בלאט 1 פון 1
איז טאקע אסור צי גיין צי די בחירות ?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 3:10 pm
דורך דאס איז נישט מיך
אי''ה קימעדיגע וואך קומט פאר פרישע וואלען-בחירות אין א''י
איז מיר זייער נייגעריג אויב ס'איז טאקע דא א איסור אדער איז גאר א מצוה
וואס וואלטען די גדולים וואס האבען עס ג'אסר'ט פאר 50 יאר צירוק היינט געזאגט
און וואס וואלטען די גדולים וואס האבען עס געהאלטען פאר א מצוה און חוב קדוש 50 יאר צירוק היינט געהאלטען
און בעיקר וואס וואלט געווען ווען אזא שאלה קומט פאר בזמן הנודה ביהודה וואס וואלטען די דערמאלסדיגע גדולים געזאגט
און וואס דארפען מיר טוהן ? אויב איינער קען ארויסהעלפען ...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 5:21 pm
דורך חב''ד הויזן
זיי מסביר דיין שאלה.
דו האלטסט אז די גדולים וואס האבן גע'אסר'ט וואלטן היינט מחייב געווען און די וואס האבן מחייב געווען וואלטן היינט גע'אסר'ט?
כ'מיין... זיי מסביר וואס דו ווילסט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 8:47 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:אי''ה קימעדיגע וואך קומט פאר פרישע וואלען-בחירות אין א''י
איז מיר זייער נייגעריג אויב ס'איז טאקע דא א איסור אדער איז גאר א מצוה
וואס וואלטען די גדולים וואס האבען עס ג'אסר'ט פאר 50 יאר צירוק היינט געזאגט
און וואס וואלטען די גדולים וואס האבען עס געהאלטען פאר א מצוה און חוב קדוש 50 יאר צירוק היינט געהאלטען
און בעיקר וואס וואלט געווען ווען אזא שאלה קומט פאר בזמן הנודה ביהודה וואס וואלטען די דערמאלסדיגע גדולים געזאגט
און וואס דארפען מיר טוהן ? אויב איינער קען ארויסהעלפען ...
לאמיר זעהן וואס איז היינט אנדערש ווי אמאל...
צד להתיר - די שיקסט אריין א שליח אין כנסת הציונם נאר פאר בערך א יאהר און נישט פאר 4 יאהר אזוי ווי עס איז געווען די סדר בימים ההם
יותר צד לאיסור - די עסטעבלישמענט פון חרדים אין א"י איז שוין אסאך בעסער בכמות און באיכות קומט אויס אז די ענין פון להציל מה שאפשר להציל איז שוין נישט אזוי אקטועל
דאס איז נאר אויסצישמעוסן אבער להלכה למעשה ברויך מען עס גוט דורכטאן
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:08 pm
דורך berlbalaguleh
די סאטמער'ע רבי זצ"ל האט קיינמאל נישט געזאגט (בחירות) הטמאות. צווייטנס. ער האט נאר געאסר'ט בחירות צום כנסת (המינים). נישט מוניציפאלע וואלן. זענען געקומען די אויבער חכמים (אזוי ווי כ'וויל נישט זאגן וועלכע אידענע) און האבן צוגעלייגט ווערטער און ..."שיטות"... וואס ער האט קיינמאל נישט געזאגט...!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 11:30 pm
דורך מתבודד
גראדע האבעך נישט געהערט ביי די איצטיגע בחירות אז די גאב”ד זאל האבן גע’אסר’ט?!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 11:40 pm
דורך [NAMELESS]
מתבודד האט געשריבן:גראדע האבעך נישט געהערט ביי די איצטיגע בחירות אז די גאב”ד זאל האבן גע’אסר’ט?!
וועגען דעם האט די ב"ד געשריבען "אנן שליחותיהוא דקמאי"
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 11:45 pm
דורך מתבודד
אהה, נישט באמערקט
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 11:59 pm
דורך [NAMELESS]
מתבודד האט געשריבן:אהה, נישט באמערקט
אינעם צעטעל שטייט מיט גרויסע אותיות "אשר רובם ככולם אפיקורסים" איז לפי עדה"ח ב"ד אויב סוועט נאר זיין א מיעוט אפיקורסים וועט עס שוין זיין מותר? דאכצעך לפי די ויואל משה איז אפילו אלע זענען יראים ושלמים איז אסור די בחירות
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:13 am
דורך מתבודד
ס’איז נישט קיין נתינת טעם, בלויז צו מאכן אויסקוקן מער דראמאטיש.
חוץ מזה דאכצעך מיר אז לפי בעל הויואל משה איינמאל ביסט אינעם כנסת ביסטו ביי דיפאולט א אפיקורס, סא טעקנעקלי זענען ”כולם” ממש אפיקורסים.
דארף מען פארשטיין וויאזוי די עדה האטצעך אזוי מתדרדר געווען אז עפ’ל זענען נישט אלע אפיקורסים, ובזה יסכר פי דוברי בוז אז די עדה קען זיך האלטן אויך אנעם גאב”ד זצ’’ל, וואס בחייו ואלט אזא פירצה קיינמאל פאסירט..
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:20 am
דורך [NAMELESS]
לפי זה קען מען נאך פארענטפערן אז אפשר האבן זיי געמיינט די אראבישע חברי כנסת אלס די מיעוט ...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:25 am
דורך מתבודד
גערעכט. אז ער איז אנטי ציוני איז ער דאך נישט קיין אפיקורס.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:18 am
דורך חב''ד הויזן
מתבודד האט געשריבן:
חוץ מזה דאכצעך מיר אז לפי בעל הויואל משה איינמאל ביסט אינעם כנסת ביסטו ביי דיפאולט א אפיקורס, סא טעקנעקלי זענען ”כולם” ממש אפיקורסים.
ס'דאכט זיך דיך נישט גוט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 12:59 pm
דורך לייביש לעבאוויטש
מתבודד האט געשריבן:גערעכט. אז ער איז אנטי ציוני איז ער דאך נישט קיין אפיקורס.
אגודה איז דאך פינקט אזוי אנטי ציוני.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 2:25 pm
דורך [NAMELESS]
לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:מתבודד האט געשריבן:גערעכט. אז ער איז אנטי ציוני איז ער דאך נישט קיין אפיקורס.
אגודה איז דאך פינקט אזוי אנטי ציוני.
לפי ידעותי האט אגודה אינטערגעשריבן אויף "מגילות העצמאות" מה שאין כן די אראבער
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 2:52 pm
דורך לך לך
דער צדיק טוהט למעשה
מיטן ויואל משה אין די האנט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 2:56 pm
דורך [NAMELESS]
לך לך האט געשריבן:דער צדיק טוהט למעשה
מיטן ויואל משה אין די האנט
שרץ וטבל בידו .....