פאר וואס ווען.. ער ווייסט אליין נישט וואס איז דא פלוצלונג פארגעקומען.. די שלאנג האט איבערגערעדט די אשת חבר, זי האט אים צוגעשטופט פונעם פארבאטענע פרוכט... און.. מען האלט שוין לאחר המעשה... ער האט עובר געווען אויף די איין געבאט וואס מען האט אויף אים ארויפגעלייגט. דערנאך באטשט ער נאך מער אויף מיטן נישט תשובה טון.. אכלתי ואוכל עוד! ער בלעימט די ווייב, ער איז א כפוי טובה. ער איז זיך פורש מאשתו און איז נאך מער מקלקל דורך דעם...
מען פארטרייבט אים פון גן עדן! בזיעת אפך תאכל לחם... גזירת מיתה... נפילת הניצוצות... אדם הראשון דרייט זיך אזוי ארום דעפרעסטערהייט, ווען כל ערליי מחשבות ווירבלען אים אין קאפ. וואס וועט שוין זיין פון מיר? וויאזוי וועלן מיינע אייניקלעך מיר אנקוקן? א שטיק דורכפאל! פון איין קליינע גליסטעניש זיך נישט געקענט איינהאלטן?! און דורך דעם אנגעברענגט מיתה אויפן וועלט... א חורבן עולם מיט נצוצות נפילות רח"ל, וויי וויי איז מיר. אפשר איז יעצט גאר די צייט צו באגיין זעלבסטמארד...
אדם גיבט זיך א שטארק, דאס איז נישט קיין מהלך, סתם צו פלאטשקענען אין אלטע בלאטע האט נישט קיין פשט. לאמיר אנהויבן מתקן זיין. לעבן א אויפריכטיגע לעבן און טון נאר גוטס פאר די וועלט און אויפבויען די ערד קוגל פאר די צוקונפטיגע מענטשהייט.
אין אלע בתי מדרשים קאכט די רב אדער אדמו"ר איבער די "סודות" וואס ליגן אינעם חטא עץ הדעת, וואס פארשטיי מיר דען אונז קליינע מענטשעלעך... די גאנצע סדר הבריאה איז גאר געווען אויסגעשטעלט אז אדם זאל זינדיגן! די בעלי מקובלים פארשטייען זאגאר די יחודים וואס אדם האט מייחד געווען בשעת טועם זיין פונעם פרוכט. אההה! די הייליגע זיידע אדם! קוק אריין אין ספר יצירה וועסטו זען א געמאלן בילד פון די הייליגע זיידע אדם, א שטיק שמות הקדושים! יציר כפיו של הקב"ה!! אונז האבן נישט קיין השגה...
גייט נישט אדורך אפאר חדשים און דער פרומער יהודה גייט גאר מקדש שם שמים זיין! זיין שנור האט געזינדיגט!! אזא אומדערהערטע זאך!! הוציאוה ותשרף!! עס וועט פארקומען אן אטא די פע פאר די זינדיגע תמר'ל. און... ביי די הויכפונקט פון די גרויסע מעמד השריפה גיבט זי א נעם אפיר די שטעקן פון יהודה... זי אנטפלעקט די חותמת מיט די פתילים. הכר נא! דו גייסט מזנה זיין, און מיך ווילסטו הרג'ענען!? (בערך אזוי ווי די פאליטישנס וואס ווילן אסר'ן אבארשן.. אבער האבן אין די פארגאנגענהייט אויסגעצאלט די אבארשן פון זייער מיידל..)
יהודה איז אויפריכטיג און פויקט אויס ברבים. יא! צדקה ממני! איך בין אדורכגעפאלן...!!! אוי די בושה איז שרעקליך!! וואס וועלן די צייטונגען שרייבן מארגן!? אוי! די גרויסע העדליינס! מיין רעפוטאציע איז פערטיג לנצח נצחים! די היסטאריע בוכער וועלן מיר נאר געדענקען אלס א שלעכטע, היפאקריטישע, בעל תאווה.
אבער יהודה פארלירט זיך נישט, ער גיבט נישט אויף, ער גייט ווייטער אהן מיטן סדר היום. ער גייט ווייטער באדינען די טאטע יעקב, און גייט ווייטער אהן מיט די עבודת השם טראץ די אלע בושות וחרפות.
דוד המלך איז ארויס אויפן באלקאן איין קילע נאכט צו שעפן אביסל פרישע לופט, און זיינע אויגן זענען געפאלן צו א געביידע אויפן אנדערע גאס. ער האט אריינגעקוקט אינעם פענצטער און זיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, אזא שיינע פרוי האט ער אין זיין לעבן נישט געזען.
