בלאט 1 פון 2
באקומט ניו יארק א רעפובליקאנע גאווערנער??
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 11:44 pm
דורך מתבודד
איך ציפ מיר צו איך חלום נישט, ס’קוקט אויס מער און מער אז נ”י גייט אריינבאקומען לי זעלדין, א רעפובליקאנער, אלס גאווערנער.
זייט פאטאקי, וואס האט געדינט ביז 2007 האבן נאר דעמאקראטן געדינט אלס ניו יארקער גאווערנער.
ונזכה ונחיה ונראה...
(ומכאן הבקשה יוצא די עולם זאל ארויסגיין אין די מאסן..)
Re: באקומט ניו יארק א רעפובליקאנע גאווערנער??
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 12:02 am
דורך צוזאמגעדרייט
מתבודד האט געשריבן:
(ומכאן הבקשה יוצא די עולם זאל ארויסגיין אין די מאסן..)
פאר וועם?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 1:34 am
דורך דוד שריפטליך
פאר לי זעלדין
Re: באקומט ניו יארק א רעפובליקאנע גאווערנער??
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 2:18 am
דורך פאליטיקאנט
יאפ, אפילו איך בין נישט אפיליאירט מיט קיין פארטיי און זיכער נישט די רעכטע זייט, און בכלל האלט איך כמעט נישט מיט קיין פאליטיק. פלאן איך צו שטומען פאר זעלדין.
די דעמאקראטן טוען ממש חרוב מאכן לעצטנס, און א פראגמאטיש ביזנעס געשטומטע פירער פעלט שטארק אויס.
די איינציגסטע זאך וואס כ'בין נישט אזוי צופרידן איז אז ער האט גערעדט בשבח די חסיד'ישע ערציאונג.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 7:27 am
דורך יין שרף
פאליטיקאנט האט געשריבן:
די איינציגסטע זאך וואס כ'בין נישט אזוי צופרידן איז אז ער האט גערעדט בשבח די חסיד'ישע ערציאונג.
Don't worry, he's a politician, he doesn't mean it..
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 10:02 am
דורך דער גאלדענער אדלער
פאליטיקאנט האט געשריבן:יאפ, אפילו איך בין נישט אפיליאירט מיט קיין פארטיי און זיכער נישט די רעכטע זייט, און בכלל האלט איך כמעט נישט מיט קיין פאליטיק. פלאן איך צו שטומען פאר זעלדין.
די דעמאקראטן טוען ממש חרוב מאכן לעצטנס, און א פראגמאטיש ביזנעס געשטומטע פירער פעלט שטארק אויס.
די איינציגסטע זאך וואס כ'בין נישט אזוי צופרידן איז אז ער האט גערעדט בשבח די חסיד'ישע ערציאונג.
פאליטישאנס זענען אזויווי פראסטיטוטן, אסאך פון זיי האבן טאקע מער ווייניגער זייער אייגענע מהלך וואס שטופט זיי טאקע צו לויפן און ברענגן טשעינדזש אדער אנצוהאלטן דעם סטאטוסקווא, ווענדט זיך אויפן מצב. אבער פון די אנדערע זייט פירן זיי זיך אויכעט אויף ווי פראסטיטוטן וואס פארקויפן זיך פאר זייערע געווינסן.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 10:17 am
דורך וויליאמסבורגער
וואס איז די מעלה פון לי זעלדין?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 11:15 am
דורך היסטאריע
ערשטער מעלה, אז ער לויפט קעגן האכעל וואס איז קיינמאל נישט געלאפען, און פארשטייט נישט אזוי גוט צו דער גאנצע מציאות. דאס איז זיין עיקר מעלה.
דער צווייטער מעלה, אז ווען ער געוווינט, וועט מען זיין פריילעך און אנגעבן א שבח והודיה פאר דער אויבערשטער אז די גזירות זענען שוין צום צענטען מאל בטל געווארן.
דער דריטער מעלה, אז ער איז ווארשיינליך א איד, און איז אפילו געגאנגען אין א אידישער מוסד אלץ קינד.
פערטער מעלה, ער איז פרא איזרעיל, וואס מאכט עס א פראבלעם פאר סאטמאר, ווייל ער איז דאך א איד א ציוני, א גוי מיילא, אבער א איד, פוי.
פיפטער מעלה, ער איז קעגן מפלות-הפלות, און שוין געניצט פאליטישע כחות קעגן מפלות אין נ"י.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 12:27 pm
דורך [NAMELESS]
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
פאליטישאנס זענען אזויווי פראסטיטוטן, אסאך פון זיי האבן טאקע מער ווייניגער זייער אייגענע מהלך וואס שטופט זיי טאקע צו לויפן און ברענגן טשעינדזש אדער אנצוהאלטן דעם סטאטוסקווא, ווענדט זיך אויפן מצב. אבער פון די אנדערע זייט פירן זיי זיך אויכעט אויף ווי פראסטיטוטן וואס פארקויפן זיך פאר זייערע געווינסן.
