וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך
וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך
אסאך מאל וויל איך מנדב זיין געלט פאר צדקה, בפרט יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, און איך וואלט געוואלט געבן פאר א היימישע ארגעניזאציע וואס איך ווייס איז עהרליך און ניצט די געלט פאר עכטע צדקה צוועקן.
פארשטייט זיך אז די צוועק דארף זיין א נארמאלע צוועק (נישט מקוואות אין די הרי הררט), אבער וואס פינקטליך עס איז איז נישט אזוי וויכטיג. די עיקר אז איך קען וויסן אז זיי זענען עהרליכע מענטשן און אז עט ליסט 80-90 פראצענט פון די געלט גייט טאקע פאר די צוועק וואס זיי זאגן צו.
איז וועלכע היימישע ארגעניזאציע האט א נארמאלע עהרליכע באורד וואס מ'קען טראסטן, אדער האט אפענע ביכער, און מ'קען וויסן אז זיי זענען א עהרליכע ארגעניזאציע? און אויב ס'איז נישט דא איינס וואס האט א נארמאלע אפענע חשבון, וואס איז די נענטסטע צו דעם וואס כ'קען די מערסטע זיך פארלאזן אז זיי זענען עהרליך?

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
עס האט די נאמען לויפער אין זיך.. שמעקט שוין נישט לעגיט...מר. קלונימוס האט געשריבן:לויפערס ארגאניזציע פאר אלמנות און יתומים איז לעגיט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
זייער ערנסט. יעדער וואס מעלדט זיך דארט באקומט פיש און פלייש א גאנץ יאר בדרך כבוד דעליווערט, אויך מצות אויף פסח ד' מינים אא''וו און דאס איז איבער גאנץ אמעריקע און קאנאדא נישט נאר ''היימישע''... כ'גלייב רוב צדקות זענען ערליך אבער די איינע האב איך מיטגעהאלטן און כ'בין נתפעל געווארן.ששון ושמחה האט געשריבן:ביסט ערענסט אדער ליצנות? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט. (און איך זוך ערענסטע ענטפערס און נישט ליצנות)מר. קלונימוס האט געשריבן:לויפערס ארגאניזציע פאר אלמנות און יתומים איז לעגיט
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
אבער וויאזוי קען מען וויסן אז ער איז ערליך מיט געלט? אפשר טאקע טיילט ער צוויי מיליאן דאלער אין עסן פאר מענטשן אבער ער שנארט 5 מיליאן, און 3 דערפון גייט אין טאש?
ווען איך רעד פון עהרליכקייט רעד איך נישט פון טאקע טוהן צדקה וחסד, ווייל איך בין זיכער אז אלע ארגעניזאציעס טוען. נאר די שאלה איז וויפיל נדבות זיי באקומען א יאר און וויפיל דערפון גייט טאקע פאר נצרכים.

- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
האסט טאקע נישט עפעס א פעטער/ברודער/שוואגער וואס קען נוצן די געלט??
Family first איז אויך א פסוק וואס מענטשן (האבן ליב צו) פארגעסן, מבשרך אל תתעלם.
(מיר האט א יוד פארציילט ווי נאכ’ן געבן זיין מעשר פארן דיין צו אויסטיילן פאר אידן וואס קענען עס נוצן האט די דיין ארויפגעשריבן אויפן ענוועלאפ מרת.. זיין ווייבס נאמען און אים געבעטן טראג עס ביטע אריבער צו די משפחה..)

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
לויפער'ס קאסע פאר אלמנות איז לעגיט און איז די מערסטע בדרך כבוד. איינע פון זיינע פאנדרעיזערס זאגט מיך אז ער איז אויף פעיראל און באקומט נישט קאמישאן וואס מיינט אז מער געלט קומט אן צו די נצרכים. איך פערזענדליך געב פאר קרובי משפחה דורך איינע פון מיינע שוואגערס וואס האט א קאסע ספיציעל פאר קרובים.
