עני מאמין

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

עני מאמין

שליחה דורך כרם זית »

געווען אמאל אני מאמין דרייצן,
היינט אלעס אפילו משוגעתן,
אויב גלייבסטו טוסטו אריינפאסן,
אויב נישט וועט מען די צערייסן.

די מדינה איז נאר אויף שמד,
יעדער O.T.D. רויכערט פאט,
טעלעוויזיע איז נאר צו בטלן צייט,
עץ הדעת איז עפל איי פאד.

אויף רבי'ס ניט דא קיין דעה,
פון גיהנם ע'טער שלעפן די פאה,
ביים בלאזן ס'נאז מייחד צירופי ה-ה,
''סמארטפאון העלפט נישט פאר די מאה''.

חב''ד איז א שטיק שיחיות שקר,
דער רבי'ס ברודער? א פעיקער,
ראש לימבאו איז דער סעיווער,
מיכאל סערווידז? א אידישע רעדנער.

אינז האמיר ס'וויניגסטע קריים,
גיי זאגט די נ''י טיימס,
קוק ווי שיין איך RHYME,
ספליט נישט קיין ציין.

אין עני אלא בדעת,
כ'מיין נישט טרייבן שפאס,
מ'האלט דאך נאך יוה''כ ווייס,
נאר מעורר זיין צו ניצן די דזשעלי, נישט דמיונות פון די בעלי!
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך עולם הזה »

אז ‏דמיונות
‏נסיונות
‏מחשבות אזוי געמיין
‏נודשעט
בוזשעוועט
מאכט שפירן עלנד אליין

אוי טאטע
מאמע
צו אזא סארט לעבן
פארטרוקנט
דערשטיקנט
טו איך שטרעבן..?

פארוואָגלט
באהאָגלט
ווי די האריקעין אין פלארידא
צוחישט
צומישט
ווי דער שטן פאר קול נדרי

א פרישע
געשיכטע
אבער אזוי באקאנט
געפילן
שפילן
ווי א שוי-שפיל אינטערסאנט

די יאָך
א בראָך
טאקע אן אנהייב פריש
וויזיעס
מיסיעס
אבער שוין מיאוש

***
א הערליך פשט אני מאמין מיט אן עין
דורך אונזער אלעמען באליבטן ‘וויינגאָרטן’
אריינגעפלאכטן מוסר פיין געבּראָטן
כ׳קום נישט די פּיוט פארדרייען

נאר נאך א פשט אויף די ווערטער צוויי
מער ווי א פשט איז עס א געשריי
‏אני מאמין - אין זיך גלויבן
געזעהן מיט ‏עולם הזה׳דיגע אויגן
פארשפארט