די צעמישטע בת שבע האט נישט פארשטאנען פארוואס דער מלך לאזט איר רופן אינמיטן איר שויער, אבער אז מען רופט גייט מען! דוד נעמט איר אריין אין זיין פריוואטע צומער און טוט מיט איר מעשים אשר לא יעשו...
עס גייט אדורך אפאר חדשים און בת שבע לאזט וויסן פאר דוד אז זי איז טראגעדיג פון אים...
דוד לאזט רופן איר מאן אוריה החתי, ער נאר'ט אים אריין אין א פאסטקע.. קודם מאכט ער אים פאר א מורד במלכות... דערנאך שיקט ער אים מלחמה האלטן אויפן פראנט.. און ער ווערט גע'הרג'עט! אפגעווישט די עדות און פארשטילט די וויקטעמס. האפענטליך בלייבט די מעשה פארהוילן, אזא מעשה קען גענצליך אפ'הרג'ענען די גלאררייכע לעגעסי פון דוד המלך.
אבער דער נביא ווייסט אלעס! און נתן איז געקומען פארהאלטן דוד'ן. האלא! האסט אביסל מאכט און דו עביוזט דיין פאוער אויף אזא נידריגע אופן?!? דו מיינסט אז דער באשעפער וועט בלייבן שולדיג!? דער באשעפער איז געפערליך ברוגז אויף דיר! ער האט דיר געגעבן אלעס אויף דער וועלט און דאס איז וואס דו טוסט?!
דוד פארשטייט אז עס איז פאראיבער. די מעשה איז ארויס אויף די גאס. ער שרייט אוי! חטאתי לה'! ער הייבט אהן צו וויינען מיט חרטה קאפיטל נ"א פון תהלים. ער פאלט אריין אין א טיפע דעפרעסיע, און די דעפרעסיע שטארקט זיך נאך וואס זיין זון וואס ער האט געבוירן מיט בת שבע שטארבט. מען פראבירט אים מנחם צו זיין אבער עס גייט נישט. איך בין פיניש! די היסטאריע ביכער וועלן מיר שוין פארשרייבן אין די ערגסטע קאלירן! אויסגענוצט די מאכט אויף אזא נידריגע אופן... קיינער וועט שוין נישט רעדן פון אלע מיינע דערגרייכונגען און אויפטוענגען, יעדער וועט פאוקעסן אויף מיין קופה של שרצים וואס וועט יעצט אויף אייביג הויערן איבער מיין קאפ. אפשר איז יעצט צייט צו רעזיגנירן?! איך וועל איבערגעבן די מאכט פאר א צווייטן און אנטלויפן צו א מדבר, און האפן אז יעדער וועט פארגעסן אז איך האב בכלל אמאל עקזיסטירט...
אבער דוד האט זיך בארעכנט, שטיין און קלאגן האט דאך נישט קיין פשט, דער באשעפער האט גארנישט פון מיין עצבות. איך וועל טאקע תשובה טון אבער אויכעט ווייטער אנגיין מיט מיין סדר היום פון אויפטון פאר אידנס וועגן. דוד גייט צוריק צו בת שבע און דאס מאל געבוירט ער גאר זיין יורש! די חכם מכל אדם, שלמה! ער גייט ווייטער צוריק צו אויפטון פאר אידישקייט, ער פארפאסט נאך אסאך קאפיטלעך תהילים און פירט ווייטער די אידן ביז צו זיין לעצטע טאג.
אבער זעליג, ניין! מען דארף זיך גיבן א שטארק! ווער ווייסט וועלכע הייליגע ספר דו האלטסט יעצט אינמיטן שרייבן!? ווען אונזערע אבות האבן שטילערהייט געזינדיגט האבן זיי אויך געשפירט איינזאם און אליין, נישט וויסנדיג וואו דאס וועט טראגן! זיי האבן אויך געמיינט אז זיי זענען דערנאך. אז דו וועסט הייבן הענט וועט די היסטאריע בוך טאקע נישט האבן קיין גוטס צו זאגן איבער דיר, ביסט איינער וואס האט אויפגעגעבן נאך א דורכפאל און פערטיג. יתגדל ויתקדש שמיה רבה...
אבער אז מען איז זיך מחזק, מען טוט תשובה און מען גייט ווייטער אהן מיטן סדר היום, מען איז פרייליך און מען פראבירט אויפצוטון נאר גוטס פאר די וועלט, דאן וועלן מעגליך די בעלי מקובלים אין טויזנט יאר ארום זיך שפארן איבער וועליכע הייליגע שמות דו האסט אינזינען געהאט אין די פאב קלאב, און די הייליגע ספרים וועלן ברענגען דעם פתגם פון "כל האומר זעליג חטא אינו אלא טועה".. וואס האבן אונז א השגה אין די הייליגע ר' זעליג זי"ע ועכ"י ואמרו אמן.