עס איז צייט צו רעדן וועגן VPNs - חלק (3)
נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:23 pm
עס איז צייט צו רעדן וועגן VPNs - חלק (3)
די פארשידענע קאמפאנענטס דערפון, טעכנישע אספעקטן צו נעמען אין באטראכט, און וועלכע צו טשוזן (פון קאמפיטינג פראוויידערס אדער פראטאקאלן)?
פאר חלק 1 זעה דא, חלק 2 זעה דא.
הודעה א'
ווען עס קומט צו טשוזן וועלכע VPN פראוויידער צו נוצן ברויך מען זיך פרעגן אזא פראגע: פארוואס דארף איך די VPN? צו קענען וואטשן TV סיריעס פון אן אנדערע קאנטרי וואס איז סתם אזוי רעסטריקטעד פאר מיך? אדער צו פארזיכערן אז קיינער שטופט זיך נישט אריין די נאז צו וויסן וואס איך טוה אויף די אינטערנעט? איך רעד דא אוודאי נישט פון אזעלכע וואס נוצן VPNs און אנדערע ענליכע טעכנעלאגיעס צו באגייען קריים, ווי למשל קויפן דראגס, קינדער פארנאגראפיע, געפעלשטע דאקומענטן, אומלעגאלע געווער, גערויבטע קרעדיט קארדס, ליעקד אדער געגאנבעטע אקאונט קרידענטשלס, ספעמען מענטשן אדער דינגען העקערס. חלילה! מיך באדערט ווען מענטשן נוצן טעכענעלאגיע פאר קריים די זעלבע ווי עס באדערט מיך ווען רעבעס נוצן טעכנעלאגיע צו בראודקאַסטן טישן, ספעמען וועגן טיי-אווענטס און שנארען געלט דורך טשארידי קאמפעינס.
דאך, וועל איך פאוקעסן אויף די צווייטע גרופע: די וואס זוכן צו פארבלייבן פריוואט און אנאנימעס אויף די אינטערנעט ווייל סייוויי בין איך איך קיינמאל נישט געווען א חסיד פון די וואס גנבענען יענעמ'ס שווער געהארעוועטע אינטעלעקטועל פראפערטי (נאר וואס דען, מתוך שלל"ש בא לשמה; אנדערע האבן געזאגט מתוך מין בא למינות. דוכט זיך ליפא האט אויף די מינין אויך א ניגון..). הגם, אויב ווילסטו א VPN פאר קאנטענט רעסטריקשען דאן קלויב א VPN וואס אפפערד א סערווער אין יענע קאנטרי וועמענ'ס קאנטענט דו ווילסט וואטשן און היידא. דו ווילסט מסתמא אויך זיכער מאכן אז דער VPN פראוויידער איז אפ טו דעיט אין די רעיס צווישן זיי און די מידיא סטרימערס איבער ווער עס קען בעסער איבערקלוגן דעם אנדערן. ווייל קאמפאניס ווי נעטפליקס טוען כסדר ארבעטן אויף נייערע וועג צו דערשפירן אויב דו נוצט א VPN און דיך בלאקן אקארדינגלי און די VPN פראוויידערס טוען כסדר ארבעטן אויף נייערע וועג צו באהאלטן די פאקט אז זיי זענען א VPN (אבפיוסקעיטעד סערווערס).
אלזא די צוגאנג צו קלויבן א VPN פראוויידער איז קודם זיך צופרעגן וועלכע קאנטריס האבן שטרענגע דאטא רעטענשאן און שערינג רולס און זענען באוואוסט צו ראָנען סוירוועילענס פראגראמען אויף זייערע סיטעזענס. הוי אומר, דאס זענען די 14 אייס (פאַר אויגן) אלייענס. 14 קאנטריס וואס האבן צווישן זיך שטארקערע און שוואכערע אפמאכן צו שערן דאטא וועגן אירע בירגער, איינע מיט די אנדערע און קל וחמור צווישן אירע אייגענע, אינטערנעל גאווערנמענט עידזשענסיס. אלזא זוכן מיר א VPN פראוויידער וואס אירע הויפטקוואטירן (און אזוי אויך טייל פון אירע סערווערס) זענען אינדרויסן פון די אויבן-דערמאנטע קאנטריס און בכלל אין אין א קאנטרי וואס האט רילעקסד אדער קיינע דאטא שערינג רולס צווישן ביזנעס און אירע גאווערנמענט; און אויך קאנטריס וואס זענען די מערסטע מחשיב די דאטא פריוועסי פון זייערע סיטיזענס. פון צווישן דיע (און וואס האבן אויכעט גוטע VPN פראוויידערס) זענען עט די מאמענט, מאלעזיע, פאנאמא, שווייץ, רומעניע און אייסלאנד. דא איז א שטיקל ליסט פון פעירלי באקאנטע VPNS און זייערע לאָג פאליסיס. NordVpn און CyberGhost האבן קונה שם טוב געווען בשייכות צו פריוועסי און ביידע זענען אין קאנטריס וואס האבן קיינע דאטא שערינג פאליסיס (שווייץ און רומעניע) . שווייץ איז אויך שטארק אין דאטא פריוועסי געזעצן. איך וואלט אבער נישט גענוצט) CyberGhost אדער ExpressVPN און Zenmate VPN פאר דעט מעטטער) VPNS, היות זיי אלע באלאנגען היינט פאר א איד טדי שגיא (Kape technologies) אן איזראעלי, און מיינע ארץ ישראל'דיגע ברודער זענען די ערשטע וועם איך טראסט נישט מיט מיין דאטא. חוץ פון דעם וואס דער באלעבוס דערפון האט נישט די מערסט גלענצענדע רעזומעי. (עקספרעס-וויפיען איז אויך געמאכט געווארן ביי אידן וואס זענען יעצט א חלק פון קעיפ.) הגם עקספרעס-ווי-פי-ען האט כמעט טריפל אזויפיהל סערווערס לאקאציעס און פעסטער ספיד ווי למשל NordVpn, אפפערט זי אבער נישט א דעדיקעיטעד איי-פי אדרעס (אנשטאט צו שערן אן איי-פיי מיט נאך אסאך יוזערס) און האט נישט אזא אטראקטיוו ביזנעס טיער ווי למשל נארד.
Surfshark VPN קומט ארויך אריין שטארק אבער זי איז באזירט אין האלאנד (פון די 9 אייס) הגם זי איז שטארק אויף קאָנטענט ג'יאו רעסטריקשענס.