לא באתי לנצח (שולי)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
1+ פאר לויפער. נישט אז ער גיבט אפ דין וחשבון פארן פובליק אבער עס לאזט זיך זייער שווער גלייבען אז ער טיילט צוויי און שנארט פינף. ער גייט אליינס ארום צוזאמשטעלן די געלט אן קיין מארקעטינג, דינערס, אדער גאו פאנד מי׳ס. יעדער אידישע עסן געשעפט און ניו יארק און קיובעק וואס האלט א טעב האט א לויפער אקאונט וואו נצרכים קענען אויפשרייבען, no limits, no judging . עכט א סעמפל פון אמאליגע טיפישע סאטמארע צדקה.
ס׳וואלט געווען טאקע אינטערעסאנט אויב ס׳איז דא א מהלך צו רעיטן צדקה ארגעניזאציעס און אויב עס קען ארבעטען ביי אונז אויך.
ס׳וואלט געווען טאקע אינטערעסאנט אויב ס׳איז דא א מהלך צו רעיטן צדקה ארגעניזאציעס און אויב עס קען ארבעטען ביי אונז אויך.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך
קיינמאל געהערט פון דעם לויפער, ווי קען מען מנדב זיין?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
סמבטיון: לאוו דווקא. ווייל ווען א מענטש געט צדקה/מעשר וויל ער וויסן אז ס'גייט נישט צו עפעס א געריבענעם סוחר אין די קעשענע.סמבטיון האט געשריבן:זארג זיך נישט ווי די געלט גייט, דו טוה דיינס און די אייבערשטער וועט טוהן די רעשט, עס איז נישט דיין פליכט צו בודק זיין די ציצות פון יעדע נצרך צו ער איז לעדזשיט, אז דו געבסט צדקה מיט א גיטע כוונה, איז די זכות פינקט אזוי גרויס כאטש סעגייט פאר עפעס אן עסקן אין טאש.
איך בין בד"כ מבחין צווישן א יחיד וואס גייט נאך געלט (פאר זיך) און אן ארגאניזאציע. אויב א איד קומט בעטן א נדבה, וועל איך איהם געבן אפילו איך בין נישט זיכער אז ער זאגט דעם גאנצן אמת. ווייל לאמיר זאגן ער וועט זיך קויפן א סענדוויטש אדער אן אייז קריעם. האביך מחיה געווען א איד. משא"כ אן ארגאניזאציע וועלכע געט נישט איבער די מערסטע פון די געלטער פאר נצרכים זענען סתם א ביזנעס. וואס עטליכע מענטשן האבן פרנסה. איך קען (ליידער) מער ווי איין אזא ארגאניזאציע. אלעס מיט שיין קלינגענדיגע נעמען, פארשטייצעך.
ס'איז דא איין (צווישן אנדערע) אזא ארגאניזאציע וועלכע גייען ארום שנארן ביים היימישן עולם. זיי האבן זייער א שיין קלינגענדיגן נאמען. גראד ארויס פון סידור'ל. נאר איך ווייס נישט ווען ס'איז געווען די לעצטע מאל זיי האבן געטון א טובה פאר א איד. מעגליך אז זיי האבן אנגעהויבן אלס אן אמת'ע הילף ארגאניזאציע. אבער מיט די צייט האבן זיך די וועלכע זיצן ביי די שיסל געבויט שיינע הייזער. און געהאט טריפס קיין פלארידע און ארץ ישראל. נאר פרוביר בעטן א טובה פון זיי לשם די מטרה וואס זיי געבן אן. וועסטו באקומען 1001 תירוצים. אבער קיין הילף וועסטו נישט באקומען.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
יאפס, דער זעלביגע. ער האט אויך א מערכה מיט די לולבי שביעית, אויך האט ער גע׳רודפ׳ט על לא דבר דעם ניקעלשבורגער רבי׳ן און זיינע חסידים עד חרמה. אזוי איז עס, מענטשען זענען קאמפליצירט און ער איז אויך א פעקעדזש דיל, the good the bad & the ugly, אן אינטערעסאנטער קיצוני, אלטע סאטמארע מאטריאל וואס איז ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך.חב''ד הויזן האט געשריבן:איז דעיס די זעלבע לויפער פון די אריזאנע ווייץ מערכה?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 238
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
- האט שוין געלייקט: 89 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
ר' אברהם לויפער האט זיך זיינע אישוס אבער ער איז א צדיק פון א איד ער טייט מיליאנען אן פרעגן א שאלה!
