בלאט 1 פון 2

שירה לינשה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 1:36 pm
דורך קהל'ס נער
שירה לינשה איז א היימישע מיידל, וואס זינגט duo מיט איר מאן אברומי, איך ווער צידרייט פאר אירע הארמעניס.

קול אשה ווארענונג

https://youtu.be/ioNecjBuPVA?t=17

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 10:20 am
דורך מרדכי מרדכי
אברומי איז דאך א כוכב פאר זיך אליינס איך האב נישט געוויסט אז ער זינגט אויכעט. איך געדענק אז ער איז אמאל געווען אין די נייעס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 1:59 pm
דורך קהל'ס נער
יא אוואדי
אברומי איז ווערט א אשכול פאר זיך, אבער די זינגען פארט איז נאר כדי זיין ווייב זאל האבן א מעלאדי אויף וואס צי הארמענייזען....

@מרדכי מרדכי גיי פתיחה, עפן א אשכול איבער אברומי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 2:01 pm
דורך מרדכי מרדכי
קהל'ס נער האט געשריבן:יא אוואדי
אברומי איז ווערט א אשכול פאר זיך, אבער די זינגען פארט איז נאר כדי זיין ווייב זאל האבן א מעלאדי אויף וואס צי הארמענייזען....

@מרדכי מרדכי גיי פתיחה, עפן א אשכול איבער אברומי
איך קען עם נישט
און איך האב נישט קיין צייט/נערווען צי מאכל די ריסורטש

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 2:32 pm
דורך שאלתיאל
.

Re: שירה לינשה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 3:43 pm
דורך טאמבל סאס
אדער פסיכילאג. חו..טו..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 4:07 pm
דורך קהל'ס נער
שאלתיאל האט געשריבן:אברומי איז דעפענטלי נישט ווערט קיין אשכול. א קנאפע חכם אין א לאנד (און א קאמיוניטי) ווי יעדער זב חוטם מיט א סמארטפאון ווערט א הוגה דעות אדער א רעוואלוציאנער.
די קענסט עים? אדער סתם א אויסברוך?
איך קען עים פערזענליך.
אין קורצן איז אזוי מיט'ן אברומי.
אינז אלע שטייען דא אויף ק"ש און שימפפען אויף חרדיזם, ער טיט למעשה ער בויקאט די קרעפ און ער טיט וויאזוי ער פארשטייט אז א ארטהדאקסישע יוד דארף צי טין.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 4:24 pm
דורך שאלתיאל
כ'קען אים נישט פערזענליך אבער כ'קען זיינע טוויטס און פאוסטס. עניוועי כ'מעק אויס מיין תגובה, כ'וויל נישט אטאקירן איינעם פערזענליך אויף פובליק.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 6:42 pm
דורך [NAMELESS]
קהל'ס נער האט געשריבן:
שאלתיאל האט געשריבן:אברומי איז דעפענטלי נישט ווערט קיין אשכול. א קנאפע חכם אין א לאנד (און א קאמיוניטי) ווי יעדער זב חוטם מיט א סמארטפאון ווערט א הוגה דעות אדער א רעוואלוציאנער.
די קענסט עים? אדער סתם א אויסברוך?
איך קען עים פערזענליך.
אין קורצן איז אזוי מיט'ן אברומי.
אינז אלע שטייען דא אויף ק"ש און שימפפען אויף חרדיזם, ער טיט למעשה ער בויקאט די קרעפ און ער טיט וויאזוי ער פארשטייט אז א ארטהדאקסישע יוד דארף צי טין.
זעט נישט אויס ווי די קענסט אים. א בעלזא׳ער אינגערמאן וואס לעבט אין פאנטאזיעס אז ער וועט טוישן די וועלט. פארנומען מיט קאנספיראציעס טאג און נאכט, איינגעשטעלט ביי כיכר השבת. זיין ווייב וויל זיין א זינגער און ער ארבעט איר ארויף. גארנישט מער פארהאנען.