מיר שיינט עס צו זיין פארקערט, געוויסע מענטשן זענען די וואס פארקויפן זיך פאר געלט, מיטן גיין שטימען און הייסן אנדערע זאלן גיין שטימען אזוי אז די פאלעטישענס וועלן זעהן אז דער עולם גייט שטימען וועלן זיי בייקומען א מחיר כסף פון די רעגירונג פאר'ן זיך פארקויפן און איבערגעבן זייער שטימע. די שאלה איז נאר צו די יחיד פארדינט אויך עפעס פון דעם.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 6:50 pm
דורך מתבודד
’
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 12:44 am
דורך קידוש
איך אין מיין ווייב פלאנען צו שטימען פאר זעלדין, בעיקר וועגען קריים,
נישט אז כ'רעד מיר איין עפעס וועט זיך טוישען אין א קורצע צייט, נאר צו שיקען א סינגנאל פארן ניו יארק ליבעראלע פעסטונג אז מיר ברויכען נישט די גרינגע רעפארם געזעצען.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 5:05 pm
דורך צפוני
ס'וואלט זיך געלאזט גלייבן אז זאכן וועלן זיך זייער שנעל טוישן כלפי קריים, איינמאל די פאליציי באקומט צירוק זייער שטיצע פונעם גאווערנער און ווי אויך אז די קעשלאזע בעיל רעפארם וועט אויפהערן עקסזיסטירן אי"ה.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 1:49 pm
דורך בן נון
קעשלאזע בעיל איז א געזעץ פון די סטעיט לעגיסלאטור, א גאווערנער קען עס נישט טוישן אויף זיין אייגענע הענט, אויב עס וועט זיין א רעפאבליקאנער גאווערנער גייט די לעגיסלאטור עס קיינמאל נישט טוישן כדי עם נישט צו געבן א געווינס, עס איז דא א גרעסערע מעגליכקייט אז עס וועט זיך טוישן אונטער א דעמאקראטישע גאווערנער.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 2:09 pm
דורך היסטאריע
אהן זיין א פאליטישע העק, איז פשוט אז מיט א רעפאבליקאנער וועט מען מער אויפטוהן, די דעמאקראטען מאכען א חורבן יעדעס מאל.
צו עס איז פונקט קעשלאז בעיל אדער עפעס אנדערש, עפעס וועט דער זעלדען אויפטוהן מער ווי העקעל וואס רעדט נאר יעצט דערפון ווען זי זעהט אז זי קען פארלירן.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 9:16 pm
דורך מתבודד
זעלדין קומט מארגן באזוכן די היימישע ציבור אין ברוקלין.
ס’איז אינטרעסאנט צו אבזערווירן די פעולות פון די צוויי קאנדידאטן ארויסצושלעפן דעם ציבור. בזמן וואס האקול גייט מיט די אלד סקול מהלך פון לייגן דרוק אויף די רבנים איר צו אינדארסירן, אזש ביזן אריינשלעפן ביידן אינעם פיקטשער, לייגט זעלדין אריין שווערע כוחות און שעות צו אפעלירן צום אינדיווידועלן וואוטער דירעקט. קוקט אויס ער פארשטייט אז מענטשן האבן שוין נישט די אור-אלטע הכנעה צו רבנים/עסקנים’ס מיינונג נאר פאנגן אן נוצן אביסל די אייגענע שכל.
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 12:07 am
דורך מתבודד
אנדערע זאגן ער גייט זיין אין ב’’פ ביי אמנונ’ס פיצא.
שוין א אלטעע טראדיציע ביי פאליטישאנס צו זיך אריינכאפן פאר א פיצה ביי אמנונ’ען...
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 12:14 am
דורך היסטאריע
עס הייסט אז מארגען גייען די מוסדות התורה ענדארסען עמטליך זעלדין.
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 12:20 am
דורך מתבודד
Wow!!
אויב יא שטעל איך לחיים. נישט פאר די עצם אינדארסמענט נאר פארן האבן די קוראזש נישט צו נאכלויפן דעם דאלער אויפן ציבור’ס חשבון
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 4:27 pm
דורך פאליטיקאנט
אויב גייען זיי אינדארסירן, איז עס נאר פאר'ן דאלאר.
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 4:33 pm
דורך א בני יואל
איך וואלט געהאלטן אלע רבנים וואס זיידי ביידען האט אנגעקלינגען זאלן זיך ארויסלאזן אויף א שפאציר אליין אן אלע גבאים איינסע ביינאכט אין פראספעקט פארק מיט די שמונה בגדים, און נאך וואס זיי קומען צוריק מיט אנגעקלאפטע ביינער וועלן מיר אלע זעהן וועמען זיי טוען אינדארסירן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 8:15 pm
דורך מתבודד
.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 8:17 pm
דורך מתבודד
די מפרשים זענען מסביר עומק דבריו הק’
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 8:46 pm
דורך [NAMELESS]
מתבודד האט געשריבן:.
פאראייניגטע אידארסירונג ?
פארוואס שטייט נישט אינטערגעשריבן מיט וועם זיי האבן זוך פאראייניגט?