איך האלט עס מיט יעדן ערב פסח זיין חלוקה [א קרוב מיינס בייקימט]
ער האט אויך אינטערסאנטע פי אר...
יעדע וואך א אנדערע בלעק אין ווייט טריקענע בריוו פון עפעס א גדול פון א אנדערע קרייז...
אין א בריוו פון א מקבל אויך יעדע וואך פון א צווייטע קרייז...

אמת, אבער אז כ'האב א פינעווער פאר צדקה קען איך עס נישט געבן פאר מיין פעטער. אוודאי אויב וויל איך אמאל מנדב זיין א ערענסטע סכום וועט עס גיין פאר קרובים.מתבודד האט געשריבן:האסט טאקע נישט עפעס א פעטער/ברודער/שוואגער וואס קען נוצן די געלט??
Family first איז אויך א פסוק וואס מענטשן (האבן ליב צו) פארגעסן, מבשרך אל תתעלם.
(מיר האט א יוד פארציילט ווי נאכ’ן געבן זיין מעשר פארן דיין צו אויסטיילן פאר אידן וואס קענען עס נוצן האט די דיין ארויפגעשריבן אויפן ענוועלאפ מרת.. זיין ווייבס נאמען און אים געבעטן טראג עס ביטע אריבער צו די משפחה..)
מ'דארף אבער טוהן השתדלות, און מ'מעג פרעגן ווער עס איז עהרליך. ס'איז דא א ענין צו געבן פאר עניים מהוגנים ווי די גמרא זאגט. און איך בין נישט די גרויסע גביר, אז כ'געב אפאר דאלער וויל איך אז ס'זאל כאטש אנקומעןסמבטיון האט געשריבן:זארג זיך נישט ווי די געלט גייט, דו טוה דיינס און די אייבערשטער וועט טוהן די רעשט, עס איז נישט דיין פליכט צו בודק זיין די ציצות פון יעדע נצרך צו ער איז לעדזשיט, אז דו געבסט צדקה מיט א גיטע כוונה, איז די זכות פינקט אזוי גרויס כאטש סעגייט פאר עפעס אן עסקן אין טאש.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער שליסל ווארט איז ..."אלטע סאטמאר'ע מאטריאל"...ער טוט (לכאורה) חסד. אבער פון די אנדערע זייט האט ער א רעכט דיך צו טעראריזירן...!מונטסורי האט געשריבן:יאפס, דער זעלביגע. ער האט אויך א מערכה מיט די לולבי שביעית, אויך האט ער גע׳רודפ׳ט על לא דבר דעם ניקעלשבורגער רבי׳ן און זיינע חסידים עד חרמה. אזוי איז עס, מענטשען זענען קאמפליצירט און ער איז אויך א פעקעדזש דיל, the good the bad & the ugly, אן אינטערעסאנטער קיצוני, אלטע סאטמארע מאטריאל וואס איז ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך.חב''ד הויזן האט געשריבן:איז דעיס די זעלבע לויפער פון די אריזאנע ווייץ מערכה?
ווי די הייליגע רש"י זאגט אויפ'ן פסוק..."חסידה. למה נקרא שמה חסידה? שעושה חסד עם חברותיה...! דערפאר איז זי אן עוף טמא. ווייל זי טוט נאר חסד מיט איהרע חבר'טעס. אבער נישט מיט אנדערע. פאר אנדערע האט זי שמות של גנאי און ריין טעראר...! ציוני. ארוני. שייגעץ.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 238
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
- האט שוין געלייקט: 89 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
נישט ממש אמת ווייל העלפן העלפט ער יעדןberlbalaguleh האט געשריבן:דער שליסל ווארט איז ..."אלטע סאטמאר'ע מאטריאל"...ער טוט (לכאורה) חסד. אבער פון די אנדערע זייט האט ער א רעכט דיך צו טעראריזירן...!מונטסורי האט געשריבן:יאפס, דער זעלביגע. ער האט אויך א מערכה מיט די לולבי שביעית, אויך האט ער גע׳רודפ׳ט על לא דבר דעם ניקעלשבורגער רבי׳ן און זיינע חסידים עד חרמה. אזוי איז עס, מענטשען זענען קאמפליצירט און ער איז אויך א פעקעדזש דיל, the good the bad & the ugly, אן אינטערעסאנטער קיצוני, אלטע סאטמארע מאטריאל וואס איז ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך.חב''ד הויזן האט געשריבן:איז דעיס די זעלבע לויפער פון די אריזאנע ווייץ מערכה?
