בלאט 1 פון 1

ווער איז דער "ער"? טריוויע

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:37 pm
דורך pink
"ער פלעגא כסדר מחזק זיין אינגעלייט נישט צו לערנען די ספרי ליקוט ווי קיצור ש"ע און משנה ברורה, נאר דווקא יורד זיין לעומקה של
הסוגיא פון די גמרא מיט'ן טור און ב"י, ער פלעגט צולייגן בשם מהרי"ד מבעלזא וואס האט זיך אויסגעדריקט אויף די
ספרי ליקוטים: לקט איז א מאכל עניים..."

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:46 pm
דורך שמעקעדיג
שלו' עליכם, מר. פינק.
יהא בואכם לשלום ולברכה.

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איר האט געשריבן.
קענט איר בעסער מסביר זיין?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:49 pm
דורך לאדיך אפ
שמעקעדיג האט געשריבן:שלו' עליכם, מר. פינק.
יהא בואכם לשלום ולברכה.

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איר האט געשריבן.
קענט איר בעסער מסביר זיין?

קוק די קעפל פון זיי תגובה. ס'איז א "געסס הו" חידה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 4:48 pm
דורך pink
עליכם השלום.
אין איינע פון די צייטונגען האב איך געליינט די באשרייבונג אויף הרב ענגלענדער פון לאנדאן וואס איז אוועק.
ער האט מחזק געווען אינגעלייט נישט צו לערנען ליקוטים. ס'אינטערעסאנט פאר מיר.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:37 pm
דורך Espresso
שלום עליכם פינקי, על שם פינק אדער פינק פלויד?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:42 pm
דורך pink
עליכם השלום, מיין נאמען איז פאר'ן פינקע קאליר!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:50 pm
דורך zurich
pink האט געשריבן:"ער פלעגא כסדר מחזק זיין אינגעלייט נישט צו לערנען די ספרי ליקוט ווי קיצור ש"ע און משנה ברורה, נאר דווקא יורד זיין לעומקה של
הסוגיא פון די גמרא מיט'ן טור און ב"י, ער פלעגט צולייגן בשם מהרי"ד מבעלזא וואס האט זיך אויסגעדריקט אויף די
ספרי ליקוטים: לקט איז א מאכל עניים..."

וואס הייסט איך דארף עפעס קענען יעדע מענטש וואס דו קענסט?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:54 pm
דורך pink
איך האב שוין לאנג געלייגט דעם ענטפער אין אן אנדערע'ן אשכול. עמיצער האט אפגעטיילט און געמאכט א באזונדערן אשכול, און ער האט דארט געלאזט די ענטפער. דא איז א לינק, קוק די לעצטע תגובה.

viewtopic.php?f=4&t=1306

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:17 am
דורך berlbalaguleh
pink האט געשריבן:עליכם השלום.
אין איינע פון די צייטונגען האב איך געליינט די באשרייבונג אויף הרב ענגלענדער פון לאנדאן וואס איז אוועק.
ער האט מחזק געווען אינגעלייט נישט צו לערנען ליקוטים. ס'אינטערעסאנט פאר מיר.

כאטש דאס איז נישט דער "מעין טאפיק" איז אבער כדאי צו באמערקן אז משנה ברורה איז נישט סתם א "ליקוט".ווי א טייל מענטשן באציען זיך צו דעם ספר מיט א גרינגשעצונג. ווער ס'לערנט אדורך טור-ב"י און שו"ע מיט די נו"כ, און נאכדעם קוקט ער אריין אין משנה ברורה זעט אליין אז אנרופן דעם מ"ב א "ליקוט" איז די גרעסטע עם הארצות. "אמעראצעס".