פיל וואלט ער נאך געמעגט טון.. גיבן אביסל צייט זיך צו דערכאפן דאס אטעם נאך אזא איה טראמא...

תפילה לתיקון קרי!!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 3:27 am
דורך שמן למאור
היינט ווען די בעל תפילה זאגט דעם "ומפני חטאינו" פּאָף איך אריין אויף טויזנט.. מיינע שכנים מוזן צימאל שאקלען די טיש אז די שנארכעצן תקיעות זאל נישט אנקומען צום אויבן אהן... אבער ס'נישט אלעמאל געווען אזוי...

אלטס בחור פלעג איך נעמען זייער ערנסט דעם תפילה לתיקון קרי... איך מוז דאך מתקן זיין די פגמים... אז נישט.. וועט די יאר... שוין... ס'אל נישט אויסגערעדט זיין... אלע צרות קומען דאך וועגן דעם...

אבער גיי נעם דיר זאגן די תפילה.. איך האב דאך נישט קיין טלית מיט וואס זיך איבערצודעקן. יעדער וועט דאך זען אז איך 'בין מתקן' און אז מ'איז מתקן איז א סימן אז מ'האט מקלקל געווען... איז דאך געדרינגען אז איך.... האהא.. געפאקט ביי די מעשה!!!

איז געווען א גאנצע אפקומעניש... קודם האב איך אליין ארומגעקומט צו זען ווער זאגט יא... כ'מיין.. כ'בין דאך אויך א שטיקל דיטעקטיוו... טייל האבן עס געזאגט ווי גארנישט וואלט פאסירט... כאילו זיי זאגן יעצט די אני מאמין'ס אדער פרק שירה. און טייל האבן ארומגעקומט ס'מעדריש נערוועזערהייט אזוי ווי מיר... און אז מיינע בליקן האבן זיך געטראפן מיט אזא איינעם האבן אונז ביידע ספאנטאן אוועקגעקוקט, ווי צו זאגן.. הע! נע... איך זאג עס נישט... כ'בין דאך נישט פוגם חלילה...

אבער העי מ'דארף דאך זאגן... האב איך אזוי געמוזט קוקן אינעם מחזור און זאגן מיט די אויגן... און שנעל גיבן א ברים אינטער מיט די מויל... און שנעל גיבן א קוק ארום די היכל הביהמ"ד ווי גארנישט וואלט פאסירט, וחוזר חלילה... אוי איז עס געווען אן אפקומעניש... מען האט אזוי מתקן געווען די קרי מיטן חיל בלע ויקיאנו... עפעס אזוי.. ביז עלינו לשבח אריין...

אלטע קאשמארן...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 7:55 am
דורך מונטסורי
וואלווי האט געשריבן:
מונטסורי האט געשריבן:מען בעט ביים דוכנ׳ען אויף חלומות בין שחלמתי על עצמי ובין שחלמתי על אחרים ובין שחלמו אחרים עלי. פארוואס בעט מען נישט אויך אויף חלומות שחלמו אחרים על אחרים?
ווייל אחרים על אחרים איז נישט דיין ביזנעס...

כך מתאמרא משמא דעלמא.
נאך עניטיים אזא ביזנעס ווי חלומות שחלמתי על עצמי

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 1:32 pm
דורך היסטאריע
וואלווי האט געשריבן:
מונטסורי האט געשריבן:מען בעט ביים דוכנ׳ען אויף חלומות בין שחלמתי על עצמי ובין שחלמתי על אחרים ובין שחלמו אחרים עלי. פארוואס בעט מען נישט אויך אויף חלומות שחלמו אחרים על אחרים?
ווייל אחרים על אחרים איז נישט דיין ביזנעס...

כך מתאמרא משמא דעלמא.
זייער גוט. אבער מה שחלמו אחרים עלי דארף אויך נישט זיין דיין ביזנעס.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 2:23 pm
דורך וואלווי
טאקע נישט דיין ביזנעס, אבער ס'איז די מקובל'ס ביזנעס. ווער דען קען אזוי גוט אפשפרעכן יענעם'ס בייזע חלומות...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:06 pm
דורך סאנטיאגא
מונטסורי האט געשריבן:סתם צופלויגענע רעיונות פון דורכאויס ראש השנה העעל"ט
***
מיינע טרערן ביים דאווענען איז א ראי' אז נאך אלעם איז יא דא א גאט, ווייל עס ווערט דאך געברענגט אז די התעוררות לבכי וואס א מענטש האט ראש השנה קומט בשעת מען איז אים דן, טא, אויב איז נישטא קיין גאט ווער דען איז מיר דן?