ווי די הייליגע רש"י זאגט אויפ'ן פסוק..."חסידה. למה נקרא שמה חסידה? שעושה חסד עם חברותיה...! דערפאר איז זי אן עוף טמא. ווייל זי טוט נאר חסד מיט איהרע חבר'טעס. אבער נישט מיט אנדערע. פאר אנדערע האט זי שמות של גנאי און ריין טעראר...! ציוני. ארוני. שייגעץ.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
הייסט דו האסט געעפנט דעי אשכול פאר א פינעווער? ס'קאסט דאך שוין מער געלט צו מעינטענען דעי אשכול ווי דיין פינעווער...ששון ושמחה האט געשריבן:אמת, אבער אז כ'האב א פינעווער פאר צדקה קען איך עס נישט געבן פאר מיין פעטער. אוודאי אויב וויל איך אמאל מנדב זיין א ערענסטע סכום וועט עס גיין פאר קרובים.מתבודד האט געשריבן:האסט טאקע נישט עפעס א פעטער/ברודער/שוואגער וואס קען נוצן די געלט??
Family first איז אויך א פסוק וואס מענטשן (האבן ליב צו) פארגעסן, מבשרך אל תתעלם.
(מיר האט א יוד פארציילט ווי נאכ’ן געבן זיין מעשר פארן דיין צו אויסטיילן פאר אידן וואס קענען עס נוצן האט די דיין ארויפגעשריבן אויפן ענוועלאפ מרת.. זיין ווייבס נאמען און אים געבעטן טראג עס ביטע אריבער צו די משפחה..)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
- האט שוין געלייקט: 795 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
איך בין נישט קיין חסיד פון אברהם לויפער, און זינט ס'איז שלש עשרה מדות איז ממש נישט פאסיג צו אויסקנעטן צו ער (אדער סיי ווער) איז עכט ערליך בינו לבין קונו. אבער, ער איז באמת גרייט צו העלפן יעדן איינעם אן אויסנאם. ער טיילט פעקלעך פאר פסח, און כ'פלעג אלס בחור גיין אויספולן די אפליקאציע, דארט פלעגט אנקומען כל צרוע וכל זב און ער האט יעדן אויפגענומען. געהאט אפאר גיידליינס פשוט נישט צו אביוזן די קאסע (נאטינג אבאוט חסידות אדער מענטאליטי, דזשאסט זיכער צו מאכן אז ער האט א לעדזשיט נאמען, אדרעס און טעלעפאן נומבער, און מכסת הנפשות האוכלות אין די משפחה) און ביסט געווארן אפראווט אקארדינגלי - אינסטענטלי אויפן ספאט.
כ'האב מיטגעהאלטן פערזענליך ווי ער דעקט געהעריגע פיש און בוטשער אקאונטס פאר אלמנות, מיט א בלענק טשעק (כמעט - דעקט נישט קיין טשיקארי בארדס צב"ש, אבער יא א געהעריגע נארמאלע וועכנטליכע פלייש ארדער, עוף און בשר פאר שבת און אינדערוואכן). און געזעהן ווי ער רעדט צו א באבוב'ער אינגערמאן פון לעיקוואוד, וואס זיין מאמע איז אן אלמנה, זיראו מיט סאטמאר, וועגן דעם פלייש אקאונט פאר די מוטער זיינע.
און ווי איינער האט דא ערווענט, ער גייט פאר קוואדערס אין ביהמ"ד, און מאכט נישט קיין פענסי דינערס, קיין גאו פאנד מיס און קיין בארביקיו'ס, ער האט נישט קיין גרויסע פריצישע הויז און ניטאמאל זיין ביהמ"ד איז מער ווי א ד' על ד' בעיסמענט. סאו קיין סאך געלט מאכט ער נישט, און ציצית איז ער נישט בודק, ע"כ לענ"ד שטומט ער מיט די "ערליך" קריטעריע פונעם פותח האשכול, און וואס דער בר נש טוט אלס אפ אויסער די ראמען פון זיינע מעשי צדקה איז טאטאלי אירעלעווענט.

Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!