בלאט 1 פון 1

אֲרִי שֶׁבַּחֲבוּרָה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 1:24 am
דורך תוהו ובוהו
שוין די לעצט שטיקל צייט
האב איך אן איידיע געהאט

דא אין אונזער לאקאלער שול
האב איך מיר גענומען א ציל

איך האלט אן אויג אויף דיר
און איך כאפ אויף יעדן ריר

ביים בענטשן אלול דיין פנים מוטלאז
אין מקוה ער"ש ביסטו געקומען הוטלאז

נישט אנגעקומען צו שאלעשידעס
א מנחה האסטו געכאפט ביחידות

אבינו מלכנו פרום געזאגט
אבער סליחות יעדן צווייטן טאג

דיר באמערקט טרינקען א קאווע פאר חצות
און אויפשטיין ראש השנה נאכן עלות

צום גדליה האסטו נישט אויסגעקוקט ווי אין א תענית
מיין שארף אויג האט דיר נישט געטראפן ביי קרבנות

לעקאך האסטו מיט א ברייטער האנט גענומען
אבער פארגעסן מיט א טיפ צוריקצוקומען

יו"כ געקומען באצייטענס טאקע
אבער קיין ווארט תפילת זכה

האסט געשמייכעלט ביים דרשה כיטרע
און געמאכט הארמאני ביי כל נדרי

האסט געשפילט באלעבאטיש
און ביים ליינען גע'שנדר'ט דראמאטיש

מיר קענסטו אבער נישט דעם קאפ פארדרייען
ביי בספר פרנסה וכלכלה געהערט דיינע ברעטשערייען

בשמים האסטו געשמעקט אן איבער-דאזע
און זיך העפטיג גע'טענה'ט ביי פּויזע

געכיפּערט מעריב אן כוונה
און אנטלאפן פאר קידוש לבנה

דיין אתרוג האב איך באוואונדערט
ס'האט דיר זיכער געקאסט אפאר הונדערט

באמערקט ווי דו האסט צוגענומען וואג
פון אזויפיל סעודות פּער טאג

בחג האַהאַהאַ-מצות האביך מיט דיר מיטגעברומט
אויפן ערבות פרייז מיט דיר מיטגעקרומט

ביי משנה תורה צווישן אלע קעפּ
דיר באמערקט שטופן אויף וואטסעפפ

געכאפט קלעפ פון דיינע הושענות
סידאך א מנהג כ'האב נישט קיין טענות

שמחת תורה ווען האסטיך דערקלערט שיכור
נאך א קנאפע צוויי בראנפען-גלעזלעך ליקער

אויך ווען דו האסט געטאנצן מיט אייפער
ווען מ'האט דיר פיינעלי געאפפערט א ספר

דיינע בליקן אויפן חבר'ס ווייב ביים טיר
און דיין שאק ביים זען זיין שנור

ניין איך בין נישט פון וועד הצניעות
אדער דיין שונא'ס נגיעות

דארפסט פון מיר נישט נעמען קיין עול
כ'בין נישט אויף דיינע מוסדות פעיראל

כ'האב דיר בלויז באאבאכט פאר א גאנצן חודש
זינט מ'האט מיר אינסטאלירט אויפן ארון קודש

בעסערס וואס צוטון האב איך נישט סייווי
כ'זיץ דא אויף מיין אייביגער רו

דארט מיט די הענט אין די הייך
ווי די ספרדים ביי עלינו לשבח

טו איך דיר שטענדיג באגלייטן
און האלט מיט דיינע שוואכקייטן

ווען דו פרובירסט מיטטאנצן מיטן טאקט
און ווען דו ווערסט אביסל פארהאקט

בארואיג זיך אבער מיין פריינט
איך בין דאך נישט דא פון היינט

איין זאך קען איך דיר זאגן קלאר
דיין שכן איז נישט בעסער מיט קיין האר

...

אמר רבי אלעזר בן עזריה
הדא הוא דכתיב הוֹשִׁיעֵנוּ מִפִּי אַרְיֵה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 1:38 am
דורך שמן למאור
אייזן :like :like :like

Re: אֲרִי שֶׁבַּחֲבוּרָה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 2:00 am
דורך הבחור_הזעצער
אָט דאָס הייסט ריכטיגער טאַלאַנט,
ווייסט וויאַזוי צו האַלטן א פעדער אין די האַנט…

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 4:41 am
דורך היסטאריע
ניין איך בין נישט פון וועד הצניעות
ביסט יא.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 2:36 pm
דורך עולם הזה
ארטיסטישע מייסטערווערק! ריין גאלד.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 4:00 pm
דורך היסטאריע
שוין לאנג נישט געזעהן אזאנס, ברענגט ארויס חיזוק פין דא, חוזק פין דארט, פין דער חזק אליין.

וואס מיינט איר מיט דעם
אמר רבי אלעזר בן עזריה
הדא הוא דכתיב הוֹשִׁיעֵנוּ מִפִּי אַרְיֵה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 4:34 pm
דורך מי אני
היסטאריע האט געשריבן:
ניין איך בין נישט פון וועד הצניעות
ביסט יא.
ער מיינט אפשר דעם (ברכות סא.) אחורי ארי ולא אחורי אשה…

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 10:35 am
דורך עדיאל
די לייבן אויפן ארון קודש.

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 11:03 am
דורך מאטי
כל הרגל כולו על תורה אחת

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 11:23 am
דורך פישעלע
תוהו ובוהו האט געשריבן:אֲרִי שֶׁבַּחֲבוּרָה
כציטער וועלכע שיל דאווענסטי ווי מבאטראכט מיינע בליקען

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 11:27 am
דורך שמן למאור
עדיאל האט געשריבן:די לייבן אויפן ארון קודש.
לכאורה רעדט מען דא פון די לייבן וואס זענען אינברוידערט אויף די ווייסע פרוכת.

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 1:20 pm
דורך חדשים
די נביא אין איכה וויינט שוין אויף דעם 'אר”י במסתרי”ם' (איכה ג, ט)...

א שיינע summary פון די מחשבות פארלאפענע חודש... געוואלדיגע ארבייט!