ער האט אונז פיין מסדר געווען מיט זיין אלול, מ'קען פארשוועכן צען יום כיפור'ס אבער לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער, אז דער טאטע האט געוויינט און דער זיידע האט געוויינט און זיין זיידע האט געוויינט, וועסטו אויך אויך וויינען, מען קען נישט צוריקשטופען די מאסע פון הונדערט דורות, ס'איז נאר דא איין וועג אויף שביל ר' דוב.
***
אינם סידור נאך ושמרו ביים שבת׳דיגן מעריב איז אויך אריינגעדרוקט דער יום טוב׳דיגער וידבר משה, דער ראש השנה'דיגער תקעו בחודש שופר, און אויך דעם יום כיפור'דיגן "כי ביום הזה". פארשטיי איך נישט פאר וועם דאס איז ווייל די יום כיפור'דיגער מעריב איז נישט געדריקט אינם סידור. אפשר פאר רעפארם שולן?
***
מען זאגט לטהר חוסיו בדין, דער באשעפער זייפט אונז אינם יום הדין, און מ׳ווייסט דאך אויך שוב יום אחד לפני מיתתך, דערפאר לייגט מען נישט קיין זייף ביים בית הכסא כדי זיך צו דערמאנען תשובה צו טון יעדן טאג.
***
דער חזן שרייט חמול עלינו ועל עוללינו וטפינו העכער פון אלע אנדערע אבינו מלכינו׳ס. פאר מיר אבער איז עס א פשיטא אז דער באשעפער וועט אוודאי רחמנות האבן אויף די פיצלעך, זאג איך עס אייגענטליך רואיגער.
***
מרחוק ה׳ נראה לי, איך געדענק אים פונם ווייטן אמאל, פונם פארנעפלטען עתיד, איך הער אים ווי עפעס א פייף פונם לייף-גארד אין סווימינג פול, די אויער נאך פול מיט וואסער, די גלעזער איז נאך אין די שיך. ער זאגט מיר אהבת עולם אהבתיך אבער זעען זע איך נאר א צינישער אפשיי. סלאוען קעטערינג איז פול, אויב דו ביסט טאקע דער וואס היילט, וואס׳זשע מאכסטו קראנק? וואס שרייסטו עוד אבנך בתולת ישראל, עוד תטעי כרמים, אז תשמח בתולה ובחורים וזקנים… עוד… אָז… כ׳גיי, כ׳וועל, אויב דו קענסטו דעמאלטס דאן וואו ביסטו היינט?

חאצאצקער רבי זאגט בעסער לייז אונז אויס אלץ אידן ווי איידער אלץ משוגעים חלילה, און איך זאג דיר אונז זעמיר שוין יעצט גוט משוגע טאטע׳ניו, דיינע גאולות וועלן שוין קיין סאך נישט העלפען, דאך אבער, פרובירן שאדט נישט, לאמיר זען וואס דו קענסט, ווייז אונז אונז דיין בעסטע שאס, מיר ווארטען אלע, צינד אונז אן די לעקטער אין קאפ, א גאולה פרטית יעדן אינדיווידואל און א גאולה כללית אונז אלעמען.
***
מען בעט ביים דוכנ׳ען אויף חלומות בין שחלמתי על עצמי ובין שחלמתי על אחרים ובין שחלמו אחרים עלי. פארוואס בעט מען נישט אויך אויף חלומות שחלמו אחרים על אחרים?
***
די שטריימלעך און טיכלעך שפיגלען זיך אפ אינם איסט ריווער, די ברויט ברעקעלעך שווימען ארום ציללאז, די קינדער שרייען און די קאטשקעלעך מאכן א סעודה׳לע. איך בעט ותשליך במצולות ים כל חטאתם אבער באמת וואלט מיר נישט געטון אַרן אז ער ווארפט מיר אויך אריין צוזאמען מיט די עבירות, די וואסער איז היימליך און ציענד, עס ווילט זיך מיר גיין קושן דעם לויתן, כמים לים מכסים און קושטס מיר אלע די אחוריים, ס׳איז מיר גוט דארט אויך.
איך ווייס נישט וואס דו נעמסט, אבער איך מוז דאס אויספראוון...

זיססס. דו האסט עפעס א געשמאקייט אין דיין פעדער, פארפאלן