Re: שירה לינשה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:52 am
דורך כספי
קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 1:36 pm שירה לינשה איז א היימישע מיידל, וואס זינגט duo מיט איר מאן אברומי, איך ווער צידרייט פאר אירע הארמעניס.

קול אשה ווארענונג

די שטיבלעך אנפאנג ווידיא, זעט אויס פון ביהמ"ד הגדול בעלזא ירושלים

Re: שירה לינשה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:55 pm
דורך berlbalaguleh
כספי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:52 am
קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 1:36 pm שירה לינשה איז א היימישע מיידל, וואס זינגט duo מיט איר מאן אברומי, איך ווער צידרייט פאר אירע הארמעניס.

קול אשה ווארענונג

די שטיבלעך אנפאנג ווידיא, זעט אויס פון ביהמ"ד הגדול בעלזא ירושלים
און זיי האבן געלאזט ער זאל (דארט) רעקארדירן צוזאמען מיט זיין ווייב?

Re: שירה לינשה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:34 pm
דורך סקעפטיקער
איך קען נישט אויפהערן איבערהערן די ווידיא, עס איז זייער הארציג

Re: שירה לינשה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:39 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 1:36 pm שירה לינשה איז א היימישע מיידל, וואס זינגט duo מיט איר מאן אברומי, איך ווער צידרייט פאר אירע הארמעניס.

קול אשה ווארענונג

Wow טאקע הערליך! ס'מוז זיין זיי פארמאגן א גוטן שלום בית :P

Re: שירה לינשה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:18 pm
דורך הייליגע קוה
חברה, קול באישה איז ביי ענק גארנישט?!?!

Re: שירה לינשה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:49 pm
דורך סקעפטיקער
הייליגע קוה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:18 pm חברה, קול באישה איז ביי ענק גארנישט?!?!
אין מיין שו"ע שטייט "יש ליזהר משמיעת קול זמר אשה בשעת קריאת שמע", וכן אני נוהג.

Re: שירה לינשה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:02 pm
דורך ישר בעיניו
סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:49 pm
הייליגע קוה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:18 pm חברה, קול באישה איז ביי ענק גארנישט?!?!
אין מיין שו"ע שטייט "יש ליזהר משמיעת קול זמר אשה בשעת קריאת שמע", וכן אני נוהג.
אפשר קען דא איינער צולינקען א אשכול ווי מ'טוט דורך די הלכה'דיגע חלק פון שירת נשים, איך גלייב אז מען האט עס שוין זיכער דורכגעאקרט ערגעץ ווי

Re: שירה לינשה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:04 pm
דורך סקעפטיקער
איך טרעף נישט, אבער קענסט זעהן ויקיפדיה https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7 ... 7%95%D7%94

Re: שירה לינשה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 8:48 pm
דורך כספי
סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:34 pm איך קען נישט אויפהערן איבערהערן די ווידיא, עס איז זייער הארציג
יאך בין גראדע נישט אזוי נתפעל געווארן פון דעם, שוין, נו, על טעם וריח אין להתוכח.
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:55 pm און זיי האבן געלאזט ער זאל (דארט) רעקארדירן צוזאמען מיט זיין ווייב?
ניין, מ'זעט נאר אנפאנג ווי ער דאוונט דארט

Re: שירה לינשה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:34 pm
דורך מופת הדור
סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:49 pm
הייליגע קוה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:18 pm חברה, קול באישה איז ביי ענק גארנישט?!?!
אין מיין שו"ע שטייט "יש ליזהר משמיעת קול זמר אשה בשעת קריאת שמע", וכן אני נוהג.
פלעטבוש גירל זוכט א חברותא פאר יו"ד ח"ב, ביזט מכובד

Re: שירה לינשה

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:19 am
דורך סקעפטיקער
מופת הדור האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:34 pm פלעטבוש גירל זוכט א חברותא פאר יו"ד ח"ב, ביזט מכובד
עפעס זאכליך קענסטו אויך ענטפערן?

אפילו לויט די דיעה וואס די מחבר ברענגט אין אבע"ז סי' כ"א אז די איסור איז אייביג, איז דא סימוכין להקל פונעם ראבי"ה סימן ע"ו "וכל הדברים שהזכרנו למעלה לערוה דווקא בדבר שאין רגילות להגלות, אבל בתולה הרגילה בגילוי שער לא חיישינן, דליכא הרהור, וכן בקולה לרגיל בו". היינט וואס זמר אישה איז אלל אווער פונקט ווי זמר איש איז עס לכאורה בגדר רגיל.

Re: שירה לינשה

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:59 am
דורך מתתיהו
סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:19 am
מופת הדור האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:34 pm פלעטבוש גירל זוכט א חברותא פאר יו"ד ח"ב, ביזט מכובד
עפעס זאכליך קענסטו אויך ענטפערן?

אפילו לויט די דיעה וואס די מחבר ברענגט אין אבע"ז סי' כ"א אז די איסור איז אייביג, איז דא סימוכין להקל פונעם ראבי"ה סימן ע"ו "וכל הדברים שהזכרנו למעלה לערוה דווקא בדבר שאין רגילות להגלות, אבל בתולה הרגילה בגילוי שער לא חיישינן, דליכא הרהור, וכן בקולה לרגיל בו". היינט וואס זמר אישה איז אלל אווער פונקט ווי זמר איש איז עס לכאורה בגדר רגיל.
בפשטות מיינט די ראבי"ה נאר קול דיבורה הרגיל משא"כ זמר איז אייביג אסור. און אזוי לערנט קלאר פשט די שו"ע הרב דארט אין סימן ע"ה, וז"ל: "אֲבָל קוֹל דִּבּוּרָהּ כֵּיוָן שֶׁרָגִיל בּוֹ אֵינוֹ עֶרְוָה".

באמת איז נישט דא קיין שיטה וואס איז מתיר קול באשה שלא במקום קרי"ש, נאר פונקט פארקערט די מחלוקות ראשונים איז צו ס'איז א ערוה אויך לגבי קרי"ש.

Re: שירה לינשה

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:09 pm
דורך סקעפטיקער
מתתיהו האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:59 am בפשטות מיינט די ראבי"ה נאר קול דיבורה הרגיל משא"כ זמר איז אייביג אסור. און אזוי לערנט קלאר פשט די שו"ע הרב דארט אין סימן ע"ה, וז"ל: "אֲבָל קוֹל דִּבּוּרָהּ כֵּיוָן שֶׁרָגִיל בּוֹ אֵינוֹ עֶרְוָה".
די שועה"ר זאגט טאקע אזוי, אבער פארוואס "בפשטות" מיינט דאס די ראבי"ה?

Re: שירה לינשה

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:53 pm
דורך מתתיהו
סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:09 pm
מתתיהו האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:59 am בפשטות מיינט די ראבי"ה נאר קול דיבורה הרגיל משא"כ זמר איז אייביג אסור. און אזוי לערנט קלאר פשט די שו"ע הרב דארט אין סימן ע"ה, וז"ל: "אֲבָל קוֹל דִּבּוּרָהּ כֵּיוָן שֶׁרָגִיל בּוֹ אֵינוֹ עֶרְוָה".
די שועה"ר זאגט טאקע אזוי, אבער פארוואס "בפשטות" מיינט דאס די ראבי"ה?
זעהסט דאך אז אפילו באשתו זאגט מען קול באשה ערוה, כאטש וואס ער איז אודאי רגיל בה.

איך קען אבער הערן א נקודה אז בזמה"ז איז קול באשה דומה צו שערות בתולות, ווי מען זעהט אז וויבאלד ס'איז די דרך סזאל זיין מגולה איז עס נישט קיין ערוה, און דאס איז טאקע די טעם וואס דער ראבי"ה איז מתיר קול רגיל.

קען זיין ס'גייט אריין אין די שאלה וועגן מקומות המכוסים וואס ס'איז היינט די דרך צו גיין אויפגעדעקט, צו ס'ווערט אויס ערוה.